אנטיסעמיטיזם, נאציזם, און פאשיזם אינעם עקסטרעם רעכטן לאגער

א גוט מארגן בען שפירא... האסט דיר אויפגעוועקט פון א טיפע שלאף? סמעֶל די קאָפי... קום פארזוך פון דיין אייגענע מעדעצין.

View: https://youtu.be/OaRJlL5mOF8?si=8TsgN5maroibJeK0

גראדע פיל איך זייער שלעכט פאר איהם.... מ'קען באמת זעהן זיין אנטוישונג אויפן פנים... ס'איז ווי איינער האט אויסגעפונען אז ער איז געווארן פארפירט פון דאס אייגענע ווייב.
איך בין אויך נישטא צו סקאורן פוינטס. ס'האט מיר באמת געקאסט כמעט טרערן צו הערן ווי בען פרובירט איבערצייגן זיינע צוהערער אז ניק פוענטעז איז שלעכט. איך שפיר זיין ווייטאג... אבער אסאך האבן דאס געזען שוין א לאנגע צייט צוריק.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב א חבר וועלכער פארט אפט קיין כינע פאר ביזנעס.
ער טענ'הט אז דער אלגעמיינער כינעזער גוי גלייבט אלע שטותים אז אידן קאנטראלן די וועלט און דערפאר חנפ'נען זיי זיך צו אים. ער טענ'הט אז מען מוז זיך אריבערציען דארט וויל מיר וועלן זיין די טאפ אף סאוסייעטי. מיר קענען נישט אווערקראודן מער ווי זיי, מיר קענען נישט זיין גרעסערע אפורטוניסטס ווי זיי. און פון יעדעס דור ביי זיי ווערט פון צוויי איינס משא''כ ביי אונז ווערט פון איינס צוועלף... סאו מיר וועלן איבערנעמען די לאנד מיט אלע נוקס אין נאו טיים....
 
מענין לענין, עס איז נישט געווען טשיינע נאר יאפאן אבער אויף כינעזער טעריטאריע:

אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה ווען יאפאן האט קאנטראלירט גרויסע חלקים פון טשיינע האבן זיי געארבייט אויף די בארימטע "פוגו פלאן" וואו זיי האבן געוואלט אויפשטעלן א סעמי אויטאנאמישע יודישע געגנט אין מאנטשוריע, גלויבנדיג די נאצישע פראפאגאנדע אז די יודן קאנטראלירן די וועלט אוו זיי האבן עס געוואלט אויסנוצן אויפצובויען זייער עקאנאמיע, דער פלאן איז אבער שנעל צופאלן.

אגב, מען זאגט אויף טראמפ'ן אז ער גלויבט יעדן אנטיסעמיטישן בלבול אויף יודן (שווינדלערס, קאנטראלירן אלע אינדוסטריס און אלע מערב לענדער וכדו') און טאקע דערפאר גלייכט ער אונז...
 
לעצט רעדאגירט:
אגב, מען זאגט אויף טראמפ'ן אז ער גלויבט יעדן אנטיסעמיטישן בלבול אויף יודן (שווינדלערס, קאנטראלירן אלע אינדוסטריס און אלע מערב לענדער וכדו') און טאקע דערפאר גלייכט ער אונז...
איך האב דאס געהערט אויף פוטין, מען זאגט אז ער גלייבט אז אידן קענעו כישוף און זיין זיין רעספעקט איז מער פון מורא
 
אגב, מען זאגט אויף טראמפ'ן אז ער גלויבט יעדן אנטיסעמיטישן בלבול אויף יודן (שווינדלערס, קאנטראלירן אלע אינדוסטריס און אלע מערב לענדער וכדו') און טאקע דערפאר גלייכט ער אונז...
אוי איז דאס אמת ער איז נאך א גרעסערע אנטיסעמיט ווי זיי נאר סקימט ארויס אנדערש...
 
