מיינע ספקות

ווען מ'איז אינעם פייט מאוד צו מאכן זאכן גוט - אפי' די גוטע זאכן פיהלן נישט גוט גענוג!

ווען מ'איז אפן פאר ענדלאזע אפציעס אנערקענענדיג אז אלעס איז א חלק פון זיך און מ'שיקט ליבע צו יעדע חלק - אפי' די נישט גוטע זאכן פיהלן גוט!
-

ווען מ'איז אין פייט מאוד - איז זייער שווער צו טון

ווען מ'איז אין אקסעפטענס און ליבשאפט - אלעס געשעהט ווי פון זיך אליין אהן קיין וואג און ערשעפטקייט
 
ווען מ'זעהט אז די טינקלקייט (שרעק, אומפאלסיוו מחשבות, נעגאטיוועטי, וכדו') איז אויכעט זיך - האט מען נישט אזוי מורא דערפון נאר מ'האלט פלאץ פאר דעם

ווען מ'האט נישט מורא פון דעם - שלאגט מען זיך נישט דערמיט (נאר מ'האט עס אויך ליב)

ווען מ'שלאגט זיך נישט דערמיט - שלאגט זי זיך נישט צוריק

אז זי שלאגט זיך נישט מיט דיר - איז גאר גרינג צו אויסוועהלן לעכטיגקייט


ה' יברך את עמו בשלום!
 
ווען מ'זעהט אז די טינקלקייט (שרעק, אומפאלסיוו מחשבות, נעגאטיוועטי, וכדו') איז אויכעט זיך - האט מען נישט אזוי מורא דערפון נאר מ'האלט פלאץ פאר דעם

ווען מ'האט נישט מורא פון דעם - שלאגט מען זיך נישט דערמיט (נאר מ'האט עס אויך ליב)

ווען מ'שלאגט זיך נישט דערמיט - שלאגט זי זיך נישט צוריק

אז זי שלאגט זיך נישט מיט דיר - איז גאר גרינג צו אויסוועהלן לעכטיגקייט


ה' יברך את עמו בשלום!
WOW @שעפטאל דברים חוצבים להבת אש 🔥 שכינה מדברת מתוך ניק׳ך so to the point 👏🏿👏🏿👏🏿
 
איי געסס דעם הודעה באלאנגט אויך אין דעם שנירל.
 
אונז שפילן די געים פון cover your asses

וועלכער חלק אין מיר ווערט באטראכט אלס שלעכט און האט באקומען דערנידערונג דערפאר מוז איך באהאלטן פאר מיין סורווייוועל.

נישט נאר באהאלטן, נאר פראבירן צו אויסשרייען דאס פארקערטע כדי 'זיי' זאלן חלילה נישט באמערקן מיין dirty ass

האלאו כ'בין סוקסעספול און מיט דעם באהאלט איך מיט וואס איך שפיר א לוזער.
כ'בין א 'גוטער' און מיט דעם באהאלט איך א חלק וואס איז א 'שלעכטער'
כ'האב בכלל נישט מורא, כ'בין זייער קאנפידענט, און מיט דעם באהאלט איך מיין אומזיכערקייט.

לעצטענס באמערק איך אן איבריגער לחץ זיך אויפצופירן ווי א 'געהיעלטער', וועלכער חלק באהאלט איך?...

שרייבן אויף קרעמל דארף לעצטענס זיין עפעס וואס פאסט פאר שעפטאל צו שרייבן, סתם לאכן איז א בושה. פארוואס? געזונטע מענטשן לאכן נישט?...

איי געסס מידת השתוות קומט נישט אפי' מיטן טרינקן. דער קליינער פחדן אינערווייניג וועט אלעמאל נאגן. ס'איז אקעי צו זיין הומען.
 
