נייעס פון מדינת ישראל און ארום

?!
וויאזוי ווייסטו? דו האלסט מיט יעדן טאג די משפט, אדער דו ווערסט געפיטערט פון ערוץ 14'ס טאלאנטן?
יא! איך האב מיטגעהאלטן די משפט די לעצטע יאר צייט... קודם האב איך געזען די אפדעיטס פון ביני אשכנזי, אבער ווען עס האט אנגעהויבן אויסזעהן ווי עס איז נישט דא קיין 'איין' ערנסטע באווייז אויף שוחד האט ער פלוצלינג אויפגעהערט דעקן, וכמוהו ערוץ 12, נאר אויף 14 איז עס געווארן מער ווייניגער געדעקט
(פשוט צי זיין אויפריכטוג)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב מיטגעהאלטן די משפט די לעצטע יאר צייט...
די משפט גייט שוין אן כמעט 6 יאר
מ'האלט שוין יעצט ביי די חקירה הנגדית אויף איין תיק,
גראדע איז די חקירה הנגדית אויף אלע דריי תיקים.
(דאס אז א ראש ממשלה ווען זיין לאנד איז אין גרעסטן קריזיס מיז זיין 3 מאל א וואך אין קאורט פאר נערישע תלונות וואס קענען אויסווארטן לייגט זיך נישט אויפן שכל)
גרעסטע קריזיס?! מאכסט מיר לאכן, דוקא יעצט ווען אלע מלחמות זענען בעצם גענדיגט, יעצט האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף א פארדאן...

און ביבי איז דער וואס האט צוגעזאגט ביי די באוואוסטע בג"ץ אז ער קען זיין ראה"מ מיט א משפט, און אויף דעם ארויף האט די בג"ץ געפסק'נט אז א ראה"מ מעג דינען אונטער א כתב אישום. אויב קען ער נישט, זאל ער זיך אפזאגן.
 
כ'פארשטיי פארוואס ביבי וויל חנינה אבער איך האף ער וועט אנגיין ביזן סוף. די פראצעס פון די תיקים איז געווען אן איי אפענינג פאר אסאך מענטשן בנוגע די "שלטון החוק". עס איז געווען א הערליכע ספקעטאקל ווי די גאנצע געמויזעכץ איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך און די עולם האט געזען פון וועם מען האנדעלט דא. אנשטאט אויפדעקן ביבי ערווה האט עס אויפגעדעקט זייער אייגענס

די חברה אין משטרה און פרקליטות האבן נישט געגלייבט אז ביבי וועט נישט אפטרעטן גלייך פון אמט נאר אנגיין מיט די פראצעס אין בית המשפט. רוני אלשיך האט דאס מודה געווען בקולו. די ניי מאשין האט געארבעט צו שנעל צו נייען די ספציעלע תיק פאר ביבי און עס איז ארויסגעקומען צולעכערט אינגאנצן. אסאך לינקע וועלן מודה זיין אז די תיקי נתניהו איז א געלעכטער. ערוץ 12 פלעגט עפענען טאג טעגליך די מהדורה מיט דעם היינט פארנעמט עס קוים א פלאץ אין חדשות, די לינקע פאליטיקאנטן האבן עס שוין לאנג אפגעלאזט. פון די "שוחד מרמה הפרת אמונים", די 700 חוקרים און הונדערטע מיליאנען וואס מען האט אריינגעגאסן אין די תיקים די יארן לאנגע וויטש האנט איז געבליבן סיגריות און באגס באני און א אויסגעבאקענע קעיס פון שוחד וואס אפילו די שופטים זענען נישט איבערגעצייגט דערין
 
פויפסטליכער פונעם פויפסט.

בשעת ביבי נתניהו ציטערט אין זיין הויזן פון די המשך המשפט, איז נאך דא איינצעלנע פארברענטע חסידים, וואס טענה'ן אז די משפט זאל אנגיין, ווייל אזוי ווערט אויפגעוויזן די לעכערליכקייט און פארפוילקייט פון די שלטון החוק.

אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן דא, בין איך נישט קיין מבין אין דיני משפט, סאו כ'האב נישט עכט קיין דעה איבער די גאנצע משפט. אבער וויפיל איך פארשטיי יא, זעה איך סך הכל אז די הגנה האט גוטע מינוטן, די פרקליטות האט גוטע מינוטן. פונקט אזוי ווי יעדע משפט.
פארשטייט זיך אז די ערוץ השלטון וועט נאר ווייזן די גוטע מינוטן פון די הגנה (און פון דא קומט די קאנסעפציע אז די תיקים פאלן צאם), און מתנגדי ביבי וועלן נאר ווייזן די גוטע מינוטן פון די פרקליטות. ווען די אמת איז ווי געשריבן, ביידע האבן זיך זייערע גוטע מינוטן.
און נישט נאר איינער וואס איז נישט בקי אין דיני משפט, קען נישט וויסן וואס די אויסקום וועט זיין. נאר אפילו איינער וואס איז יא בקי, ווילאנג ער איז נישט פון די שופטים, קען אויך נישט וויסן וואס זיי גייען פסק'ענען. ווייל ווי געשריבן, איז דא אויף ביידע זייטן שטארקע טענות. און ביבי פארשטייט דאס אויך.

