אנקעטע: װער פון אײערע משפחה האט א סמארטפאון?

װער פון אײערע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן א סמארטפאון?

  • איך האב נישט; איך גײ אין א קִיאָסק

    Votes: 3 6.5%
  • פון מײן משפחה, האב נאר איך

    Votes: 10 21.7%
  • איך מיט נאך אײנע

    Votes: 12 26.1%
  • מער װי צװײ

    Votes: 9 19.6%
  • אפילו מײנע עלטער\ן האבן

    Votes: 8 17.4%
  • נאר מײנע עלטערן האבן

    Votes: 0 0.0%
  • אפילו מײנע קינדער װאלט\האב איך געלאזט

    Votes: 4 8.7%
  • איך האב נאר בײ די ארבעט - בײם קאפיוטער

    Votes: 3 6.5%
  • איך האב אױך אינדערהײם אבער נאר בײם קאמפיוטער

    Votes: 3 6.5%

  • Total voters
    46
  • This poll will close: .

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,501
רעאקציע ראטע
4,483
פונקטן
443
איך זוך צו װיסן װי-אזױ די סײט-באנוצער דא באזוכן קרעמל? צו זײ האבן א סמארטפאון צו נישט? אױב האבן זײ נישט, צו האבן זײ כאטשיג א קאמפיוטער? און װיפיהל פון זײערע משפחה מיטגלידער באנוצן זיך מיט א סמארטפאון? סמארטפאון קען זײן געכשרטע טעלעפאנען אױכעט נאר געװענליך נעם איך אָן אז א סמארטפאון װאס לאזט אדורך קרעמל איז אדער נישט געכשרט אדער האט מען געדארפט בעטן דעם פילטער קאמפאני זײ זאלן דאס ספעציעל אױפשליסן און אדורכלאזן. איז לאמיר זעהן מי ומי הגולשים.

(די פּאול װעט זײן אפן פאר 30 טעג. נאכדעם װעט זיך עס צושפארן.)
 
איך האב ביז א חודש צירוק געהאט א לעפטאפ אינדערהיים אן קיין פילטער, אין ביי די ארבעט האב איך געהאט א VPN וואס האט אווערייד די פילטער, אבער לעצטענס האבן מיינע אויבערהארן ארויפגעלייגט גדר, אין די VPN ארבעט נאר יעדע צווייטע טאג, מה עשה הקב"ה? איך האב מיר איינגעהאנדעלט א טעבלעט וואס איז אפן אינגאנצן, פיט אין די טאש, אין דאס איז מיין בעבי, איין פראבלעם האב איך, אז זינט איך האב די טעבלעט, שרייב איך ווייניגער, ווייל ס'האט נישט קיין קיבורד אין ס'זייער שווער. אבער קענדי קראש האלט איך שוין ב'ה ביי לעוועל 147, די באשעפער זאל העלפן ווייטער.
 
איך קום פון אביסל מיר אזא מגיד שיעור/כולל סטייל משפחה איך האב מיך אלעמעאל געפילט ווי די באם (נישט עפעס מעידזשער, סתם א סמארטפאן) למעשה הפלא ופלא איך האב לעצטנס אויסגעפינען אז איינער פון די מגיד שיעור ברודערס האבן א סמארטפאן, בקיצור נאכן קלאר מאכן אז ס׳איז לצורך פרנסה……. עהעם….. האט ער מיר געזאגט אז עס האט נישט קיין פילטער ווייל די מוסד לאזט נישט קיין מגיד שיעורים האבן א סמארטפאן און די פילטער קאמפעני זאגט אויס פאר די מוסד ווער עס האט א סמארטפאן.
אכשר דרא.
 
פעלט מיין אפציע: איך נוץ די פאסט.

אפילו מײנע עלטער\ן האבן
אגב, זייט ווען איז 'עלטער' די singular פאר parent?
 
ס'איז דא גוי'אישע קיאסקן?
 
Back
Top