מזלות / האראסקאופ

אפשר לאמיר עס אויסלייגן אויף אזא פראגע
אויב עפעס איז פופציג פראצענט יא, און פופציג פראצענט נישט.
אויף וועלכע זייט לייגט מען עס?
עפעס וואס איז בלויז 50% פראבאביליטי דארף ווערן קלאסיפיצירט אלס "אומבאוויזן" אדער "אונטערשטיצט נישט אויסשליסליך דורך די ראיות." און ווען איינער זאגט אז עס איז אמת דארף ער ברענגען פראף
 
איז א טייל פון א רוחניות'דיגן וועלט אויסקוק וואס איז איבערגעגעבן געוואָרן דורך אלע דורות, און נישט געווארן אנטדעקט אין א לאַבאראַטאָריע.
און עס מיינט נישט אז עס איז אמת, ביז עס ווערט געפראפט
 
דאס און נאך אסאך מיסטישע זאכן ווי למשל, כישוף און אינדיאנע דאקטוירים וואס היילן מיט עבודה זרה זענען אלע די תוצאות פון די קאנפערמאציע בייעס (דאס איז א פסיכאלאגישע נטיה וואס אלע מענטשן האבן: מיר באמערקן און געדענקען מער די מאל ווען עפעס שטימט מיט אונזערע ערווארטונגען, און מיר זענען ווייניגער אויפמערקזאם צו די מאל ווען עס שטימט נישט.) און די די בארנום עפעקט (אסטראלאגישע באשרייבונגען זענען אפט גענוג אומספעציפיש אז יעדער קען טרעפן עפעס וואס שטימט מיט זיי. די זעלבע באשרייבונג קען פאסן פאר אסאך מענטשן מיט פארשידענע פערזענליכקייטן.)

דו ברענגסט ארויס צוויי באגריפן – קאנפירמאציע בייעס און דער בארנום עפעקט – און יאָ, זיי עקזיסטירן און עס געט צו צו די מענטשליכער ערפאַרונג. אבער איך מיין אז עס איז נאר מסביר א טייל פון וואס פאסירט, נישט דעם גאנצן בילד.

נעם למשל די זעלבע בארנום עפעקט: יאָ, א אסטאראלאג וואס זאגט "די וואך קען זיין שווער, אבער אויב דו האלטסט דיך שטארק, וועסטו מצליח זיין" – קיינער קען זיך נישט רעכענען דערמיט. אבער ווען א בעל חכמה פארציילט דיר דיינע מדות, דיינע כוחות און דיינע שוואכקייטן אויף אן אופן ווי ער קען נישט וויסן נאר אויב ער פארשטייט אט דיינע מזלות — און ער טרעפט זאכן וואס זענען נישט אלגעמיין, נאר פונקט דיין טיפ — קען מען נישט אזוי שנעל זיך ארויסדרייען מיט "בארנום עפעקט".

און וועגן קאנפירמאציע בייעס — יא, עס איז דא א געפיל צו באמערקן נאר וואס שטימט מיט סייענס. אבער וואס טוסטו ווען עס שטימט איבער און איבער, אין סיטואציעס וואו עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן אזא צופאל? ווען מענטשן וואס האבן קיין שום ידיעה וועגן אסטראלאגיע זעען אז זייער טשאַרט באשרייבט זיי אינעווייניג — נישט סתם "דו ביסט א גוטער מענטש" — נאר זאכן וואס נאר זיי אליינס ווייסן?

איך זע עס נישט ווי א סתירה. יאָ, מען דארף קענען פסיכאלאגיע. אבער מען דארף אויך זיין גרייט צו דערקענען אז נישט אלעס קען מען מסביר זיין נאר מיט פסיכאלאגיע.

איך זאג נישט אז אלע וואס רעדן פון מזלות זענען אמת. און איך בין נישט קיין נאר וואס גלייבט אין יעדע זאך וואס קלינגט "מיסטיש". אבער ווען א זאך קומט מיט חכמה, מסורה, און ערפאַרונג — איז נישט קיין דרך ארץ צו אוועקווארפן בלויז ווייל עס קומט נישט פון א טעסט לעב.