מענטשן מיינען אז פון די אדער יענע מעשה זעט מען קלאר, אז די פרקליטות האט גענייעט א תיק אויף ביבי. אפגערעדט אז די תיקים פארמאגן גראבע עבירות, טאקע שוחד (אויף 4000) איז גאנץ שווער אויפצואווייזן, ווי די שופטים האבן שוין געזאגט. אבער אויסער שוחד איז דא פשוט'ע עבירות, ווי נעמען מתנות שלא כדין, וואס איז -דאכט זיך מיר - נישטא קיין חולק אויף דעם.
איך פארשטיי אז מענטשן האלטן אז ביבי (ווי טראמפ) מעג טון אלעס אויף די וועלט, אמער ער איז דאך אונזער פירער. אבער, וואס זאל מען טון אז אין א דעמאקראטיע ארבעט עס נישט אזוי. קיינער איז נישט איבערן געזעץ.

אבער אויסער דאס אלעס, פארגעסן מענטשן וויאזוי פאליציי און פרקליטות ארבעטן, ביי יעדע קעיס, נישט דוקא ביי ביבי'ס. און אויף יעדע טעות פון די פאליציי, כאפט מען זיך ארויף, כאילו מ'האט דא געכאפט דעם גנב. מ'האט דא געכאפט די דיעפ סטעיט וואס וויל פלעין און פשוט אונטערברענגען ביבי.
איגנארירנדיג די מציאות, אז די גאנצע חקירה איז צוגעגאנגען מיט זיידענע הענטשקעס, כתוצאה אז מ'רעדט דא פון א ראה"מ מכהן. און מנדלבליט דער יועמ"ש (פון די געוועזענע נענסטע מענטשן צו ביבי) האט געלייגט גאר אסאך רעסטריקשן'ס אויף די חוקרים (ווי ס'געווארן נאר לעצטנס אויפגעוויזן אין בית משפט, ביי די עדות פון צחי חבקין).​
 
לעצט רעדאגירט:
מפרסם א ווידעא אויף ענגליש אקעגן די פרקליטות און זיין משפט, דאס איז אויך א חלק פון צאמנעמען די קרעים פון די פאלק. אבער ער ציטערט בכלל נישט פון זיין משפט, די תיקים פאלן דאך צאם...
ראש הממשלה תקף באנגלית את הפרקליטות והאשים: "רוצים להדיח אותי" | ישראל היום

ביבי'ס ווערטער זענען שקרים על גבי שקרים, הלואי האב איך די צייט עס צו צונעמען דא, לטובת אונזערע חשוב'ע חברים דא אין קרעמל, וואס גלייבן אין דעם שקרן בן שקרן (כדברי סמוטריץ').
 
מדנ"י סעקיוריטי מקורות באריכטן אז יאַסער אַבּוּ שאַבּאַבּ, עזה'ס מערסט פּראמינאַנטער אנטי-כאמאס שבט פירער איז געשטארבן אין א שפיטאל אין דרום ארץ ישראל פון אומספעסיפיצירטע װוּנדן. כאמאס האט אים בעבר באשולדיגט אין קאלאבארירן מיט אר"י.

1764939156553.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבי אראפגעריסן....
קענסט מיר מסביר זיין וואס איז דיין פראבלעם מיט די חוק?!!

אגב האב איך געליינט די ארטיקל אין i24 און איך בין געווארן מער איבערצייגט בעד די חוק:

נציג שב״כ בדיון הביע תמיכה בחוק: "עד היום התנגדנו לחוק משלוש סיבות - הראשונה היא להצית את זירת עזה אבל החשש הזה התייתר והיום לא עולה חשש ביטחוני מהרצועה. השני הוא חשש מבתי הסוהר שהחוק יעורר התקוממויות ושביתות רעב אבל אין יכולת כרגע להתאגד בבתי הכלא נעשו שינויים בבתי הכלא השלישי הוא חשש מעלייה של חמאס בירושלים אבל תקרית בתחילת המלחמה במזרח ירושלים שהסתיימה עם 5 הרוגים קטינים גרמה להרתעה".

