נָע וָנָד - נאטיצן פון א רייזענדער

בנימין

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 24, 2025
מעסעדזשעס
7
רעאקציע ראטע
73
פונקטן
13
דער רייזענדער / וואנדערער / נָע וָנָד’ניק / גלות ליידענדער

ווי אזוי פלעגט מען אמאל רופען א טרעוולער??

חשוון תשפ"ב האב איך זיך ארויפגעזעצט אויפן פליגער צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, זיך צו גיין משלים זיין אין ארץ ישראל..
נאך יארן פון ליינען צענדליגע ביכער איבער היסטאריע -אידישע און אלגעמיינע- איז געקומען די צייט צו זעהן די אלע פלעצער מיט די אייגענע אויגן.
דורכאויס די עלף שעה'דיגע רייזע האב איך זיך פארגעשריבן א ליסטע פון פלעצער אין די וועלט וואס איך וואלט געוואלט באזוכן (AKA bucket list. צווישן אנדערע איז געשטאנען דארט פעטרא אין ירדן, עזה, פאריז, די כינעזער וואנט, אינסטאנבול, רוים, פאמפעי, די שווייצע אלפן בערג ,מדבר סיני, און א גאנצע רייע פון שטעט, מושבים און ארכיאלאגישע פלעצער אין א"י וואס איך האב געלערנט אין נ"ך (מאנכע טענה'ען אז דא האט זיך דער ''פראבלעם'' אנגעפאנגען..) און געוואלט זעהן מיט די אייגענע אויגען. עס איז אלץ געווען בגדר חלום. נאך אלעמען וויאזוי גייט א ניינצן יעריגע בחור אנקומען צו די אלע פלעצער? וויפיל פראצענט מענטשן קומען בכלל אן צו די אלע פלעצער ווי זיי ווילן גיין?

די וואך, נאך עטליכע יארן ,43 לענדער, און צענדליגע נסיעות צו אלע עקן פון די וועלט, בין איך למעשה אנגעקומען צו די לעצטע פלאץ פון מיין ליסטע: איינער פון די ווייניג באקאנטע אבער פון די היסטאריש וויכטיגסטע פלעצער אין דרום אמעריקע Machhupicchu.

פארשטייט זיך אז מיטן עסן קומט די אפעטיט און ווי מער מען רייזט ווערט מען געוואור פון מער פלעצער און דאס ליסטע וואקסט. פארט, צו ענדיגן די אריגעלע ליסטע וואס איך האב זיך פארשריבן דעמאלט אויפן וועג קיין א"י איז עפעס וואס האט מיך געגעבן א שאקל און מיך געברענגט צו טראכטן וואס איך וויל טון מיט די אלע אינפארמאציע וואס איך האב אנגעזאמעלט. איז לכבוד דעם milestone, וויל איך פארווירקליכן אן אלטע חלום צו באשרייבן געוויסע פון די מער עקזאטישע פלעצער וואס איך האב באזוכט, פלעצער ווי ווייניג וולאגערס קומען אן. נאך אלעמען איז שוין היינט דא א שיינע פאר היימישע יוטיוב וולאגערס און איך גיי נישט סתם איבער טוהן זייערע ארבעט.

בדרך כלל ווען איך טרעוול נעם איך ווייניגער בילדער און חוץ פון הייקן און נאטור גיב איך אפ אסאך צייט אריינצוגיין טיף אין די לאקאלע קולטור און פראביר עס אפצולערנען פון א טיפערע פערספעקטיוו. מיט די צייט האב איך באקומען מער עקספיריענס וויאזוי עס צו טון ממילא איז עס געווארן מער אינטערסאנט און איך פראביר צו בלייבן לענגער אין יעדער פלאץ ווי איידער צו אריינטשעקן און כאפן די זעלבע בילדער וואס יעדער טוריסט נעמט.

מגיימיר בקרוב אנהייבען מיט א לאנד ווי כבין געוועזען א שטיק צייט צירוק, כינע.