מען קען עס נישט מאכן גלייך צו כישוף און אינדיאנע דאקטוירים. אין אידישקייט איז דא אזא זאך ווי מיסטיק און סוד, אבער עס איז באגרעניצט, מסודר און באשיינט דורך תורה.

דער עיקר איז: איך בין א סקעפטיקער, אבער אויך א מחפש האמת. נישט יעדע חכמה ווערט געמאסטן אין סייענס.
 
גראדע בין איך נייגעריג, זיי האבן נישט גורס געווען "אין מזל לישראל"? (אדער אפשר זאגט מען עס נאר אין די אומשטענדן ווען עס וועט גוט מיטשפילן מיטן מצב? ווער ווייסט...)
איך פארשטיי אז מען קען טוישן זאכן דורך תפילה וכו’ און נישט בלייבן סטאק מיט וואס די מזל ווייזט.
 
נעם למשל די זעלבע בארנום עפעקט: יאָ, א אסטאראלאג וואס זאגט "די וואך קען זיין שווער, אבער אויב דו האלטסט דיך שטארק, וועסטו מצליח זיין" – קיינער קען זיך נישט רעכענען דערמיט. אבער ווען א בעל חכמה פארציילט דיר דיינע מדות, דיינע כוחות און דיינע שוואכקייטן אויף אן אופן ווי ער קען נישט וויסן נאר אויב ער פארשטייט אט דיינע מזלות — און ער טרעפט זאכן וואס זענען נישט אלגעמיין, נאר פונקט דיין טיפ — קען מען נישט אזוי שנעל זיך ארויסדרייען מיט "בארנום עפעקט".

און וועגן קאנפירמאציע בייעס — יא, עס איז דא א געפיל צו באמערקן נאר וואס שטימט מיט סייענס. אבער וואס טוסטו ווען עס שטימט איבער און איבער, אין סיטואציעס וואו עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן אזא צופאל? ווען מענטשן וואס האבן קיין שום ידיעה וועגן אסטראלאגיע זעען אז זייער טשאַרט באשרייבט זיי אינעווייניג — נישט סתם "דו ביסט א גוטער מענטש" — נאר זאכן וואס נאר זיי אליינס ווייסן?
ווען עס קומט צו "בעלי חכמה" וואס מאכן ספעציפישע און פונקטליכע באמערקונגען וועגן מענטשן דורך זייערע מזלות, איז דא עטליכע מהלכים צו וויסן אינפארמאציע. עס קען גיין דורך "קאלד רידינג" דאס איז א דורכגעפראקטיצירטע טעכניק ווי מענטשן זאמלען אינפארמאציע דורך באאבאכטן דיין קליידונג, רעדן, קערפער שפראך, און רעאקציעס צו אלגעמיינע סטעיטמענטס. זיי באמערקן דיינע סובטילע רעאקציעס און פאסן זיך צי לויט די פידבעק. אדער קען מען גיין דורך די מהלך פון "שאטגאן סטעיטמענטס" דאס מיינט זיי קענען אנהייבן מיט אלגעמיינע סטעיטמענטס, און ווען זיי זעען א רעאקציע, גייען זיי טיפער אין יענע ריכטונג. און אזוי איז דא נאך אסאך אדערע מהלכים
צו דיין פונקט וועגן "וואס טוט מען ווען עס שטימט איבער און איבער". די אמת'דיגע פראבע וואלט זיין א געקאנטראלירטער טעסט. למשל, לאז די אסטראלאג מאכן זיינע פאראויסזאגונגען אן צו קענען זען אדער רעדן מיט די מענטשן, אן צו וויסן זייער נאמען אדער סיי וועלכע אינפארמאציע אויסער זייער געבורט-דאטום און צייט. דאן לאז אומפארטייאישע מענטשן באשטימען צי זיינע באשרייבונגען זענען אקוראט. די פראבלעם איז אז ווען אזעלכע געקאנטראלירטע טעסטן ווערן דורכגעפירט (ווי די סטודיעס דורכגעפירט דורך די גרופע פאר סקעפטישע אינקווירי), פאלן די אסטראלאגישע פאראויסזאגונגען צו ראטעס וואס ווייזן נישט אויף גארנישט .
 
