@חדשים, מ'קען מאכן אן אייגענע עקספערימענט. ס'איז אביסל שווער צו קאנטראלירן אלע וועריעבלס, אבער ס'מעגליך.
באזירט אויף דעם אז ער גיבט פאר יעדער קינד עפעס וואס וואלט נישט געשטימט פאר א צווייטער, האב איך אזא פרעדיקציע. אז די לייגסט אריין דיטעילס פון איינעמס אלע קינדער, דערנאך פרינט ארויס די רעזולטאטן און מיש עס אויס. דו גיבסט עס פאר די עלטערן, דארפן זיי צו קענען גרינג צוטרעפן וועלכע רעפארט באלאנגט פאר וועלכע קינד(קאנסידערינג אז יעדער רעפארט שטימט נאר פאר איין קינד).
אבער ס'דא אפאר זאכען וואס מ'דארף קאנטראלירן דא:
איינער וואס האט שוין געמאכט דעם טעסט פארדעם, ווייסט שוין וואס ער גייט זאגן פאר יעדער קינד. סאו דו למשל קענסט נישט אנטיילנעמען.
דארפסטו טעסטן גענוג מענטשן. אויב די מאכסט דעם טעסט אויף צוויי קינדער איז דא פופציג פראצענט שאנס צו צוטרעפן רענדאמלי. די שווערע זאך איז צו וויסן ביי וויפיל טעסט סובדזשעקטס ס'ווערט צו א פאקט (מ'קען אייביג זאגן אז ערגעץ אין די אינפיניט מאלטיווערס איז אייביג דא איינער וואס גייט געוואונען צוואנציג לאטעריעס אין א צי וכו' אפשר איז אלעס בלויז א רענדאם צופאל). ס'דא מאטעמאטיק און סטאטיסטיקס, פאר מיר איז גענוג אויב דו געסט עס למשל פאר צוואנציג פאמיליעס. און אלע פון זיי האבן א העכער ווי פראבעבל אקוראטקייט. (לאמיר זאגן יעדער פאמיליע האט פינעף קינדער, און אלע פון זיי האבן ווייניגסטנס דריי רעפארטס ריכטיג צוגעטראפן).
נאך א זאך, ס'קען זיין אז די סיסטעם שפילט א טריק מיטן לייגן טיפיקל נאטורן באזירט אויפן עלטער פונעם קינד, סאו אפשר איז דאס בעסטע ווען מ'גלייכט נאר צו קינדער אין ענליכע עלטער.
ס'קען נאכאלץ זיין אז מיין עקספערימענט איז פעלערהאפטיג צוליב אנדערע סיבות וואס כ'קען נישט יעצט טראכטן. פארדעם אין 'עכטע' סייענס איז דא אזא זאך ווי א peer review סיסטעם. כ'האף דו פארשטייסט אבער פארוואס די אלע קאנטראלס זענען וויכטיג (זייער וויכטיג) צו פונאנדערשיידן צווישן 'דימיונות' און 'פאקטן'.
אנדערש ווי
@blender וואס דארף האבן א הסבר 'וויאזוי' ס'ארבעט, איז פאר מיר גענוג אז מפראווד קודם כל 'אז' ס'ארבעט. (סייענס איז דאך אויך נישט באמת מסביר 'וויאזוי' זאכן ארבעטן, כ'וועל שוין אויפקומען מיט עפעס אן איקוועישן וואס איז 'מסביר' אסטראלאגיע....)
איך בין אפן צו טוישן מיין מיינונג, און אויב אסטראלאגיע ארבעט וויל איך וויסן דערפון, כ'גלייב שווער (מילד גערעדט) אז די עקספערימענט וועט ווייזן עפעס וואס אלע אנדערע עקספערימענטן ביז היינט האבן נישט געוויזן.