בנוגע די פארשלאגס טישל וואוטס

די אמת איז אז קיינער קען נישט זען ווער ס'שטומט ארויף און מיט וויפיל ניקס יענער שטימט, אחוץ די אדמיניסטראטורן, וואס אויב זענען זיי בעד די פארשלאג, קענען זיי יעדן פארפּאקן, און שטומען מיט א ברייטקייט.
אויב איך זעה אזא זאך - בין איך דער ערשטער יענעם אויסצושפארן. אפי' אויב ס'איז חבקוק אליין. (דאונט ווארי, זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון אזא זאך. אבער שוין)

אבער נאכאלס, איז עס תלוי אין דיין שיקול הדעת צו נאכגיין דיין אינערליכן געפיהל צו זען אויב דו טראסט אונז מיט דעם צו נישט.

מיין האפענונג איז אז איבער א מנין באזעסענע מענטשן וואס זענען מייסד א סייט וועט זיין גענוג אויף צו טראסטן.

איך וואלט נישט געטון קיין עוולות, כ'וויל קענען איבערגעבן קרעמל צום קומענדיגן דור אהן דארפן ציטערן אז די נייע העלפערס וועלן זען קארופציע.
(שוין דא דריי צוגעקומענע העלפערס וואס איך קען נאך נישט אין פערסאן, פלאס א פערטע וואס כ'האב זיך ערשט לעצטענס אנגעהויבן באקענען)

ס'דא א דין וחשבון אינעם בעק ענד, יקוב הדין את ההר.

די חלק איז טאקע א לאך אין די וואוטינג סיסטעם דא, ווייל יעדער קען האבן אפאר ניקס און וואוטן עטליכע מאל.

איך האב נאר די איינע ניק.
מ'קוקט פאר דאבלס בעפאר מ'טוט למעשה. מ'האט שוין אמאל אויסגעשפארט א ניק וואס האט געוואוט טאפלט.
 
זאלעך לעבן מיטן מיינדסעט פון גם זו לטובה, זיך לאזן פירן, כ'דארף נישט גארניש? ס'איז סאך געשמאקער אזוי, אבער אין די ענדע צו באקומען עפעס דארף מען ארויסגיין, טוהן, פראבירן, מוטשע'נן, ביז מ'באקומט.
אויב מ'דארף גארנישט - עטרעקט מען גארנישט.

ועכ"ז, דיטעטשמענט איז דעם סוד פון נישט האבן קיין עגמת נפש.
אבער אפשר איז דאס די גרעסטע עטעטשמענט, צו מוזן לעבן אויף א וועג וואס מ'אנטלויפט אזוי שטארק פון עגמת נפש?! (מ'האט אזוי מורא פון דיסאפוינטמענט)

אין אנדערע ווערטער.
זאלעך לעבן מיטן בעליעף סיסטעם אז דער גוטער גאט וועט טוהן גוט'ס מיט מיר (לויט ווי אזוי איך פארשטיי וואס גוט מיינט), טראכט גוט וועט זיין גוט.
אדער באמת שלום מאכן מיט וואס קען געשעהן אז ס'איז לויטן פלאן, און כ'בין א חלק פונעם גרויסן פיקטשער, און איטס נאט אבאוט מי.
--

כ'ארבעט אויף א פראגמאטישע דרך הממוצע. פראבירן און וועלן אויף להבא
און עקסעפטן אויפן עבר
אבער וואס איז מיטן הווה? פראבירן צו טוישן וואס איך קען, און עקסעפטן וואס איך קען נישט.

יעצט גיי ווייס וואס איך קען און וואס נישט.
--

יעצט גיי ווייס אויב איינער פארשטייט וואס איך שרייב אדער יעדער וואס ליינט עס דרייעט מיט די אויגן... גיי איך דאס אויך עקסעפטן... דאס זענען מיינע לעצטיגע התבודדות מחשבות.
שוין אריבער מער ווי א יאר
כ'בין נאכאלס נישט אנגעקומען צו קיין קלארקייט דערין.

כ'פראביר צו נאכגיין מיין רצון און פראבירן, אבער אין די זעלבער צייט צו משלים זיין אז אפי' די ערגסטע איז אויך א פארעם פון עקזיסטענץ און גוט.

כ'זעה נישט ווי אזוי מ'קען דורכגיין אהן ביידע זייטן.