@חדשים, מ'קען מאכן אן אייגענע עקספערימענט. ס'איז אביסל שווער צו קאנטראלירן אלע וועריעבלס, אבער ס'מעגליך.

באזירט אויף דעם אז ער גיבט פאר יעדער קינד עפעס וואס וואלט נישט געשטימט פאר א צווייטער, האב איך אזא פרעדיקציע. אז די לייגסט אריין דיטעילס פון איינעמס אלע קינדער, דערנאך פרינט ארויס די רעזולטאטן און מיש עס אויס. דו גיבסט עס פאר די עלטערן, דארפן זיי צו קענען גרינג צוטרעפן וועלכע רעפארט באלאנגט פאר וועלכע קינד(קאנסידערינג אז יעדער רעפארט שטימט נאר פאר איין קינד).

אבער ס'דא אפאר זאכען וואס מ'דארף קאנטראלירן דא:

איינער וואס האט שוין געמאכט דעם טעסט פארדעם, ווייסט שוין וואס ער גייט זאגן פאר יעדער קינד. סאו דו למשל קענסט נישט אנטיילנעמען.

דארפסטו טעסטן גענוג מענטשן. אויב די מאכסט דעם טעסט אויף צוויי קינדער איז דא פופציג פראצענט שאנס צו צוטרעפן רענדאמלי. די שווערע זאך איז צו וויסן ביי וויפיל טעסט סובדזשעקטס ס'ווערט צו א פאקט (מ'קען אייביג זאגן אז ערגעץ אין די אינפיניט מאלטיווערס איז אייביג דא איינער וואס גייט געוואונען צוואנציג לאטעריעס אין א צי וכו' אפשר איז אלעס בלויז א רענדאם צופאל). ס'דא מאטעמאטיק און סטאטיסטיקס, פאר מיר איז גענוג אויב דו געסט עס למשל פאר צוואנציג פאמיליעס. און אלע פון זיי האבן א העכער ווי פראבעבל אקוראטקייט. (לאמיר זאגן יעדער פאמיליע האט פינעף קינדער, און אלע פון זיי האבן ווייניגסטנס דריי רעפארטס ריכטיג צוגעטראפן).

נאך א זאך, ס'קען זיין אז די סיסטעם שפילט א טריק מיטן לייגן טיפיקל נאטורן באזירט אויפן עלטער פונעם קינד, סאו אפשר איז דאס בעסטע ווען מ'גלייכט נאר צו קינדער אין ענליכע עלטער.

ס'קען נאכאלץ זיין אז מיין עקספערימענט איז פעלערהאפטיג צוליב אנדערע סיבות וואס כ'קען נישט יעצט טראכטן. פארדעם אין 'עכטע' סייענס איז דא אזא זאך ווי א peer review סיסטעם. כ'האף דו פארשטייסט אבער פארוואס די אלע קאנטראלס זענען וויכטיג (זייער וויכטיג) צו פונאנדערשיידן צווישן 'דימיונות' און 'פאקטן'.

אנדערש ווי @blender וואס דארף האבן א הסבר 'וויאזוי' ס'ארבעט, איז פאר מיר גענוג אז מפראווד קודם כל 'אז' ס'ארבעט. (סייענס איז דאך אויך נישט באמת מסביר 'וויאזוי' זאכן ארבעטן, כ'וועל שוין אויפקומען מיט עפעס אן איקוועישן וואס איז 'מסביר' אסטראלאגיע....)

איך בין אפן צו טוישן מיין מיינונג, און אויב אסטראלאגיע ארבעט וויל איך וויסן דערפון, כ'גלייב שווער (מילד גערעדט) אז די עקספערימענט וועט ווייזן עפעס וואס אלע אנדערע עקספערימענטן ביז היינט האבן נישט געוויזן.
דו קומסט צו דעם פונקט פון פאקטיש טעסטן, וואס איז טאקע א יסודות’דיגער עקרון אין וויסנשאפט. איך פארשטיי און איך הער פארוואס עקספערימענטן און קאנטראלס זענען וויכטיג. אבער איך וויל ארויסברענגען אפאר נקודות צו באטראכטן:

