ענגליש צו אידיש טראנסלאציע/איבערזעצונג

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,509
רעאקציע ראטע
10,846
פונקטן
1,943
(ס'איז שוין דא אזעלכע שאלות אין אנדערע שנירלעך אין שפראך פארום, אבער וויבאלד די קעפל איז נישט געווען קלאר הערשט דארט א מישמאש פון אלס און אלעמען. מאדס קענען אפשר אהערברענגען דא אלעס וואס באלאנגט אהער. ש'כח)

איך עפן דא א ספעציעלע שנירל פאר אלע מינע שאלות וואס מאכט זיך ביים טייטשן פון ענגליש צו אידיש. סיי איינצעלע ווערטער און סיי געוויסע זאצן וואס האט נישט קיין דירעקטע איבערזעצונג.

למשל: וויאזוי זאגט מען troubling אין אידיש?
.I find this to be extremely troubling

1. טראָבּלינג
2. טראבּלדיג
3. בּאַזאָרגנד

איך וואלט געזאגט נומער 3, און פאר א מער היינטיגע אייוועלט סטיל אידיש קען אפשר ארבעטן נומער 1, און אין א מער קאמישע קאָנטאַקסט (וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש?) קען אפשר אפי' ארבעטן נומער צוויי.

וואס זאגט איר?

איינער האט נאך אן איינפאל/איידיע פאר א גוטע טראנסלאציע/איבערזעצונג פאר טראָבּלינג/בּאַזאָרגנד?
 
אין קאנטעקסט פון דעם דערמאנטן זאץ, איז פראבלעמאטיש, מיין איך, א גוטע קאנדידאט:
״עס שיינט צו זיין זייער פראבלעמאטיש״

דאס ווארט טראבל (trouble) שטאמט פון אלט פראנצויזיש/לאטיניש און האט א באדייט פון כאאס, צעמישעניש. די ווערטער disturb און turbulence שטאמען פון דעם שורש.

מען קען אפשר נוצן אזעלכע ווערטער ווי אומבאקוועם: ״איך שפיר מיך זייער אומבאקוועם דערמיט״

אין קאנטעסקט פון דעם זאץ, וואו דאס ווארט עקסטרעים ווערט באנוצט, וואלט איך גענוצט א פראזע ווי: אויף א הויכע פארנעם: ״עס שיינט צו זיין פראבלעמאטיש אויף א הויכע פארנעם״ ״איך שפיר מיך אומבאקוועם דערמיט אויף א הויכע פארנעם״.
 
צי לאנג, נישט עטיש,(מיי עפיניען) די סימפל ווארט 'זייער' וואלט געווען סאך בעסער, "זייער אומבאקוועהם / גאר פראבלעמאטיש "
 
אין קאנטעקסט פון דעם דערמאנטן זאץ, איז פראבלעמאטיש, מיין איך, א גוטע קאנדידאט:
״עס שיינט צו זיין זייער פראבלעמאטיש״

דאס ווארט טראבל (trouble) שטאמט פון אלט פראנצויזיש/לאטיניש און האט א באדייט פון כאאס, צעמישעניש. די ווערטער disturb און turbulence שטאמען פון דעם שורש.

מען קען אפשר נוצן אזעלכע ווערטער ווי אומבאקוועם: ״איך שפיר מיך זייער אומבאקוועם דערמיט״

אין קאנטעסקט פון דעם זאץ, וואו דאס ווארט עקסטרעים ווערט באנוצט, וואלט איך גענוצט א פראזע ווי: אויף א הויכע פארנעם: ״עס שיינט צו זיין פראבלעמאטיש אויף א הויכע פארנעם״ ״איך שפיר מיך אומבאקוועם דערמיט אויף א הויכע פארנעם״.
איך הער... אויך א מהלך.

Problematic = פראבלעמאטיש
Worrisome = בּאַזאָרגנד

אין היינטיגן ענגליש מיין איך אז troubling איז נענטער צו worrisome ווי צו problematic.
 
Back
Top