נייעס פון מדינת ישראל און ארום

@שומו שמייעם איך דארף דיר דערמאנען וויאזוי ס'זעט אויס ווען מ'באשולדיגט א רעכטער? וואס די גאנצע רעכטע לאגער ווייסט גלייך אז ס'איז תפירת תיקים און א קאנספיראציע פון די דיפ סטעיט?

די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.

עס איז נישט אינמיטן די חקירה איבער שדה תימן, עס איז אינמיטן די משפט. אבער ביזסט גערעכט, כך צ"ל: צו א מחבל נוחבה טאר מען אויך נישט טון וואס זיי האבן לכאורה געטון
און ניין, אויך א מחבל נוחבה האט מענטשליכע רעכטן, און געזעצן זענען אויך חל אויף אים. אז דו האלסט אז ער האט נישט קיין רעכט צו לעבן, פיר אדורך א געזעץ פון מות למחבלים (וואס איז אגב היינט אדורך בקריאה ראשונה), אבער פאר ס'איז דא א געזעץ קען מען נישט הרג'ענען קיין מענטשן, ווייל ער איז א טעראריסט, און א ודאי נישט פייניגן און שטעכן לשם פייניגן.


די יועמשי"ת האט פארשטייט זיך קיינמאל נישט גערופן קיין מחבל אין עזה, דאס איז שוין א קאנספיראציע על קאנספיראציע. סך הכל רעדט מען פון מצ"ח וואס האט גערופן עצורים משוחררים פון שדה תימן (נישט דוקא מחבלים ממש), זיך נאכפרעגן איבער די תנאי הכליאה אין שדה תימן, נאך וואס מ'האט מורא געהאט אז די קאורט אין האג וועט ארויסלייגן באשולדינגען אקעגן שדה תימן:
לא, מצ"ח לא התקשרה ל"מחבלי נוחבה רוצחים ואנסים" בעזה | הטענות והעובדות

בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.

פארשטייט זיך אז אלעס וואס מ'האט געטון צו רוזנפלד איז בגדר די געזעץ, און ס'קומט נישט אריין אין די שמועס.
 
בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.
צו בארעכטיגן די פצ"רית אויף איר ארבעט, פאר'ן זיכער מאכן אז די חיילים האלטן איין אינטערנאציאנאלע געזעצן אין עזה דאס איז שקר, ווייל זי האט דאך ארויסגעלייגט די ווידיאו פון שדה תימן,
סא דאס איז נישט געווען איר מטרה, ס'גייט איר אן א פייג די געזעץ, נאר איר לינקע אגענדעס,
נו פאר דעם זאל מען איר ברענגען צו גערעכטיקייט.
 
די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.
אינטערנעט צו שפעקולירן, אז אינטער די גאר רעכטע ראש השב"כ דוד זיני האט מען אנדעקט די פארפוילטע קארופציע, סא ס'איז שטארק בולט למפרע פארוואס די לינקע האבן זיך פרובירט צו שלאגן ביזן טויט אז ער זאל נישט באקומען די פאזיציע,
נו יעצט העט מען זיי ווייזן וואס מיינט געזעץ.

נישט בחינם ציטערט די יומעשי"ת אין די הויזן יעצט, זי האט פארוואס, געארבעט האנט ביי האנט צו פארווישן די קרימינאלע אקטיוויטעטן פון די פצ"רית!! חצפנית!!!

"זה לא דמוקרטיה, זה דיקטטורה "
 
פרטים מהחקירה של הפצרי''ת:
הזוי: הפצ''רית בתשאול הראשוני: ''אולי הטלפון נפל לי בים, אני לא זוכרת''.
המשטרה: לאן נעלמת ל-3 שעות? מדינה שלמה מחפשת אחרייך, המשפחה שלך בוכה מדאגה.
הפצ"רית: אני מבולבלת, אני לא יודעת מה קורה איתי.
המשטרה: איך התקשרת לבעלך?
הפצ"רית: מישהו שנתקלתי בו בסביבה נתן לי את הטלפון שלו.
המשטרה: מי?
הפצ"רית: לא יודעת, מישהו - אני כבר לא זוכרת.
המשטרה: איפה הטלפון שלך?
הפצ"רית: אין לי מושג, אולי נפל לי בים - אני באמת לא זוכרת.
המשטרה: זרקת אותו לים?
הפצ"רית: לא זוכרת.
 
בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט
טאקי הא גופא קשיא די פצרי"ת איז דאך דא צי ווייזן א שיינע פנים פון צה"ל פאר די וועלט, און דא איז זי געגאנגען פארשווארצן צה''ל אין די גאנצע וועלט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע!!!!

דאס איז די טעות פון די לינקע, ווי מער זיי טרייען זיך צי אהערשטעלן צי די וועלט ברענגט עס נאר שלעכטס,
ווען זיי וואשען די שמוץ וועש אינדרויסן ווייל זיי ווילן ווייזן אז ס'איז דא סדר אין לאנד גיסן זיי נאר צי אויל צי די פייער
ככה זה
 
אגב, פון דא זעט מען די שטארקייט פון די שלטון החוק, וואס קומט צום סוף אן צו יעדן איינעם, אפילו צו זייער אייגענע חברה.
ועוד, פון דא זעט מען די שטארקייט פון די לינקע לאגער, וואס בארעכטיגט נישט קיין שום עוולות, אפילו פון זייער אייגענע חברה.
ודוק ותשכח.
נע, די גאנצע פרשה האט מען אויפגעדעקט פערצופאל דורך א פאליגראף וואס א קצינה פון די פרקליטות הצבאית איז אריבער אין שב"כ. ווען נישט וואלט עס געבליבן פארשטילט אויף אייביג. און אויב רונן בר וואלט נאך געווען אין אמט און נישט זיני וואלט ער בלי ספק דאס אויך פארשטילט.

איידעלערהייט, דאס איז נישט די שענסטע צייט פון שלטון החוק...
 
, די גאנצע פרשה האט מען אויפגעדעקט פערצופאל דורך א פאליגראף וואס א קצינה פון די פרקליטות הצבאית איז אריבער אין שב"כ
פארוואס איז די קצינה אריבער א פוליגרף?
 
פארוואס איז די קצינה אריבער א פוליגרף?
אגב יעדער איינער וואס האט א הויכע פאזיציע אינערהאלב מד"י זיכערהייַט, גייט אדורך א פאליגראף צוויי מאל א יאר.
דער וואס האט עס ארויסגעגעבן האט מורא געהאט אז ער וועט נישט ווערן אנגענומען אין זיין פאזיציע וועגן דעם האט ער עס ארויסגעגעבן פרייוויליג.
 
איינער טענה'ט אז דוד זיני האט עס אויפגעדעקט, און וועגן דעם האבן די לינקע געפייט קעגן אים. א אנדערער טענה'ט אז ס'פערצופאל ארויסגעליעקט, נאר ווען נישט זיני וואלט עס נישט ארויפגעקומען... ענק דארפן זיך צאמרעדן פארדעם... 😄

יעצט, לאמיר נישט פארגעסן די מעשה דא, ס'איז געווען חשדות אויף סאלדאטן אין שדה תימן, אז זיי האבן זיך אויפגעפירט בארבאריש און אומ-עטיש אקעגן עצורים, אזש ביז מעשי אונס וסדום. יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז אזעלכע הארבע חשדות דארף מען גרינטליך אויספארשן, און דאס איז די תפקיד פון די פרקליטות הצבאית.
(און פאר איינער גייט טענה'ן 'וויאזוי פאלט דיר איין אז חיילי צה"ל זאלן טון אזעלכע נידריגע זאכן, דארף מען נישט מער ווי צוריקגיין אפאר תגובות, צו א רעכטער ניק וואס שרייבט:
איז דא עפעס און די וועלט וואס מ'טאר נישט טון פאר 'מחבלי נוחבה'?? רוצחים ומאנסים, נאציס, חיות בדמות אנשים!!!!!

זיי האבן נישט קיין זכות צי לעבן בכלל!!!
סאו ס'איז דא מענטשן וואס האלטן אז מ'מעג אלעס טון פאר מחבלי נוח'בה, סאו ס'איז מעגליך אז צווישן חיילי צה"ל זאלן אויך אריינפאלן אזעלכע מענטשן).

