מיין אויפריכטיגע ריוויו אויף די "אלעזר ליפא׳לע" אלבום

העי, נאכ'ן קוקן די לענגערע קליפ דערפון, מיין איך אז ס'איז א קאלערוואור...
איך האב א הנאה צו הערן אז ס׳איז א קאלערוואור, אבער די אמת איז אז אזוי ווי די זעהסט אין די ווידיאו אזאכע בושות האט ער געליטן יעדן צווייטע טאג פון מענטשן וואס זענען פרום און ווילן נישט עובר זיין אויף די עבירה פון גוישע מוזיק, אבער צו פארשעמען איינעם געבן זיי נישט קיין דעם ש•ט.
 
ווי געזאגט, מיטן עסן קומט די אפעטיט… ליפא ווערנדיג עלטער, און זעענדיג אז ער פארמאגט יא עפעס וואס מאכט אים ווערדפול, האט באשלאסן צו ווייזן פאר די וועלט אז ער איז גארנישט אזא צוריק געבליבן קינד ווי אזוי מען האט אים אלע יארן אראפ געסטעמפלט, נאר אדרבה פארקערט, ער וועט איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר די וועלט וואספארא טאלאנטן ער פארמאגט.

מה שאין כן ביי די נייע אלבום, האט ליפא באשלאסן ארויס צי געבן א אלבום וואס רעד אינגאנצן צו אים, א בחינה ווי טאהש׳ע רבי פלעגט זאגן ביי שלוש סעודות; בעצם רעד איך צו מיר, אבער אז איך רעד שוין, זאלן אנדערע אויך הערן…

איך זעה אז ליפא האט ציגעטראפן צי דיר!

דאס איז א אויסצוג פון זיין ניגון "מיין מיכקינד" וואס איז Btw א הערליכע ניגון, סיי די ווערטער איז אבנארמאל קאנעקטינג, אין די טאן איז מורא'דיג...

(און אזוי האסטו קליינע אלעזר
ליפא׳לע קאמאנדוועט, געשטויסן
און געבונטעוועט צו ׳פראווען׳ יעדן
׳ראנג.׳ געבויט א מעכטיגע קעריער.
דארפסט שוין נישט ווייזן. מ׳קען זיך
באראוהיגן לעבן שיין און באשיידן. יא.
דער אייבערשטר׳ס טאלאנט, אויף דעם
גיבט מען נישט אויף, דאס גייט מען
פארשפרייטן און טוהן א שליחות, אבער
מיט א ראוהיגקייט, מיט ליבשאפט, אהה,
די לעבן איז אזוי לעכטיג.)
 
און אזוי האסטו קליינע אלעזר
ליפא׳לע קאמאנדוועט, געשטויסן
און געבונטעוועט צו ׳פראווען׳ יעדן
׳ראנג.׳ געבויט א מעכטיגע קעריער.
דו האלסט פאר א רגע אז סאיז געענדיגט מיט ליפא ער זאל ווייזן ווער ער איז…🤣 די ניגון איך א חלק פונעם אלעזר ליפא טריפּ…
 
דו האלסט פאר א רגע אז סאיז געענדיגט מיט ליפא ער זאל ווייזן ווער ער איז…🤣 די ניגון איך א חלק פונעם אלעזר ליפא טריפּ…

צום שלוס: אט דאס מיינט א געהיילט׳ער, אז מען שפירט שוין נישט ווי מען דארף זיך פראווען פארן ציבור, נאר אז מען איז עפראווד ביי זיך!
 
למען האמת, די גאנצע ארטיקל איז געווען באהאלטענע לצנות… בעצם האב איך געהאלטן אז די סידי סאקט אריין אויף תולה ארץ, און אז ליפא האט פון לאנג שוין איינגעזען אז ער איז א ברענד וואס דארף זיך מער נישט אנשטרענגן כדי מענטשן זאלן רעדן פון אים, א זאך וואס געשעט מיט יעדע גרויסע ברענד ווען זיי ווערן גאר גרויס…

אבער איך אלץ א שרייבער וואס גלייכט צו שרייבן דיפרענט האב איך געמאכט דערפון א פאזעטיווע ארטיקל…
 
למען האמת, די גאנצע ארטיקל איז געווען באהאלטענע לצנות… בעצם האב איך געהאלטן אז די סידי סאקט אריין, און אז ליפא האט איינגעזען אז ער איז א ברענד וואס דארף זיך מער נישט אזוי אנשטרענגן אז מענטשן זאלן רעדן פון אים… אבער אלץ א שרייבער וואס גלייכט צו שרייבן דיפרענט האב איך געמאכט דערפון א פאזעטיווע ארטיקל…
woof איך דארף עס יעצט איבערליינען מיט מיין לצנות גלעזער
 
איך האב עס געהערט און כאטש נישט אלע ניגונים רעדן צו מיר איז עס אבער עפעס וואס רעדט זיכער צו אסאך מענטשן. אפשר וועלן מענטשן אפילו גיין פאר הילף צוליב דעם.

איך בין נייגעריג אויב ער איז געווען אין דער סטודיא נאך א אייוואסקע טריפ אדער א אנדערע לולקע צעביך.
 