ח"כ קריב: "מה קרה ששיניתם את הדעה אחרי 30 שנה"

נציג שב״כ: "הארגון היה בתפיסות מסויימות שהשתנו בעקבות השבעה באוקטובר - היום כבר לא כל המחבלים באים לפגי כדי להתאבד ולכן יש היבט של הרתעה סביבתית"
 
איך האב גערעדט וועגן די חוק? איך האב גערעדט וועגן די סיכת חבל תליה. הרג'ענען אלס א ציל.
 
שוין כמעט צען יאר וואס מען מאכט משוגע אז ער האט גענומען שוחד (זייט 2016) אבער למעשה ענדיגט מען נישט די משפט. ווייל זיי ווייסן אז עס איז א פעיקע אנקלאגע, מילא קענען זיי איין זאך, פשוט עם אויסצאפן די דם התמצית. און אויף דעם בעט ביבי א חנינה. ״ענק ווילן נישט ענדיגן דעם משפט ווייל ענק ווייסען אז ביבי גייט געווינען איז הערטס אויף צאפן די בלוט.״
 
יוסטיץ רעפארם ביי זיך אין ליכוד, דא האט עס אויך גארנישט צוטון מיט זיין תאות השלטון, נאר מיט די וויכטיגקייט פון די רעפארם
נתניהו מתכנן מהפכה משפטית בתוך הליכוד: "לעומתיים מאוד"
@כספי וועלכע מפלגה ביזטו ?
יש עתיד ? זיין האבן א יוסטיץ בכלל ?
איז דא דארט פריימריז אופן יו"ר ?
איז עס בכלל א צושטעל צו די דאמאקראטישע סיסטעם אין ליכוד ?

בכלל נערמאל א כתבה אין וויינעט אויף ביבי איז נישט נאנט צו אמת
 
ביבי'ס ווערטער זענען שקרים על גבי שקרים, הלואי האב איך די צייט עס צו צונעמען דא, לטובת אונזערע חשוב'ע חברים דא אין קרעמל, וואס גלייבן אין דעם שקרן בן שקרן (כדברי סמוטריץ').
האסט שוין געוואטשט אביסל לפיד הלילי ?

פשוט דעמאלטס וועסטו האבן א שטיקל השגה אין שקר און היפעקריטיע

ביבי שקרנ'ט אויך אויף אזא פארנעם?
 
שוין כמעט צען יאר וואס מען מאכט משוגע אז ער האט גענומען שוחד (זייט 2016) אבער למעשה ענדיגט מען נישט די משפט. ווייל זיי ווייסן אז עס איז א פעיקע אנקלאגע, מילא קענען זיי איין זאך, פשוט עם אויסצאפן די דם התמצית. און אויף דעם בעט ביבי א חנינה. ״ענק ווילן נישט ענדיגן דעם משפט ווייל ענק ווייסען אז ביבי גייט געווינען איז הערטס אויף צאפן די בלוט.״
כ'האב נייעס פאר דיר, יעדע משפט אין א"י געדויערט יארן. דוד ביטן וואס איז אויף ווידיא טעיפ נעמען שוחד, האלט אינמיטן א משפט, שוין פאר 8-9 יאר (אויב רעכנסטו פון אנהייב די חקירות, אזוי ווי דו האסט געשריבן איבער ביבי).
און בנוגע זיין משפט, האב איך שוין געשריבן, אז יעדע זייט האט גוטע מינוטן. וזהו.
@כספי וועלכע מפלגה ביזטו ?
יש עתיד ? זיין האבן א יוסטיץ בכלל ?
איז דא דארט פריימריז אופן יו"ר ?
איז עס בכלל א צושטעל צו די דאמאקראטישע סיסטעם אין ליכוד ?

בכלל נערמאל א כתבה אין וויינעט אויף ביבי איז נישט נאנט צו אמת
איך האב גארנישט מיט יש עתיד, עקשועלי האב איך נישט גארנישט מיט קיין שום פארטיי.
די "דעמאקראטישע" סיסטעם פון די ליכוד פארטיי, איז וואונדערליך די גרעסטע קאנע פון ווערים אין די פארטיי. די עסקונה איבער די קבלני קולות און אזוי ווייטער איז הימל שרייענד (דארפסט נישט מער, ווי די יעצטיגע חקירה איבער די הסתדרות. וואס רעכטע אנפאלבעטן ווען זיי האבן געזען די נאמען 'ארנון בר דוד', האבן זיי געיובל'ט אז מ'האט געכאפט דעם לינקן פארברעכער. נישט כאפנדיג אז די גאנצע קעיס, איז שמוץ ביז איבערן קאפ פון די ליכוד פארטיי). וויאזוי ס'קען טאקע זיין אז א דעמאקראטישע סיסטעם זאל זיין אזוי פארפוילט, איז נפלאת ממני.

