נייעס פון מדינת ישראל און ארום

?!
וויאזוי ווייסטו? דו האלסט מיט יעדן טאג די משפט, אדער דו ווערסט געפיטערט פון ערוץ 14'ס טאלאנטן?
יא! איך האב מיטגעהאלטן די משפט די לעצטע יאר צייט... קודם האב איך געזען די אפדעיטס פון ביני אשכנזי, אבער ווען עס האט אנגעהויבן אויסזעהן ווי עס איז נישט דא קיין 'איין' ערנסטע באווייז אויף שוחד האט ער פלוצלינג אויפגעהערט דעקן, וכמוהו ערוץ 12, נאר אויף 14 איז עס געווארן מער ווייניגער געדעקט
(פשוט צי זיין אויפריכטוג)
 
איך האב מיטגעהאלטן די משפט די לעצטע יאר צייט...
די משפט גייט שוין אן כמעט 6 יאר
מ'האלט שוין יעצט ביי די חקירה הנגדית אויף איין תיק,
גראדע איז די חקירה הנגדית אויף אלע דריי תיקים.
(דאס אז א ראש ממשלה ווען זיין לאנד איז אין גרעסטן קריזיס מיז זיין 3 מאל א וואך אין קאורט פאר נערישע תלונות וואס קענען אויסווארטן לייגט זיך נישט אויפן שכל)
גרעסטע קריזיס?! מאכסט מיר לאכן, דוקא יעצט ווען אלע מלחמות זענען בעצם גענדיגט, יעצט האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף א פארדאן...

און ביבי איז דער וואס האט צוגעזאגט ביי די באוואוסטע בג"ץ אז ער קען זיין ראה"מ מיט א משפט, און אויף דעם ארויף האט די בג"ץ געפסק'נט אז א ראה"מ מעג דינען אונטער א כתב אישום. אויב קען ער נישט, זאל ער זיך אפזאגן.
 
כ'פארשטיי פארוואס ביבי וויל חנינה אבער איך האף ער וועט אנגיין ביזן סוף. די פראצעס פון די תיקים איז געווען אן איי אפענינג פאר אסאך מענטשן בנוגע די "שלטון החוק". עס איז געווען א הערליכע ספקעטאקל ווי די גאנצע געמויזעכץ איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך און די עולם האט געזען פון וועם מען האנדעלט דא. אנשטאט אויפדעקן ביבי ערווה האט עס אויפגעדעקט זייער אייגענס

די חברה אין משטרה און פרקליטות האבן נישט געגלייבט אז ביבי וועט נישט אפטרעטן גלייך פון אמט נאר אנגיין מיט די פראצעס אין בית המשפט. רוני אלשיך האט דאס מודה געווען בקולו. די ניי מאשין האט געארבעט צו שנעל צו נייען די ספציעלע תיק פאר ביבי און עס איז ארויסגעקומען צולעכערט אינגאנצן. אסאך לינקע וועלן מודה זיין אז די תיקי נתניהו איז א געלעכטער. ערוץ 12 פלעגט עפענען טאג טעגליך די מהדורה מיט דעם היינט פארנעמט עס קוים א פלאץ אין חדשות, די לינקע פאליטיקאנטן האבן עס שוין לאנג אפגעלאזט. פון די "שוחד מרמה הפרת אמונים", די 700 חוקרים און הונדערטע מיליאנען וואס מען האט אריינגעגאסן אין די תיקים די יארן לאנגע וויטש האנט איז געבליבן סיגריות און באגס באני און א אויסגעבאקענע קעיס פון שוחד וואס אפילו די שופטים זענען נישט איבערגעצייגט דערין
 
פויפסטליכער פונעם פויפסט.

בשעת ביבי נתניהו ציטערט אין זיין הויזן פון די המשך המשפט, איז נאך דא איינצעלנע פארברענטע חסידים, וואס טענה'ן אז די משפט זאל אנגיין, ווייל אזוי ווערט אויפגעוויזן די לעכערליכקייט און פארפוילקייט פון די שלטון החוק.

אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן דא, בין איך נישט קיין מבין אין דיני משפט, סאו כ'האב נישט עכט קיין דעה איבער די גאנצע משפט. אבער וויפיל איך פארשטיי יא, זעה איך סך הכל אז די הגנה האט גוטע מינוטן, די פרקליטות האט גוטע מינוטן. פונקט אזוי ווי יעדע משפט.
פארשטייט זיך אז די ערוץ השלטון וועט נאר ווייזן די גוטע מינוטן פון די הגנה (און פון דא קומט די קאנסעפציע אז די תיקים פאלן צאם), און מתנגדי ביבי וועלן נאר ווייזן די גוטע מינוטן פון די פרקליטות. ווען די אמת איז ווי געשריבן, ביידע האבן זיך זייערע גוטע מינוטן.
און נישט נאר איינער וואס איז נישט בקי אין דיני משפט, קען נישט וויסן וואס די אויסקום וועט זיין. נאר אפילו איינער וואס איז יא בקי, ווילאנג ער איז נישט פון די שופטים, קען אויך נישט וויסן וואס זיי גייען פסק'ענען. ווייל ווי געשריבן, איז דא אויף ביידע זייטן שטארקע טענות. און ביבי פארשטייט דאס אויך.

מענטשן מיינען אז פון די אדער יענע מעשה זעט מען קלאר, אז די פרקליטות האט גענייעט א תיק אויף ביבי. אפגערעדט אז די תיקים פארמאגן גראבע עבירות, טאקע שוחד (אויף 4000) איז גאנץ שווער אויפצואווייזן, ווי די שופטים האבן שוין געזאגט. אבער אויסער שוחד איז דא פשוט'ע עבירות, ווי נעמען מתנות שלא כדין, וואס איז -דאכט זיך מיר - נישטא קיין חולק אויף דעם.
איך פארשטיי אז מענטשן האלטן אז ביבי (ווי טראמפ) מעג טון אלעס אויף די וועלט, אמער ער איז דאך אונזער פירער. אבער, וואס זאל מען טון אז אין א דעמאקראטיע ארבעט עס נישט אזוי. קיינער איז נישט איבערן געזעץ.

אבער אויסער דאס אלעס, פארגעסן מענטשן וויאזוי פאליציי און פרקליטות ארבעטן, ביי יעדע קעיס, נישט דוקא ביי ביבי'ס. און אויף יעדע טעות פון די פאליציי, כאפט מען זיך ארויף, כאילו מ'האט דא געכאפט דעם גנב. מ'האט דא געכאפט די דיעפ סטעיט וואס וויל פלעין און פשוט אונטערברענגען ביבי.
איגנארירנדיג די מציאות, אז די גאנצע חקירה איז צוגעגאנגען מיט זיידענע הענטשקעס, כתוצאה אז מ'רעדט דא פון א ראה"מ מכהן. און מנדלבליט דער יועמ"ש (פון די געוועזענע נענסטע מענטשן צו ביבי) האט געלייגט גאר אסאך רעסטריקשן'ס אויף די חוקרים (ווי ס'געווארן נאר לעצטנס אויפגעוויזן אין בית משפט, ביי די עדות פון צחי חבקין).​
 
לעצט רעדאגירט:
מפרסם א ווידעא אויף ענגליש אקעגן די פרקליטות און זיין משפט, דאס איז אויך א חלק פון צאמנעמען די קרעים פון די פאלק. אבער ער ציטערט בכלל נישט פון זיין משפט, די תיקים פאלן דאך צאם...
ראש הממשלה תקף באנגלית את הפרקליטות והאשים: "רוצים להדיח אותי" | ישראל היום

ביבי'ס ווערטער זענען שקרים על גבי שקרים, הלואי האב איך די צייט עס צו צונעמען דא, לטובת אונזערע חשוב'ע חברים דא אין קרעמל, וואס גלייבן אין דעם שקרן בן שקרן (כדברי סמוטריץ').
 
מדנ"י סעקיוריטי מקורות באריכטן אז יאַסער אַבּוּ שאַבּאַבּ, עזה'ס מערסט פּראמינאַנטער אנטי-כאמאס שבט פירער איז געשטארבן אין א שפיטאל אין דרום ארץ ישראל פון אומספעסיפיצירטע װוּנדן. כאמאס האט אים בעבר באשולדיגט אין קאלאבארירן מיט אר"י.

1764939156553.webp
 
Back
Top