דאס שווערסטע איז ווען מ'פאלט אריין אין איין זייט.
מ'קען נישט דערשטיקן רצונות אפי' מיטן וויסן אז אלעס איז גאט און גוט,
און מ'קען נישט נעמען דאס גאנצע פרעשור אויף זיך אז ס'מוז זיין ווי אזוי מ'וויל
 
שוין אריבער מער ווי א יאר
כ'בין נאכאלס נישט אנגעקומען צו קיין קלארקייט דערין.

כ'פראביר צו נאכגיין מיין רצון און פראבירן, אבער אין די זעלבער צייט צו משלים זיין אז אפי' די ערגסטע איז אויך א פארעם פון עקזיסטענץ און גוט.

כ'זעה נישט ווי אזוי מ'קען דורכגיין אהן ביידע זייטן.

דאס שווערסטע איז ווען מ'פאלט אריין אין איין זייט.
מ'קען נישט דערשטיקן רצונות אפי' מיטן וויסן אז אלעס איז גאט און גוט,
און מ'קען נישט נעמען דאס גאנצע פרעשור אויף זיך אז ס'מוז זיין ווי אזוי מ'וויל
א יאהר איז נישט אזוי לאנג , דאס געפירעכץ פון די וועלט מוטשעט שוין דעם מענטש פון די בעגינינג אף טיים , משה איז רעקארדירט פרעגענדיג גאט
הודיעני נא את דרכיך , און די חז״ל זאגען אז די שאלה איז גיוועהן די לכאורה׳דיג עוולה פון צדיק ורע לו רשע וטוב לו , און גאט ענטפערט א תשובה וראית את אחורי ופני לא יראו , נאכאלעמען- ווען דו וועסט האלטען ביי אחורי - נאך די מאה ועשרים- וועסטו פארשטיין , בקיצור, מען בלייבט ביי די קושיא
ופני לא יראו .
 
הער אויף צו לויפן​

אויש. ס'טוט וויי.
כ'טרעף זיך שטיל, פארכמארעט, צובראכן, אינעם קאלטן פארוואלקטן פרייטאג.

שעפטי וואס טוהסטו אויפן וועלט? שרייבסט אויף קרעמל זיך צו דיסטרעקטן אז דו ווילסט ארויסגיין רעדן מיט חברים? צו פארגעסן אז דו דארפסט מאכן מער געלט אויף צו קאווערן הוצאת החיים? צו פארגעסן אז דו ביסט נישט קיין רעגולאר נארמאלער מענטש אינעם חסידות נאר עפעס א נשמהלע וואס איז א יוצא דופן און נאר מענטשן וואס גיין מיטן הארץ קענען מיט דיר קאננעקטאן?

אויש. ס'טוט וויי.
שפירסט נישט באליבט ווייל דו ביסט נישט פערפעקט סאו דו ווילסט יענער זאל דיר זאגן ביסט פערפעקט, אנשטאט פון זיך אונטער געבן צום אנקאנדישענול ליבשאפט וואס די גאנצע בריאה איז?

אויש. ס'מיר קאלט אינערווייניג. כ'שפיר זיך אויסגעמוטשעט, פארשעמט, צוקלאפט.

סאו גייסט מאכן דראמא אויף קרעמל כדי א צווייטער זאל דיר געבן די אטענשאן אנשטאט פון דעם אז דו אליין זאלסט זיך זעהן?

די וועג ארויס איז דורך אריין.
ביי הרגשים און ענערגיעס וואס זענען קיינמאל נישט געפראסעסט געווארן קען מען נישט ארום גיין, מ'גייט אריין און נאר אזוי גייט מען עס אדורך.

אז נישט קענסטו לויפן פון קאווע צום צוגארעטל, צו נאך א שנירל אין קרעמל, און די הרגשים בלייבן ווייטער נאגן.

לאז אפ די געווער, קענסט נישט פייטן קיין ווייטאג.
הער אויף צו לויפן, ס'לויפט שנעלער און ס'וועט דיר דערגרייכן מיט מער פּיין.
הייב זיך נישט העכער, סוררענדער. יא. ס'טוט וויי.

גייסט עס ארויפלייגן?! ס'פאסט נישט!
ס'פאסט נישט צו זיין הומען און האבן ווייטאג...
 
Back
Top