יישר כוח @מארלי פארען העלפען אפשרייבען און מגיה זיין
 
יישר כוח @מארלי פארען העלפען אפשרייבען און
Wow!! מעכטיג!!!! איך קען קוים ווארטן צי ליינען!!!
4 יאר - 43 לענדער!!!! דעיס איז צידרייט!!!
 
כינע - טאג איינס

כינע. די שרעקעדיגע כינע. דאס לאנד פון די אנדערע זייט וועלט וואס זוכט איבערצונעמען און אריינצושטעקן די נאז דארט ווי נאר אמעריקע מעג...

*

לאמיר צוריק דרייען די זייגער אביסל.

געזעצן בין איך אין א רעסטאראנט אין בודאפעסט אויף א זונטאג אינמיטן די נאכט ווען איך האב זיך באגעגנט מיט א באקאנטן וואס פרעגט מיך אויב איך פלאן צו פארן ערגעץ.
נישטא קיין פלאן ענטפער איך אים.
ווילסט פארן? פרעגט ער.
אדרבה..
אומר ועושה, גייען מיר ארויף אויף מיין באליבטע פלאטפארמע Skyscanner און מ'הייבט אן צו זוכן ביליגע טיקעטס. קומט ארויף אז ס'איז דא פלייט טיקעטס קיין בעיזשינג, כינע'ס הויפשטאט, אין א פאר שעה ארום פאר $350. נו, ווער איז ביכולת אפצוזאגן אזא דיל?

מ'טשעקט אויס צי מיר ברויכן א וויזע, שטייט אז זייט עטלעכע חדשים צוריק קענען אמעריקאנער בירגער זיין אין כינע ביז צען טעג מיט א טרעוול וויזע וואס מען האנדעלט זיך איין ביים אנקומען. דאס וועט אונז נישט ערלויבן צו עקספלארן צו סאך פון די אינטעראסנטע שטעט און דערפער פון כינע און מיר וועלן נאך מוזן צוריקקומען נאכאמאל מיט א וויזע. מ'באשטעלט די טיקעטס און מ'לייגט זיך שלאפן פאר אפאר שעה.

א פאר שעה שפעטער אין די lounge פון BUD לופטפעלד האמיר אנגעהויבען צו מאכן ריסערטש. איינס פון די ערשטע זאכן וואס איך האב געזען איז אז אין כינע איז נישטא קיין עקסעס צו די אלגעמיינע אינטערנעט. ווי אויך ארבעט נישט קיין עפפס פון די גוגעל עפפ סטאר. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז קיין איין עפפ אויף מיין פאון, פון וואטסעפפ ביז גוגעל מאפס, גייט נישט ארבעטען דארט.

האב איך שוין באמערקט אז דאס גייט נישט זיין קיין געווענטליכע טריפ וואו איך האב שוין בדרך כלל מיין רוטין און עפפס וואס איך נוץ און אלעס פארט געשמירט. געטראכט האב איך אז איך וועל זיך אן עצה געבען מיט מיין VPN, אבער ווייניג האב איך געוואוסט אז די כינעזער זענען אביסל קלוגער פון מיר. רוב VPN'S ארבעטן נישט דארט.

געווענטליך באשטעל איך די טורס און האטעלן דורכאויס די פלייטס אבער ארויפשטייגענדיג אויפן פליגער פון Air China זאגט מען מיר אז עס איז נישטא קיין אינטערנעט פאר די קומענדיגע צען שעה. האב איך באשטעלט שנעל עפעס א האטעל וואס גוגעל מאפס האט געוויזן אז ס'געפונט זיך אין א געגנט אין בעיזשינג. שפעטער ביי די אימיגראציע דעסק אין בעיזשינג לופטפעלד וועל איך געוואור ווערן אז די האטעל איז בכלל 22 שעה אוועק פון שטאט!. גוגעל האט נישט קיין אקוראטע מאפעס פון כינע.