1. נישט אלעס וואס איז אמת איז טעסטעביל – עס זענען דא אסאך זאכן אין לעבן וואס מיר נעמען ערנסט און פונדעסטוועגן קענען זיי נישט ווערן געטעסט אין א לעבאראטאריע. אזויווי איך האב אויבן געשריבן. זיי זענען נישט טעסטעבל אין סייענס, נאר זיי עקזיסטירן אויף א אנדערע ליניע. ווען עס קומט צו רוחניות און סוד, גייט עס נישט נאר מיט "דאטע", נאר אויך מיט אינטואיציע, מסורה, און פערזענליכע ערפארונג.

2. דיין פארגעלייגטער עקספּערימענט איז קלוג, אבער שווער צו דורכפירן מיט די טייפ פון חכמה וואס פארלאנגט ארט, דערגיין, און א טיפערן בליק אין נשמה. א סטאטיסטישער טעסט קען אפמאכן פשוטע קארעלאציעס, אבער נישט רעאליטעטן וואס זענען subtle.

3. ווילסט א רעאליסטיש טעסט? נעם א חכם וואס קען באמת זען מזלות און געב אים נישט אינפארמאציע פון א קינד. גיב אים די געבורט דאטום און פרעג אים צו ער קען אייך זאגן עפעס פרטים און טיפס איבער'ן קינד. אויב ער גייט אייך ארויסגעבן זאכן וואס איר ווייסט נישט וויאזוי ער קען וויסן — וועט עס נישט זיין גענוג?

4. עס איז נישט אז עס איז נישט דא טעסטס, נאר זיי זענען נישט טיפישע סייענטיפישע טעסטס. ווען גרויסע צדיקים האבן געוויסט זאכן וועגן מענטשן, איז דאס א טעסט אויף זייער סיסטעם. ווען ער וואס האט קיינמאל נישט געזען דיר קען דיר זאגן דיינע פנימיות — איז דאס א פראקטיש באווייז, אפילו ס'פאסירט נישט אין א דאקומענטירטע סעטינג.

5. און צום סוף: דו זאגסט אז די סיסטעם קען אולי זיין "טריקי" און באזירט אויף סטראטעגיעס — דאס איז טאקע וויכטיג צו קאנסידערן. אבער מיר דארפן אויך זיין אפן אז אפשר איז נישט אלעס טריקס. ווען אסאך מענטשן איבער דורות האבן געלייגט גרויסע פאקוס אויף א חכמה, און אסאך האבן גערעדט פון טיפע השגות, זאלן מיר כאטש זיין באוואוסטוניג אז עס קען זיין מער דארטן ווי נאר א צופאל.

איך פארשטיי דיין סקעפטיציזם, און דאס איז א סימן פון חכמה. אבער חכמה מיינט אויך צו וויסן ווען מ'דארף עפענען די טיר צו אנדערע וועגן פון וויסן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך דארף נישט וויסן ווי אזוי עס ארבעט (עס איז דא געניג באשטעטיגטע זאכן וואס מען ווייסט נישט ווי אזוי עס ארבעט) נאר איך זאג אז אויב מען זעהט נישט אז עס ארבעט בכלל, און חוץ פון דעם איז אויך נישטא קיין וועג מסביר צי זיין ווי אזוי עס ארבעט, וואס ווען כאטש דאס איז ווען דא, וואלט ווען געווען א סיבה (נישט א גערעכטע) צו זאגן אז עס ארבעט, קומט למעשה אויס אז עס איז בכלל נישטא קיין סיבה (אמתע צי נישט אמתע) צי זאגן אזוי.
דו זאגסט אז אויב מען קען נישט זעהן ווי עס ארבעט, און עס איז נישט דא קיין וועג צו מסביר זיין, איז עס נישט א סיבה צו זאגן אז עס ארבעט. דער אמת איז, אז נישט יעדע חכמה דארף זיין געמאסטן מיט די סטענדערדס פון סייענס. עס איז קלאר אויף פיל ספירוטשטעל חכמות און סודות, אז עס ארבייט אויף א מער רוחניות'דיגן לעוועל.
 