אבער גלייך ווען ס'איז נתפרסם געווארן די מעשה, אנשטאט די לאנד זאל אויפשוידערן פון אזעלכע מעשים, און לאזן די מערכת המשפט קלארשטעלן וואס איז דא געשען, און האפנטליך ארויסקומען אז עס איז אומריכטיג און די סאלדאטן זענען גערעכט. האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער גלייך געוואוסט (בלי שום ספק) אז ס'איז א בלוט-בלבול פון די פצרי"ת אקעגן די סאלדאטן, און די רעכטע פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער'ס האבן אנגעהויבן פארפירן, א גאנצע הפגנה איז פארופן געווארן אקעגן שדה תימן וואו די סאלדאטן זענען דעמאלטס געווען, ביז מ'האט איינגעבראכן (צווישן זיי שרים און חברי כנסת) אין די מיליטערישע בעיס ארויסצוראטעווען די סאלדאטן, פון די רשעות'דיגע הענט פון מצ"ח (=משטרה צבאית חוקרת). פארשטייט זיך אז די פצרי"ת איז געווען די הויפט ציל פון אלע השמצות און באשולדינגען פון די רעכטע חברה.

מ'מוז זיין גאר א קליין קינד, אדער גאר א גרויסער היץ קאפ, צו טענה'ן אז די פצרי"ת האט פלעין און פשוט פיינט אונזערע סאלדאטן, און זי האט ליב די נוח'בות. זי האט א דזשאב און דאס האט זי געטון. זי איז פונקט אזא איזרעילי ווי די רעכטע, און זי האט נישט קיין שום כוונה צו באשמוצן די צבא (אין ווי זי ארבעט - פארגעס נישט).

נאך די איבערפאל אויף שדה תימן איז געווארן גאר א גרויסע שטורעם אקעגן די פצרי"ת, און אקעגן די פרקליטות הצבאית בכלל. די פצרי"ת האט ברוב טפשותה געליעקט די סרטון פון שדה תימן כדי צו בארוהיגן די געמיטער, און אויפווייזן אז ס'איז דא א שטארקע בעיס אקעגן די סאלדאטן, און ס'איז נישט קיין בלוט-בלבול.
איך שרייב 'ברוב טפשותה', ווייל ווען זי וויל געבט זי עס אפיציעל ארויס אין א פרעס-קאנפערענץ און שלום על ישראל, אבער זי האט דאך מורא געהאט אז מ'וועט איר באשולדיגן אין באשמוצן די סאלדאטן (אזוי ווי ס'איז טאקע), האט זי באשלאסן זיך צו באהאלטן אונטער די מאנטל פון א ליעק. דאס איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון איר זייט. נאך א גרעסערע טפשות און עוולה איז געווען דאס לייקענען נאכדעם, און פרובירן צו פארווישן.

טאקי הא גופא קשיא די פצרי"ת איז דאך דא צי ווייזן א שיינע פנים פון צה"ל פאר די וועלט, און דא איז זי געגאנגען פארשווארצן צה''ל אין די גאנצע וועלט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע!!!!

דאס איז סתם א מעידזשער מיסטעיק פון די רעכטע, כאילו די גאנצע ציל פון האלטן געזעצן וכו', איז נאר כדי זיכער צו מאכן אז איזראעל זעהט אויס שיין אין די וועלט.
מ'דארף האלטן געזעצן כדי די סאסייעטי זאל נישט ווערן קאניבאלן (אדער 'יונדנאצים' ווי פרופ' לייבוביץ' האט שוין פאראויסגעזאגט), און די שלטון החוק איז געשטעלט דאס זיכער צו מאכן. גראדע, האט מען פון דעם א זייטיגע טובה, אז די וועלט זאל נישט אזוי שטארק פארדאמען ישראל.

נע, די גאנצע פרשה האט מען אויפגעדעקט פערצופאל דורך א פאליגראף וואס א קצינה פון די פרקליטות הצבאית איז אריבער אין שב"כ. ווען נישט וואלט עס געבליבן פארשטילט אויף אייביג. און אויב רונן בר וואלט נאך געווען אין אמט און נישט זיני וואלט ער בלי ספק דאס אויך פארשטילט.
צו מאכן השערות (אז ווען בר און נישט זיני וואלט עס נישט ארויסגעקומען) קען איך אויך. די מציאות איז אז דאס איז די כח פון שלטון החוק, ווי די הגדרה גייט 'טוחנות אבל לאט', אלעס קומט צום סוף ארויס.

איידעלערהייט, דאס איז נישט די שענסטע צייט פון שלטון החוק...
דאס איז פשוט ווייל א גרויסע פיגור אין שלטון החוק (פצרי"ת), האט אפיציעל מודה געווען אז זי האט געליעקט, און געזאגט ליגנט אויף דעם.