הכלל, מיר שטייגן אפ פון פליגער און ס'איז נישט פארהאן קיין איין שילד אדער מענטש וואס רעדט א ווארט ענגליש און מיט די אומזיסטע לופטפעלד וויי פיי קען מען נאר אנקומען צו די כינעזער צענזורירטע אינטערנעט.

איין זאך וואס איך האב יא געברענגט מיט מיר איז א דעביט קארד און גלייך ביים אנקומען האמיר אויפגעזוכט אן ATM, איינציגסטע אין די לופטפעלד, און ארויס גענומען געלט. נאכן ארומוואנדערן און זוכן די טעקסיס האבן מיר פראבירט צו פארשטיין מיט די הענט און פיס צי זיי נעמען אן קעש אבער יעדער קוקט אונז אן ווי מיר זענען פון אראפ פון די לבנה. קעש?? זיי ווייסן קוים וואס דאס איז. אנשטאט דעם ווייזן זיי אונז אQR code ווי מען ברויך באצאלן. שטעלט זיך ארויס אז אין די פארגעשריטענע כינע איז קעש א זאך וואס געהערט צו היסטאריע. מ'קען נאר באצאלן מיט צוויי עפפס, אדער WeChat וואס איז אויך זייערע וואטסעפפ אדער Alipay וואס איז א גאווערמענט עפפ פון ווי מ'קען טוהן "אלעס". פון בענקינג, טעקסי און שאפינג ביז א יעדער סארט גאווערמענט סערוויס. (ענדליך צו וואס מאסק וויל טוהן מיט X).

איך דאונלאוד WeChat, כדאי די כינעזער זאלן מיך קענען טרעקן ווען זיי ווילן.. און שיק אריין מיין פאספארט צו באשטעטיגן, זאגן זיי אז עס קען נעמען צווישען צוויי-פיר שעה. מ'זעצט זיך אראפ ווארטן, פאר צוויי שעה.. ביז די געדולד לויפט אויס. ענדליך האב איך געטראפן א דרייווער וואס איז געווען וויליג צו אקצעפטירן מיין קעש פאר דריי מאל די נארמאלע פרייז.

*
אנקומענדיג צום האטעל האט אונז אפגעווארט אין די לאבי די מערסט סאפיסטיקירטע טוילעט וואס איך האב אמאל געזעהן. מאכט אייער אייגענע ריסערטש פאר די פונקציע פון יעדער קנעפל..

1770742268843.webp

די האטעלן דא זענען שפאט ביליג און הערליך. שפעטער זאגט מיר א צינישע איזראעלי אז אזוי ווי יעדער זאךmade in china צעפאלט עס יעדער פיר יאר:sneaky:. דאס איז פון די האטעל לאבי ווס קאסט $35 א נאכט:

1770742377024.webp

אין די האטעל טרעפן מיר א יאפאנער וואס פארציילט אונז אז מען קען קויפן א Esim פון סינגאפאור וואס ארבעט אין כינע און אזוי קען מען זיך פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט. אים געגעבן אפאר דאלער און ער האט עס געקויפט פאר אונז. ישתבח שמו.

נאך וואס א האטעל סטעף האט אונז ארויסגעהאלפען מיטן וועריפייען Alipay און נאכן דאונלאודן אלע וויכטיגע כינעזער עפפס האבן מיר זיך ארויס געלאזט אויף די גאסן פון שטאט.

אין כינע ביי די פריע צופרי שעות קען מען מיטהאלטן די ספעקטאקל ווי הונדערטע מענטשן, בעיקר די עלטערע אידען און אידענעס, רעכטן אפ אינאיינעם די טעגליכע Tai Chi אדער Qigong איבונגען אין די פארקס.

1770742455816.webp

כמעט אויף יעדער ווינקל אין שטאט איז פארהאן אטאמאטישע לייבעריס, וואס איז אינטערעסאנט ווייל יעדער אין בעיזשינג שפאנט מיט די קאפ אראפ צום טעלעפאון.