ביבי'ס פאטאלאגישע שקרנות איז א שם דבר אין די וועלט. אפילו ביי זיינע מקורבים און פאליטישע שטיצער (טאקע ווי סמוטריץ' לדוגמא). איך האב טאקע נישט אויסגערעכנט ביבי'ס שקרים אקעגן לפיד'ס שקרים. אבער לאמיר מאכן אזא דיעל, איך גיי ברענגען א שקר פון ביבי, און דו ברענג אקעגן דעם א שקר פון לפיד, וחוזר חלילה. לאמיר זען ווער ס'וועט שנעלער אויסלויפן פון שקרים (אפשר דארף מען עפענען א ספעציעלע שנירל איבער דעם).

איך פאנג טאקע אן מיט די שקר אז ער האט קיינמאל נישט געפלאנט צו זיצן מיט מאנסור עבאס. וואס איז דא טאנען מיט ראיות אקעגן דעם (ווי למשל סמוטריץ'ס דערמאנטע ווידיא אז ביבי האט יא געוואלט גיין מיט עבאס און ער האט אים אפגעהאלטן, און מאנסור עבאס רעדן וועגן דעם). ביזסט מכובד צו גיין ווייטער.
 
קלאר אז ביבי איז א שקרן, אבער ס'מיינט נישט אז די לינקע באשולדיגן אים נישט מיט קלאגעס ארגער ווי ער איז באגאנגען..
 
לפיד איז די גרעסטע ליגענער אין כנסת (כידוע די משל וואס אמסלם האט געזאגט אויף איהם אין כנסת, כ'גיי שרייבן צום סוף)

דיסקלעימער: איך האלט נישט אז זאגן ליגנט איז אן עבירה פאר א פאליטיקאנט, עס איז עפעס וואס איז מוכרח צי קענען איבערלעבן

למשל נפתלי בנט זאגט יעצט יעדע ווארט פארקערט פון וואס ער האט געזאגט לעצטע מאל (ס'זייער פאני צי הערן ווי ער שימפט אויף די חוק הגיוס און חרדים בכלל, ווען א מינוט שפעטער הערסטו א הקלטה ווי ער גרויסט זיך אז ער איז אזוי שטארק מעריך די לומדי תורה און ער וועט נישט צילאזן מ'זאל מגייס זיין לומדי תורה....) און די עולם לאכט אויף איהם, למעשה איז די געלעכטער אויף די בוחרים, ווייל וואס בנט און לפיד האלטן באמת ליגט ביי זיי אין בויך, זיי זאגן נאר דאס וואס גייט זיי לפי דעתם ברענגען מנדטים, סאו אויב א פאליטיקאנט זאגט פארקערט ווי אמאל איז עס ווייל ער צילט אן אנדערע באזע, אדער ווייל די רוח ביי די בוחרים איז אנדערש

אבער אז מ'רעדט אויף לפיד....
נעכטן האט לפיד גערעדט אין כנסת און גערידערט וועגן די 'חוק השתמטות' ער האט פארפירט.... וויאזוי קען די האנט וואס האט געחתמ'ט 'צוי 8' חתמנ'ן אויף אזא חוק!!!!
למעשה איז עס סתם א שיינע שפיל ווייל ער אליינס האט בשעתו געוואלט דורכפירן את חוק וואס איז סאך סאך בעסער פאר די חרדים... (און די חרדים קעקעצן טאקע היתכן זיי זענען יעצט מסכים.... און איך מיין אז מ'קען עס צישרייבן פארן מייסטער 'ביבי נתניהו')

שפעטער האט ער געענפערט פאר ביבי וואס האט איהם געפליקט וועגן די הסכם גז עם לבנון "שעמסטעך נישט?! מיין האנט האט נישט באפרייט קיין מחבלים!!!"...
די חזיר!!! ווער האט אראפגעדרילט א קאפ אז מ'דארף מאכן א דיל וועגן די האסטעדשעס 'בכככככל מחירי??!!! הא?? קום נישט יעצט שרייען אז די האסט נישט באפרייט מחבלים!!!

דודי אמסלם: כ'האב גיהאט א חלום ווי איך קום ארויף אויבן אין הימל, און איך גיי אריין און א צימער וואס איז פיל מיט זייגערס, פרעג איך די מלאך וואס זיצט דארט "וואס זענען די זייגערס?" זאגט ער: די זייגערס ווייזן ווי סאך ליגנטס יעדע חבר כנסת זאגט, יעדע ח"כ האט א זייגער און יעדע מאל ער זאגט א ליגנט ריקט זיך די ווייזערלעך, פרעג איך איהם ווי איז לפיד'ס זייגער, איך וויל עס זעהן.... זאגט ער: אה, לפיד'ס זייגער ליגט ביי מיין דעסק, איך ניץ עס פאר מיין פען....
 
אמסלם האט קלאר געזאגט אז לפיד איז א ליגנער?! וואו! יעצט הייב איך הענט... :ROFLMAO::ROFLMAO:
 
Back
Top