אבער פון די אנדערע זייט, איז דאס די שענסטע צייט פון שלטון החוק, איינער טוט א עולה באקומט ער זיין שטראף, ער ווערט גלייך אפגעזאגט, און קיינער פארטיידיגט אים נישט.
לאמיר נאר זען וויאזוי די שלטון הג'ובים פון די ליכוד פירט זיך אויף ווען דוד ביטן וואס איז אויף א קלארע ווידיא-טעיפ נעמען שוחד, איז פון די לידינג פירער'ס און די פארטיי. וכו' וכו'. ואטו כי רוכלא ניזיל וניכל
 
איז די ווידיאו נישט קיין געשטיקעלטע מעשה?
 
די מעשה פון 'שדה תימן' איז געווען גאר שמוציג, און מרוב לחץ צי פארשטערקערן איר צד און אפשוואכן די האסע אויף איר האט זי ארויסגעליקט א ווארשיינליך פארבריצירטע וידיאו אן טראכטן ווי ווייט עס גייט שאטן פאר צה''ל

דאס אז זי איז ציגעקומען צי אזא מצב ווייזט ווי אומאקצעפטירט די חקירה איז געווען אויפן גאס, און רוב נארמאלע מענטשען האבן נישט אנגעקוקט די מעשה מיט אזאלכע גלעזער ווי @כספי, נישט אז זיי האלטן אז מ'דארף גיין אויספייניגן די מחבלים אין כלא, (איך האלט אויך נישט אזוי...) נאר וואס דען?? אז אויב איז געשען אזא מעשה קומט נישט אז מ'זאל געבן פאר די 'מחבלים' די זכויות אדם וואס קומט זיך פאר א 'נארמאלע מענטש' היות זיי האבן געטון אזעלכע האר אויפשטעלנדע אימרעכטן אויפווייזנדיג אז זיי פאלן נישט אין די קאטאגאריע פון 'בני אדם'...
יעצט פארשטייט זיך למען הסדר הטוב, און היות די תפיסות אין ישראל זענען זייער מענטשליך אווערקגעשטעלט (יחסית צי אמעריקא אין אנדערע לענדער) וואלט מען געדארפט חוקר זיין די מעשה, אויף א נארמאלע וועג,
די חורבן איז געווען די וועג ווי אזוי מען האט מפרסם געווען די מעשה אין די תקשורת און באשמיצט די חיילים אין לאנד, די 'סערה' וואס מען האט געמאכט מיט דעם און די וועג ווי אזוי מען איז איבערגעפאלן די תפיסה און ארעסטירט די סאלדאטן, און בחדא מחתא איז די יועמשי"ת געווען פארנימען זיך זארגן פאר די אומשטענדן פון די מחבלים דאס איז עפעס וואס איז נישט מתקבל על הדעת!!!
יא מ'קען זיין א 'נבל ברשות החוק'!!!! און צום סוף קומט ארויס א בילד ווי מ'פייניגט אידישע חיילים און מ'דעפענט מחבלים!!!!
סאררי אבער ס'גייט נישט אריין אין מיין קאפ...


(און 'חוק' איז דא גענוג פלאץ צי ארומשפילן און פארווישן און מצד אחר למצות הדין, אזוי ווי מ'האט געזען ביי די פרשה פון חקירת הפצרית. פאר סאם ריזען האט מען געזען פאר וויכטיג צי אויסניצן די 'יודנאציזעם' -וויאזוי די ריפסט עס, קעגן אידישע בירגער ווען עס סערווירט די ממשלה, און דעמאקראטיע לגבי מחבלים און לינקע,
דאס הייסט 'מוסר כפול', פאר דיין אגענדע ווייזטו א עטישע אנשטעל אבער ווען עס קומט צי זאכן וואס שמעקט דיך נישט זעט מען שוין איינמאל ווי די רשעות קומט ארויס ע"ע רוזנפלד, וכח 100 שדה תימן'
און פארגעס נישט אז עס איז דא גענוג עוולות ביי לינקע פיגורן אויך, וואס מען וואלט איבערגעדרייט א לאנד ווען זיי זענען אויף די אנדערע זייט מאפע, ע"ע יצחק עמית און יעצט הערט מען אויך עפעס האלבע ווערטער אז מנדלבליט און די חוקרים פון נתניהו האבן ארימגעפאטשקעט מיט תיקים צי מאכן א דראמאטישע כתב אישום)

נאר אויספירן מיט א ווערטל וואס מ'זאגט: אז ווען ביבי וואלט אריינגעווארפן זיין טעלעפאון אין ים וואלט מען אויסגעטריקענט די גאנצע ים....
 
