א נעקסט לעוועל גענעגלטע פאדקעסט נחי מיט משי!!

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,206
משי א געוועזענע חסיד, דערציילט זיין דזשירני פון זיינע קינדערישע חדר יארן, ביזן עפענען א מולטי מיליאן דאלעדיגע ביזנעס אין מאנהעטן.

משי דערציילט זיין לעבן אלץ קינד ווי די רבי פלעגט אלץ שרייען: האלט די הענט אויפן טיש…

ווי אויך דערציילט משי איבער זיין צווילינג ברודער א שיטלאזע פארשוין, וואס האט אים אלץ יונג קינד איבער גערעד צו עסן חלב עכו״ם, דערביי זאגנדיג אז גארנישט וועט פאסירן…

ווי משי געבט צו פארשטיין, פלעגט זיין רבי אין חדר אלץ זאגן, א איד וואס עסט נישט כשר וועט חלילה שטארבן…

זיין צוויליג זייענדיג א כיטרען קינד, האט אבער ״בשום אופן״ נישט געהאלטן ביים אפקויפן אזעלכע לאקשן, נעמנדיג פאר זיך אלץ א מיסיע צו אויפווייזן דעם רבי׳נס אומגעהויערע נאן-סענס... און טאקע אלץ א ביישפיל עס אויפגעוויזן מיטן טרינקן חלב עכו״ם…

ווען משי איז עלטער געווארן, איז ער אריין אין ישיבה ווי יעדע נארמאלע בחור. אבער די שטרענגע לימודים מיט די סיסטעמאטישע סדרי הישיבה האט אים געמאכט שפירן איינגעשפארט ווי אין א סופערמעקס תפיסה.

ווען משי איז געווארן בערך 16 יאר האט ער פארלאזט די ״כותלי הישיבה״, און האט זיך צום ערשטע מאל באקענט מיט א פרעמדע מיידל…

מיט די צייט, פאראורזאכנדיג בזיונות פאר זיינע עלטערן, האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין ארץ ישראל, ווי דארט האט זיך אנגעהויבן די אמת׳ע פאן… מען האט געפארטיט, געטון ביזנעס, גערייכערט סחורה וכו׳, בשעת וואס זיין טאטע רעד זיך זעלבסט איין אז ער לערנט פלייסיג…

ביי די 18 יאר האט אים זיין טאטע חתונה געמאכט מיט א פרומע מיידל, משי האט קיין סאך ברירות געהאט, און זיך צוריק געזעצט לערנען פאר די קומענדיגע דריי יאר, הארעווענדיג על התורה ועל העבודה, באקומענדיג סמיכה פון גרויסע אידן!

משי דערציילט ווי די גאנצע תורה לעבן איז מיט דעם אלעם נישט געווען געמאכט פאר אים, זייענדיג בטבע א מענטש פיעל מיט פערסענעלי און פאזעטיוו ענערדזשי, ממש ווי א געבוירענע ביזנעסמאן!

שפירנדיג א געוואלדיגע חלל אין די טיפעניש פון זיין נשמה, האט משי באשלאסן אפצילאזן זיין ווייב אינאיינעם מיט די רעליגע, און אנהויבן לעבן א לעבן וואס איז געאייגנט פאר אים.

הערט מיט דארשט דעם פולע זאפטיגע פאדקעסט, ווי משי דערציילט זיינע ״אפס ענד דאונס״, ביז ווי ער שטייט היינט ציטאגס אין לעבן אלץ א סעקולארע פילאנטראפ וואס לעבט באמת א חיים טובים.
 
לעצט רעדאגירט:
משי א געוועזענע חסיד דערציילט זיין דזשירני פון זיינע קינדערישע חדר יארן, ביזן עפענען א מולטי מיליאן דאלעדיגע ביזנעס אין מאנהעטן.

לינק?
 
Back
Top