תפילה איז נישט געפראפט אז עס העלפט (און פאקט רוב מאל ארבעט עס נישט נאר דעמלטס וועסטו האבן א תי' אז "דאס איז בעסער פאר מיר" וואס איז ווייטער אן קיין פראף)
נאכאמאל, נישט אלעס קען ווערן געפראפט, מען קען אויך וויסן פון ערפארונג.
ערפארונג איז נישט קיין ראי', עס קען ווערן באיינפלוסט דורך אנדערע זאכן (ווי קאמפערמאציע בייעס).
און consciousness
וואס מיינסטו צי זאגן מיט consciousness ?
 
תפילה און consciousness
consciousness איז א פאקט וואס מיר עקספיריענסן, און אפילו מיר פארשטייען עס נישט מיינט נישט אז עס עקזיסטירט נישט. וואספארא סטאדיס איז שייך צו מאכן וואס זאלן קענען פראוון אדער דיספראוון consciousness?

תפילה איז עפעס וואס דארף קענען דורכגיין א סייענטיפשיע סטאדי, און אויב עס פאלט דורך מיינט אז עס ארבעט נישט, אפילו עס האט נאכאלס פסיכאלגישע בענעפיטן.
 
נאכאמאל, נישט אלעס קען ווערן געפראפט, מען קען אויך וויסן פון ערפארונג.
אסאך מאל זענען דא זאכן וואס האבן טעכנישע שוועריגקייטן דורכצופירן דערויף שטודיעס, און אויב עס איז גענוג לייקלי אז עס איז אמת קענסטו זאגן אז עקספיריענס איז דיר גענוג, אבער אין טעאריע דארף יעדע זאך וואס זאגט עפעס אויף די מציאות קענען ווערן געפראווט אדער אפגעוואנדן דורך א סייענטיפישע עקספרימענט.
 
כ'הער וואס דו זאגסט. ווען מ'רעדט פון זעהן אויב איינער האט א הויכע נשמה אדער באהאלטענע כוחות, יענץ פארשטיי איך איז נישט טעסטעבל, אדער ווען ס'קומט צו א לייוו חכם וואס רעדט צו דיר איבער דיין תכונת הנפש. כ'האב מיך אבער באצויגן צו זייער א ספעציפישע קלעים וואס האט מיר יא אויסגעזעהן טעסטעבל. אבער אז נישט איז נישט.


איך זאג נישט מענטש דארף גלייבן סיי וואס — אבער צו מאכן פון גרויסע מקובלים ווי עפעס נעבעכדיגע טעאריעס, קומט נישט פון זיין אינטעלעקטועל. מען קען זאגן "איך פארשטיי עס נישט", אבער נישט "ס'איז נישט דא".
ווען מ'רעדט פון אזויפיל דורות וואס האבן געלייגט געוויכט אויף דעם. איז וויכטיג צו אינטערשרייכן אז אנדערע קולטורן און תקיפות האבן עס גענוצט אין גענצליך אנדער וועגן, איינער פאר עתידות, א צווייטע פאר פערזענליכקייט, יעדער מיט זיין אינטערפערטאציעס, ס'נאר לעצטנס ווי אלעס איז צאמגענומען צו מאכן איין גרויסע דאקטרין.


ס'איז נישט שווער צו זיך פארשטעלן פארוואס אמאל האבן זיי געלייגט אזויפיל געוויכט אויף פלאנעטן פאזיציעס און קאנסטולאציעס.

היינט ווייסן אונז אז ס'דא ביליאנען גאלאקסיעס, מיט ביליאנען שטערנס, און שטערנס האבן פלאנעטן ארום איר, אונזער זון איז בסך הכול אין שטערן פון ביליאנען אנדערע. די מאוומענט און פאזיציע פון קאנסטולאציעס איז פשוט א רעזולטאט פון די ערדס ראטאציע. די כוכבי לכת פאלגן נאך א פשוט'ע ארביט ארום דעם זון, אלס רעזולטאט פון גרעוויטי.