די חורבן איז געווען די וועג ווי אזוי מען האט מפרסם געווען די מעשה אין די תקשורת און באשמיצט די חיילים אין לאנד, די 'סערה' וואס מען האט געמאכט מיט דעם און די וועג ווי אזוי מען איז איבערגעפאלן די תפיסה און ארעסטירט די סאלדאטן, און בחדא מחתא איז די יועמשי"ת געווען פארנימען זיך זארגן פאר די אומשטענדן פון די מחבלים דאס איז עפעס וואס איז נישט מתקבל על הדעת!!!
מפרסם געווען אין תקשורת האבן עס די רעכטע, נישט מצ"ח און די פרקליטות.

פאר א לענגערע אפהאנדלונג איבער די גאנצע פרשה, און די פונקטליכע פרטים, קען מען קוקן אין דעם פרק פון זמן אמת:
View: https://www.youtube.com/watch?v=DXRlVnD2Sn0


גילוי נאות: איך האב נאכנישט געזען די גאנצע, ווי מער איך קוק, שאדט עס מיר די געזונט.
 
און 'חוק' איז דא גענוג פלאץ צי ארומשפילן און פארווישן און מצד אחר למצות הדין, אזוי ווי מ'האט געזען ביי די פרשה פון חקירת הפצרית. פאר סאם ריזען האט מען געזען פאר וויכטיג צי אויסניצן די 'יודנאציזעם' -וויאזוי די ריפסט עס, קעגן אידישע בירגער ווען עס סערווירט די ממשלה, און דעמאקראטיע לגבי מחבלים און לינקע,
דאס הייסט 'מוסר כפול', פאר דיין אגענדע ווייזטו א עטישע אנשטעל אבער ווען עס קומט צי זאכן וואס שמעקט דיך נישט זעט מען שוין איינמאל ווי די רשעות קומט ארויס ע"ע רוזנפלד, וכח 100 שדה תימן'
און פארגעס נישט אז עס איז דא גענוג עוולות ביי לינקע פיגורן אויך, וואס מען וואלט איבערגעדרייט א לאנד ווען זיי זענען אויף די אנדערע זייט מאפע, ע"ע יצחק עמית און יעצט הערט מען אויך עפעס האלבע ווערטער אז מנדלבליט און די חוקרים פון נתניהו האבן ארימגעפאטשקעט מיט תיקים צי מאכן א דראמאטישע כתב אישום
רבונא דעלמא כולא!
מ'האט אויסגענוצט 'יודנאציזם' ווייל מ'האט איינגעשפארט פארדעכטיגע סאלדאטן? אה, זייערע פנימ'ער זענען געווען צוגעדעקט! דאס איז 'יודנאציזם'?! רוזנפלד איז יודנאציזם?!

וואס זענען די עוולות פון יצחק עמית? ער האט גענומען שוחד אויף ווידיא טעיפ? ער האט איינגעבראכן אין מיליטערישע בעיסעס? ער האט זיך באנוצט מיט רעגירונג'ס געלט פאר פריוואטע צרכים? זיין ווייב אדער איינער פון זיינע מקורבים ארבעט אין פיקטיווע דזשאב'ס? ער האט ממנה געווען קרובי משפחה צו וויכטיגע פאזיציעס? אדער גאר נאנטע חברים פאר וויכטיגע פאזיציעס? ער האט זיך אנטזאגט זיך צו שטעלן פאר א חקירה איבער ליעקן סודות מדינה? ער האט געפעלשט דאקומענטן? ער האט דירעקטירט שווערע מיליאנען פאר זיינע פאליטישע פריינד? ער האט געהייסן פירן מחאות און רדיפות אקעגן עדי מדינה?
ווייל דאס איז אלעס נאר א חלק פון די באשולדינגען אקעגן קאאליציע מעמבער'ס (אדער זייערע פרויען) וואס זענען געווארן אויפגעדעקט די לעצטע יאר צייט (אויסער די ערשטע, וואס איז שוין א עלטערע חקירה).
האסט געהערט עפעס א ווארט פון די רעכטע פירער, פאליטיקאנטן, צייטונג-שרייבער, איבער די אלע פרשיות, אויסערן שרייען 'ציד מכשפות, דיפ סטעיט, רדיפה פוליטית, פעיק ניוז' וכו' וכו'.