1770742493612.webp

אראפגייענדיג צום סאבוועי באמערק איך אז די נשים דא זענען אנגעטוהן מער צניעות'דיג ווי אין שיכון סקווירא..

1770742542598.webp

נאך די שפאציר האבן מיר געגעסן פרישטאג ביי חב"ד וואס האט ממש נישט פארשטאנען וואס א טוריסט זוכט דא. דער שליח טאכטער זאגט מיר אז ביז קאוויד האבען געוואונט און זיך געדרייט דא הונדערטער אידן, אלע פאר ביזנעס, אבער זייט די מגיפה ווען כינע איז געווען ממש הערמעטיש פארמאכט פאר דריי יאר, האבן אלע אפגעצויגן.

*

בעיזשינג איז א סאפסטיקירטע און פארגעשריטענע שטאט. איינס פון די זאכן וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט איז געווען די פאבליק טראנספארטאציע. אזא סדר און פארגעשריטענטקייט. נאר צו זיצן אויף די באנק און צוצוקוקן וויאזוי צענדליגע טויזענטע מענטשן גייען א דורך די סיסטעם אזוי געשמירט איז Mind blowing.

אין אלגעמיין די מענטשן וואס איך באגעגן דא פארמאגן אדער די העפליכע אזיאטישע צוגעלאזענקייט און וועלן ארויס גיין פון זייער וועג דיר צו העלפען אדער פונקט קאפויער, זיי קוקן דיר אן מיט ליידיגע אויגן און פראבירן צו פארשטיין פון וועלכע פלאנעט דו האסט געלאנדעט. הצד השווה שבהן, קיינער אויפען גאס רעדט נישט קיין ווארט ענגליש. נישט יעס, נישט נאו, נישט גאו אדער סטאפ. מיין האנט שפראך סקילס האבען זיך היבש פארבעסערט דארטן.

עס איז אינטערסאנט וויאזוי מענטשן דא האבן נישט די מינימאלע וויסענשאפט איבער די גרויסע וועלט. די כינעזער וואקסן אויף אנדערש ווי אונז וואס אינטערסירן זיך און שטודירן און מישן זיך אריין אין יעדער קאנפליקט אדער וואלן אין יעדער ווינקל פון דער וועלט. די כינעזער פון גאס לעבט ווי אין מארס ער האט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר אינדערויסן פון זיין ספערע. ער פאקוסירט אויף זיין אייגענע לעבן.

*

נאך א פיינעם פרעשטאג ביי חב"ד לאזן מיר זיך ארויס צום פארבאטענעם שטאט, Forbidden City, בלע"ז.
דאס איז אן אלטע שטאט פון צענדיליגער גאסען און הונדערטער פאלאצען וואס די עמפארער Zhu Di האט געבויט, אין די פופצענטער יאר הונדערט, פאר אלע זיינע ווייבער. די גאנצע געגענט ארום איז איין גרויסע פלי מארקעט, און די ארכיטעקטור פון די פלאץ איז עפעס געוואלדיג.

1770742806426.webp
1770742824557.webp

1770742845889.webp
1770742863028.webp

1770743211347.webp
1770743054034.webp

*

יעצט אביסעל פון מיינע פערזענליכע פאליטישע אבזערוואציעס.
ווי געשריבן, דער טיפיקעל כינעזער וואקסט אויף מיט זייער ווייניג ידיעות איבער די איבעריגע חלק וועלט און דערפאר גיבט ער נישט קיין דעקל וואס דארט גייט פאר
משא"כ אונז וואס מישן און פלאנטערן איבעראל און פראבירן צו פארעכטן די גאנצע וועלט.

די טיפערע שאלה איז, וועלכע סיסטעם ארבעט בעסער פאר 'אירע' בירגער (Subjectively). און ווער איז א גרעסערע סטראשע איינער אויף די אנדערע און אויף די איבעריגע חלק וועלט (Objectively). אמעריקע אדער כינע?