צו פארדאנקען אונזער קעניג יר"ה
עס כאפט א שוידער צוהערן די אנטיסעמיטקע רעדן
מיט האס און פיינדשאפט אויף יידן, ספעציעל ווען זי האט מיליאנען פאלאוערס, תאלמנה שפתי שקר הדוברות, מען דארף זיך צוהערן צו וואס זי פרעדיגט צו זעהן וואס איז די כח פון איהר העצן און צו יש דברים בגו, מען קומט אלץ צו אז דער ייד פאפט אויס דעם גוי, און דאס מיינט אפילו טעות גוי וואס איז על פי הלכה מותר - אויך נאר אז ער האט זיך אליינס גינער׳ט דארף מען איהם נישט אויפקלערן - און אויף דעם שרייבט רבי משה רבק׳ס ( חו״מ שמח ) ואני כותב זאת לדורות להורות לרבים שראיתי רבים גדלו והעשירו מן טעות שהטעו עכו״ם ולא הצליחו וירדו נכסיהם לטמיון ולא הניחו אחריהם ברכה , ער זאגט אז אפילו אן אופן פון היתר איז פון דעם נישט דא קיין ברכה , ער רעדט נישט פון הימעל שטראף ווייל עס איז אהקעי אין הלכה. נאר דער מציאות איז אזוי אז דער גוי דער מרומה,כאפט זיך עווענטועל, און עס באקט אין איהם איין א שנאה אויף דער ייד,וואס ער איז מוריש פאר די יוצאי חלציו און זיינע באקאנטע, וואס דאס זייעט אהן א שנאה וואס ברענגט אלעס לטמיון ( דאס איז די מציאות) די שונא -קאדענס אוווענס -קומט אויך מיט די טענה אז יידן פאפען אויס דעם נכרי, און דאס גיט איהר די כח און מוט צו פארשפרייטען שנאה, קיינער קען נישט זאגן שלום עלי נפשי, זי איז א קאלעקטיוו סכנה און א טרעט פאר יעדן ייד דארף מען נזהר זיין ווען מען דיעלט מיט זיי נישט עימען אויסצושפילען און אואווער סמארטען
ביי די אזוי גערופענער גזירת החינוך איז דא- די פערל ארגיניזאציע - וואס האנדעלט מיט די רעגירונג אינסטאנצען און דער גאנצער הלוך ילך איז נאר צו פארפאפען די גאווערנמענט כאילו מען נעמט א פעטהוועי און מען לערנט לימודי חול און מען געט טעסטס פאר די תלמידים, וואס אין די די ווירקליכקייט האט זיך ממש גארנישט גיטוישט, סתם מען חוש׳ט און מען פאפט, און מען רעדט זיך איין אז דער גוי כאפט נישט, ווי מען מאכט פון איהם ליצנות
און מען לערנט גארנישט דאס גיט שטאף און סחורה פאר/ קאדענס אואווענס - און איהר אילק צוזאגען אז יידן זענען דא צופאפען
ווען מען זאגט סטרעיט דעם אמת אונז וויל מיר נישט קיין שום לימודי חול, עטליסט זאגט מען די וואהרהייט, און מען דיעלט מיט די קאנסעקווענצן אבער די מהלך פון מרמה און שוא
פיערט אזוי ווי דער באר הגולה זאגט לטמיון ולא לברכה .
 
די רעכטע האבען אהנגינומען א מאוטא NETTER וואס באדייט -נאו ענעמי טו דע רייט- איז ביי זיי היינט אהקעי צו פרעדעיגען אלע ראסיסטישע שיטות
דער פוענטעס, רעדט אויף די שווארצע ראסע אויך
און אפילו אויף פרויען , אבער דאס איז א כסות עינים עס זאל אויסקוקען ווי עפעס א שיטה. בעצם די נקודה איז שנאת ישראל,די אלטע,אנטיסעמיטיזם
וואס איז אויך קאוד ווארט קעגן סעמיטן, אבער למעשה מיינט מען דוקא שנאת ישראל. טראמפ איז א פאליטישען, און כדי צו בויען זיין בעיס איז כאטש ער פערזענליך איז נישט א יידן פיינט ( ער זאגט ער איז א פריינד ) אבער ער גיט פלאץ אין זיין פלאטפארמע פאר די אויסגישפראכענע שונאי ישראל, אונז יידן זעמיר אינדערמיט,
אנא נפנה אנא נלך
ביי די לינקע איז דאך אוודאי היינט דא אפענע שנאת ישראל.
לשנה הבאה בירושלים
 
לשנה הבאה בירושלים
אבער לויט די קנאישע לאגער אין ארץ ישראל און איבער די וועלט איז אין ירושלים אויך פארהאן שנאת ישראל! די ציונים שמד'ן דאך אויס טויזענטער אידן
 
אבער לויט די קנאישע לאגער אין ארץ ישראל און איבער די וועלט איז אין ירושלים אויך פארהאן שנאת ישראל! די ציונים שמד'ן דאך אויס טויזענטער אידן
דער שומרי אמונים רבי, האט שוין גיזאגט פאר די סאטמאר קנאים, וואס האבען איהם גירודפ׳ט ווען ער איז גיוועהן נאך אין בערעגסאז, און מכח די רדיפות האט ער דעסיידעד צו מאכען עליה קיין ירושלים, האבען זיי פרובירט איהם אהנצושרעקן אז דארט אונטער די ענגלענדער רשעים וועט ער ליידען, האט ער גיענטפערט, דארט אין ארץ ישראל אונטער די מאמע׳ס פארטוך איז מען אלץ אין די ענדע מער באשיצט . ער איז צום סוף געבליבען מיט דורות, און די געבליבענע אין הונגריה זענען געבליבען, אחד מעיר ושנים ממשפחה לפליטה.
 
Back
Top