נאר אויספירן מיט א ווערטל וואס מ'זאגט: אז ווען ביבי וואלט אריינגעווארפן זיין טעלעפאון אין ים וואלט מען אויסגעטריקענט די גאנצע ים....
ואגב, ס'פעלן נישט טעלעפאנען וואס זענען פארלוירן געגאנגען, וואס באזיצן ראיות אקעגן רעכטע באשולדיגטע. ווי למשל, די פארלוירענע טעלעפאן פון חני בלייוויס, מיט ראיות אקעגן שרה נתניהו. די טעלעפאן פון אוריך וואס ער האט פארלוירן גלייך נאך קאטארגעיט האט געפלאצט. דארט זעט מען עפעס נישט אז די משטרה איז אזוי להוט עס צו טרעפן, דארט האט קיינער נישט צוגעזאגט קיין 15K עס צו טרעפן.
אבער דער עיקר, ווען ביבי וואלט פארלוירן וואלט מען אויסגעטריקנט דעם ים... נישטא פון וואס צו לאכן.;)
 
דאס אז זי איז ציגעקומען צי אזא מצב ווייזט ווי אומאקצעפטירט די חקירה איז געווען אויפן גאס, און רוב נארמאלע מענטשען האבן נישט אנגעקוקט די מעשה מיט אזאלכע גלעזער ווי @כספי, נישט אז זיי האלטן אז מ'דארף גיין אויספייניגן די מחבלים אין כלא, (איך האלט אויך נישט אזוי...) נאר וואס דען?? אז אויב איז געשען אזא מעשה קומט נישט אז מ'זאל געבן פאר די 'מחבלים' די זכויות אדם וואס קומט זיך פאר א 'נארמאלע מענטש' היות זיי האבן געטון אזעלכע האר אויפשטעלנדע אימרעכטן אויפווייזנדיג אז זיי פאלן נישט אין די קאטאגאריע פון 'בני אדם'...
דאס אז זי איז צוגעקומען צו אזא מצב, ווייזט איין זאך: די כח פון די רעכטע צו משפיע זיין אויפן מצב רוח ביי די בירגער, און אז רוב נארמאלע מענטשן אין ישראל האלטן (לפי דבריך) אז מחבלי נוח'בה האבן נישט קיין רעכטן, און מ'קען טון מיט זיי וואס מ'וויל אן קיין משפט.

און פארדעם דארף מען טאקע א 'רפורמה משפטית', כדי די 'רוב נארמאלע מענטשן' זאלן קענען טון וואס ס'שמעקט זיך זיי.
 
ער האט ממנה געווען קרובי משפחה צו וויכטיגע פאזיציעס? אדער גאר נאנטע חברים פאר וויכטיגע פאזיציעס? ער האט זיך אנטזאגט זיך צו שטעלן פאר א חקירה איבער ליעקן סודות מדינה? ער האט געפעלשט דאקומענטן? ער האט דירעקטירט שווערע מיליאנען פאר זיינע פאליטישע פריינד? ער האט געהייסן פירן מחאות און רדיפות אקעגן עדי מדינה?
דעיס זענען גראדע גאר פאפולער עבירות פון לינקע פוליטיקאים
 
און? ס'איז טאקע נישט גערעכט.

אגב: למשל?
 
אז רוב נארמאלע מענטשן אין ישראל האלטן (לפי דבריך) אז מחבלי נוח'בה האבן נישט קיין רעכטן, און מ'קען טון מיט זיי וואס מ'וויל אן קיין משפט

נישט אז זיי האלטן אז מ'דארף גיין אויספייניגן די מחבלים אין כלא, (איך האלט אויך נישט אזוי...) נאר וואס דען?? אז אויב איז געשען אזא מעשה קומט נישט אז מ'זאל געבן פאר די 'מחבלים' די זכויות אדם וואס קומט זיך פאר א 'נארמאלע מענטש' היות זיי האבן געטון אזעלכע האר אויפשטעלנדע אימרעכטן אויפווייזנדיג אז זיי פאלן נישט אין די קאטאגאריע פון 'בני אדם'...
 
Back
Top