כ'האב געמאכט ריסודזש לעצטענס, און גערעדט מיט כאטש זיבן פון זיין קלעס-מעיד. און הערנדיג מפיהם עצמם, א היבש פעקל סיפורים, איז ער נישט געווען קיין אויסנאם פון רדיפות.
וואס ליפא פארציילט האבן אסאך פון יענע דורות געהאט, און לכאורה אויך מער פון אים.
נאר וואס דען, 'ער' איז געווען א שווער קינד. מיט א טריפל צורך פון תשומת לב, און ער האט געהאט פון איין זייט א ריזן מאס ADHD מיט נאך אומגעוואונטשענע אייגנשאפטן [וואס איז לבסוף געווען דאס וואס האט אים געשטופט אריבער אלע מחסומים].
אבער פונעם אנדערן זייט, זאגט מיר ביטע טייערע אויסהערער; האט איינער פון אייך געהאט די פרעוויליגיע צו זינגן אויף א קאסעטע סאלאו בימים ההם?
איר ווייסט וויפיל קנאה ער האט אנגעשאפן דאן? איר ווייסט וויפיל ער האט אנגעווערדשאפט צווישן זיינע חברים, און ער האט געהאט ידו על העליונה?
נאכן הערן איבער א מנין סיפורים פון חברים, וואס זענען בכלל נישט בייז, נאר לאכן פון יענע קינדערישע דורכגאנג, איז ליפא 'נאך היינט' א קאזאק הנגזל...
יא, ער איז ווי כ'פארשטיי געווען א נרדף, אבער איינס צווישן א גאנצע כיתה נרדפים. כמעט יעדער אין זיין גיל האט געכאפט און אריינגעהויבן... נאר ער האט עס מער פארלאנגט, ווייל ער איז מער ארויסגעשטאנען מיט זיינע קאפריזן.
איך האב אלע פון זיי געפרעגט אויב זיי האלטן פון אים.
אלע זענען זיינע שטארקע פענס, אבער די אמת ווילן זיי זאגן; ליפא איז (געווען) די פראבלעם, וואס האט טאקע געליטן, אבער, 'פונקט' ווי יעדן פראצענטיש.
ועוד יש לי דברים
אבער נאך אלעמען, איז גוט אז ער רעדט פאהר פאר אונזערט וועגן, ווייל יענע מלמדים וואלטן מיט זייערע מעשים געווען העלדן ביי די נאצישע הויכראנגן.
נאר, יענע מלמדים האבן געהאט פיינע לערער. היטלער און געבעלס ואביזרייהו לדורותם