די מענטשן דעמאלטס האבן ארויפגעקוקט און געזעהן יעדער נאכט שטערנס אין א צווייטע פאזיציע. עפעס איין רויטע "שטערן" רוקט זיך ארום מיט זיין אייגענע מהלך וכו' די זעלבע נייגער און ווילן צו פארשטיין די בריאה וואס טרייבט היינט סייענטיסטן, האט דעמאלסט געטריבן אונזערע איר עלטערן צו אויפקומען מיט הסברים איבער וואס די שטערנס זאגן אונז.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז קיינער (אכ'פ איך...) זאגט נישט אז אמאל זענען זיי געווען טיפשים פארן גלייבן דערין, ס'נאריש צו זאגן אזוי, ווען איך וואלט געלעבט דעמאלס וואלט איך אויך געגלייבט אין דעם. אונז האבן פשוט היינט אזויפיל מער קנאלעדזש, וויסנשאפט און מעטאדן ווי זיי, אז זייערע הסברים פעלט מער נישט אויס.

כ'מיין נישטא צו מאכן א גענעטיק פעליסי, מיט'ן זאגן אז אסטראלאגיע איז נישט אמת פלעין ווייל ס'קומט פון פרימיטיווע מענטשן, וואס איך זאג איז, אז ווען מ'לייקנט עס מיינט עס נישט אז מ'לאכט אפ פון אלטע חכמה, מ'קען זיין באוויסטזיניג איבער זייערע לימיטאציעס אן זיי אוועקמאכן פערזענליך.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'בין נישט זיכער וואס די קשיא איז אבער כ'מיין אז די תירוץ איז:
אזוי 0.5
אדער 1/2
אדער 50%

פרעגסט וויאזוי מ'פירט זיך אויף ווען מ'טרעפט זיך מיט אזעלכע אדדס?
אויב מ'קען קוועטשן א קנעפל מיט א פופציג פראצענט שאנס פון געוואונען א מיליאן דאלער, קוועטשט מען עס. און אויב די קנעפל האט א פופציג פראצענט שאנס פון דיר הרג'נען, דעמאלס קוועטשט מען עס נישט.
אויב די קנעפל איז; 50% דו וועסט האבן א גוטע לעבן און א ליכטיגע עתיד
און 50% אז דו גייסט האבן א ביטערע לעבן און א געשטארבענעם עתיד.

וויאזוי וואלסטו דאן געהאנדעלט?
 
שווערע קשיא. פערזענליך בין איך א מענטש וואס נעמט ווייניג ריסק, שב ואל תעשה עדיף, עוואוידענס איז ביי מיר אייביג וויכטיגער (טיילמאל אויף א קראנקע וועג, אבער דאס איז נישט יעצט א טעראפיע סעסיע, ריכטיג?..)כ'קען אבער אסאך מענטשן וואס וואלטן געדריקט דעם קנעפל אן צעגערן..
 
אויב די קנעפל איז; 50% דו וועסט האבן א גוטע לעבן און א ליכטיגע עתיד
און 50% אז דו גייסט האבן א ביטערע לעבן און א געשטארבענעם עתיד.

וויאזוי וואלסטו דאן געהאנדעלט?
וואס ווילסטו ארויסברענגען דערמיט?
 
שווערע קשיא. פערזענליך בין איך א מענטש וואס נעמט ווייניג ריסק, שב ואל תעשה עדיף, עוואוידענס איז ביי מיר אייביג וויכטיגער (טיילמאל אויף א קראנקע וועג, אבער דאס איז נישט יעצט א טעראפיע סעסיע, ריכטיג?..)כ'קען אבער אסאך מענטשן וואס וואלטן געדריקט דעם קנעפל אן צעגערן..
אבער דו וואלסט געראטן אנדערע צו קוועטשן דעם קנעפל, אפגעזען וואס די תוצאה וועט זיין?
 
אבער דו וואלסט געראטן אנדערע צו קוועטשן דעם קנעפל, אפגעזען וואס די תוצאה וועט זיין?
(הגם איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין) איך וואלט נישט, וויבאלד אזוי ווי עס איז יעצט האט עס גארנישט מיט מיך, איינמאל איך זאג עפעס צו טון בין איך שוין פאראנטווארטליך אויף די תוצאות און עס איז דא א 50 פראצענט שאנס אז עס גייט זיין שלעכטע תוצאות
 
Back
Top