אין די "קאמוניסטישע" כינע, אנשטאט נעמען 40 פראצענט פון מיין מיטעל-קלאס אינקאם און עס נוצן אויף מלחמות אין פארשטופטע לענדער וואס זיי האבן נישט קיין בלינדע מושג וויאזוי די אינערליכע סיסטעם ארבעט דארט (ע"ע וויעטנאם אפגאניסטאן עיראק ETC), און די רייכע זאלן גארנישט צאלן , צאלט *יעדער* פינף פראצענט טעקס, נישטא קיין שווארצע געלט ווייל עס איז נישטא קיין קעש, און פארדעם באקומסטו פרייע העלטקעיר, חינוך, טאפ טעכנאלאגיע און גוטע ראודס.
איך פארשטיי די מעלה פון דעמאקראטיע און די יכולת זיך אויסצודרוקן פרייהייט אבער זעט אויס פאר די פשוט'ע מענטש אין כינע ארבעט די סאציאלע קומוניזם פיין. עס האט מעגליך צו טון מיו די קולטור אין די ווייטע מזרח ווי מענטשן פאלגן די רולס פון אויבן ביז אונטן.

ווער זענען די אמת'ע אימפעריאליסטן און סטראשע אויף די "פרייע וועלט"? ווער שיקט מיליטערישע שיפן צו די אנדערע וואסער טעריטאריע אמעריקע אדער כינע?
די לעצטע בארעכטיגטע מלחמה וואס איך קען זען וואו אמעריקע האט זיך אריינגעמישט איז געווען די צווייטע וועלט מלחמה, ווייל דאס איז כאטש זייער קולטור און פון דארט שטאמען זיי.

איך פארשטיי אויך אז אמעריקע האט ריזיגע וואפען קאמפעניס און די גרעסטע מלחמה-מאשין און זיי מוזן עס נוצן פון צייט צו צייט ווייל ס'איז גוט פאר די עקאנאמיע, און צוליב נאך א מער אומאנגענעמע אמת — עס הייבט די פאטריאטיזם. אבער די היפאקריטיע איז גרויס. אמעריקע מעג איינעמען ווענעצועלע כדאי אוועקצונעמען די אויל פון כינע, און כינע טאר נישט "צוריקנעמען" טייוואן?

המשך יבוא.

טענקס עגעין @מארלי פאר די אזויפיל מאל פון שטיפען צי טוהן דאס, און פאר די שעות פון איבערשרייבען מיינע נאטיצען צו אן ארטיקעל..
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1770743063067.webp
    1770743063067.webp
    773 KB · געזען: 17
  • 1770743207026.webp
    1770743207026.webp
    504 KB · געזען: 19
Wow!!!!
זייער אינטערסאנט און חידוש'פול!!!!

למעשה האסטו מצליח געווען צי כאפן א שמועס מיט א כינעזער, (כ'בין נייגעריג פון ווי די נעמסט אז זיי האבן נישט קיין ידיעה פון וואס עס טוט זיך אויף די וועלט?)

לגבי די חלק פון זיך אריינמישען אין אנדערע לענדער, קוקט אויס אז די האסט פארגעסן פון די 'אומשולדיגע באלאנען וואס האבן אריינגעבלאנדשעט קיין אמעריקא, און אויך צענדליגע עלעקטריק קארס איבער די וועלט וואס כאפן אפ אינפארמאציע און שיקן אריבער קיין טשיינע
 
שכוח.

יא, איך האב באוויזען צי רעדן מיט כינעזער, אבער נישט אין בעיזשינג. נאר אין שאנכאי וואס איז מער אן אינטערנאצינאלע שטאט.

יעדער איז ערלויבט צו שפיאנירען. שאלה איז ווער שיקט אריין עירקרעפט קעריערס אין יענעמס בעקיארד.
 
Back
Top