כ'האב געמאכט ריסודזש לעצטענס, און גערעדט מיט כאטש זיבן פון זיין קלעס-מעיד. און הערנדיג מפיהם עצמם, א היבש פעקל סיפורים, איז ער נישט געווען קיין אויסנאם פון רדיפות.
וואס ליפא פארציילט האבן אסאך פון יענע דורות געהאט, און לכאורה אויך מער פון אים.

נאר וואס דען, 'ער' איז געווען א שווער קינד. מיט א טריפל צורך פון תשומת לב, און ער האט געהאט פון איין זייט א ריזן מאס ADHD מיט נאך אומגעוואונטשענע אייגנשאפטן [וואס איז לבסוף געווען דאס וואס האט אים געשטופט אריבער אלע מחסומים].

אבער פונעם אנדערן זייט, זאגט מיר ביטע טייערע אויסהערער; האט איינער פון אייך געהאט די פרעוויליגיע צו זינגן אויף א קאסעטע סאלאו בימים ההם?
איר ווייסט וויפיל קנאה ער האט אנגעשאפן דאן? איר ווייסט וויפיל ער האט אנגעווערדשאפט צווישן זיינע חברים, און ער האט געהאט ידו על העליונה?

נאכן הערן איבער א מנין סיפורים פון חברים, וואס זענען בכלל נישט בייז, נאר לאכן פון יענע קינדערישע דורכגאנג, איז ליפא 'נאך היינט' א קאזאק הנגזל...
יא, ער איז ווי כ'פארשטיי געווען א נרדף, אבער איינס צווישן א גאנצע כיתה נרדפים. כמעט יעדער אין זיין גיל האט געכאפט און אריינגעהויבן... נאר ער האט עס מער פארלאנגט, ווייל ער איז מער ארויסגעשטאנען מיט זיינע קאפריזן.

איך האב אלע פון זיי געפרעגט אויב זיי האלטן פון אים.
אלע זענען זיינע שטארקע פענס, אבער די אמת ווילן זיי זאגן; ליפא איז (געווען) די פראבלעם, וואס האט טאקע געליטן, אבער, 'פונקט' ווי יעדן פראצענטיש.

ועוד יש לי דברים

אבער נאך אלעמען, איז גוט אז ער רעדט פאהר פאר אונזערט וועגן, ווייל יענע מלמדים וואלטן מיט זייערע מעשים געווען העלדן ביי די נאצישע הויכראנגן.
נאר, יענע מלמדים האבן געהאט פיינע לערער. היטלער און געבעלס ואביזרייהו לדורותם
 
עס איז בכלל נישט קיין סתירה זיין זינגען אינעם סקווירא הויף, מיטן נאמען וואס ער האט פארמאגט אין גאס. טאלאנט איז איין זאך, און האבן נפשיות׳דיגע פראבלעמען איז א צווייטע זאך.
נישטא וואס זאגן אז ער איז געווען א עוורידזש נארמאל קינד.

כ'האב געמאכט ריסודזש לעצטענס, און גערעדט מיט כאטש זיבן פון זיין קלעס-מעיד. און הערנדיג מפיהם עצמם, א היבש פעקל סיפורים, איז ער נישט געווען קיין אויסנאם פון רדיפות.
וואס ליפא פארציילט האבן אסאך פון יענע דורות געהאט, און לכאורה אויך מער פון אים.

נאר וואס דען, 'ער' איז געווען א שווער קינד. מיט א טריפל צורך פון תשומת לב, און ער האט געהאט פון איין זייט א ריזן מאס ADHD מיט נאך אומגעוואונטשענע אייגנשאפטן [וואס איז לבסוף געווען דאס וואס האט אים געשטופט אריבער אלע מחסומים].

אבער פונעם אנדערן זייט, זאגט מיר ביטע טייערע אויסהערער; האט איינער פון אייך געהאט די פרעוויליגיע צו זינגן אויף א קאסעטע סאלאו בימים ההם?
איר ווייסט וויפיל קנאה ער האט אנגעשאפן דאן? איר ווייסט וויפיל ער האט אנגעווערדשאפט צווישן זיינע חברים, און ער האט געהאט ידו על העליונה?

נאכן הערן איבער א מנין סיפורים פון חברים, וואס זענען בכלל נישט בייז, נאר לאכן פון יענע קינדערישע דורכגאנג, איז ליפא 'נאך היינט' א קאזאק הנגזל...
יא, ער איז ווי כ'פארשטיי געווען א נרדף, אבער איינס צווישן א גאנצע כיתה נרדפים. כמעט יעדער אין זיין גיל האט געכאפט און אריינגעהויבן... נאר ער האט עס מער פארלאנגט, ווייל ער איז מער ארויסגעשטאנען מיט זיינע קאפריזן.

איך האב אלע פון זיי געפרעגט אויב זיי האלטן פון אים.
אלע זענען זיינע שטארקע פענס, אבער די אמת ווילן זיי זאגן; ליפא איז (געווען) די פראבלעם, וואס האט טאקע געליטן, אבער, 'פונקט' ווי יעדן פראצענטיש.

ועוד יש לי דברים

אבער נאך אלעמען, איז גוט אז ער רעדט פאהר פאר אונזערט וועגן, ווייל יענע מלמדים וואלטן מיט זייערע מעשים געווען העלדן ביי די נאצישע הויכראנגן.
נאר, יענע מלמדים האבן געהאט פיינע לערער. היטלער און געבעלס ואביזרייהו לדורותם
סאיז גארנישט פון זיין טאטע?
 
Back
Top