נייעס פון מדינת ישראל און ארום

אוודאי איז דא כל מיני טענות -עכטע, פאלשע און קאנספיראציעס- פון אלע זייטן, גענוי ווי ביי יעדע זאך אין פאליטיק.

אבער דער אלגעמיינער רעכטער אין גאס האלט פשוט אז ס'איז נישטא קיין סיבה אז דער דעמאקראטישער ערוועלטער רעגירונג זאל האבן א שטער פון אדורך פירן געזעצן לויט ווי זיי פארשטייען.

אפילו מיטן דער בג"ץ האבן זיי א פראבלעם אז זיי קענען פסל'ן געזעצן לויט זייער "חוות דעת" (ווי איידער געבויעט אויף א קאנסטיטוציע אדער לכה"פ חוקי יסוד וכדומה), אבער ס'זיכער נישט פאראן קיין פשט אין נאך צולייגן נאך א שטער פאר די רעגירונג מיט א יועמ"ש וואס זאל זיך קענען שלאגן מיט אן ערוועלטער פארליאמענט.

דערווייל האב איך נאכנישט געהערט קיין איין נארמאלער ענטפער פארוואס דער מדינת ישראל פארליאמענט דארף האבן ווייניגער כח ווי אנדערע דעמאקראטישע פארליאמענטן.

דאס וואס דער בג"ץ האט געזאגט אזוי אדער אזי, איז דאך נישט מעלה אדער מוריד דא, ווייל ערבך ערבא צריך... פון וואו איז געבוירן געווארן די איידיע אז א סופרים קאורט קען מאכן געזעצן???

די גאנצע מערכת המשפט דארט שטינקט פון אן אליגארכיע. איך טרעף נישט קיין שום "גערעכטיקייט" אין זייער דזשודישיאל סיסטעם.
איך פארשטיי די רעכטע צד זייער גוט. מיינע ווערטער זענען צו מסביר זיין די לינקע צד.

יעצט קודם כל, די בג"ץ קען נישט מאכן קיין געזעצן, זיי קענען נאר מבטל זיין געזעצן.
אשר על כן, אזוי ווי יעדע געזונטע דעמאקראטיע דארף האבן טשעקס און באלאנסעס, און די מדינה האט נישט געהעריג (וויבאלד די רעגירונג איז למעשה שולט אויף די כנסת, בפרט מיט די חוק נורווגי), אשר על כן האט די בג"ץ א שטערקערע כח ווי אין אנדערע לענדער. וויבאלד די בג"ץ קען נישט מחוקק זיין חוקים, זיי קענען נאר איבערקוקן. איז די טשעקס און באלאנסעס איינגעטיילט, אז די כנסת (וואס איז געפירט דורך די ממשלה) זענען מחוקק חוקים, און בג"ץ קוקט עס איבער ס'זאל נישט פוגע זיין אין די שלטון החוק.
וואס איז די שלטון החוק? אזוי ווי די דעמאקראטישע ערוועלטע רעגירונג איז געבויעט אויף שלטון הרוב, דארף די בג"ץ זיכער מאכן צו אפהיטן די זכויות המיעוט והפרט. און וועגן דעם האט די מדינת ישראל פארלאמענט ווייניגער כח ווי אין אנדערע דעמאקראטישע פארלאמענטן. און דאס איז טאקע די תירוץ פארוואס די יועמשי"ת האט אזא שטארקן כח.

דאס איז חוץ המעשה אז אין די מדינה איז נישטא קיין חוקה - קאנסטוטציע, און וועגן דעם וועלן פסקי בג"ץ זיך עפ"ר פארופן אויף פריערדיגע פסקים. א זאך וואס מאכט שטינקען, אבער ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוועג.



-------
אגב, לענ"ד, און אזוי האלטן אויך רוב לינקע, איז דא א גרויסע געברויך פאר א רפורמה משפטית, צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל די שפאנונג צווישן די ערוועלטע פליגל און די לעגאסלעיטיוו פליגל. און הלואי זאל עס געשען ווי אמשנעלסטן. דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די פאקט, אז די בג"ץ דארף האבן א כח צו מבטל זיין געזעצן, אזוי ווי ס'דארף זיין א וועג וואס די כנסת זאל קענען אוועראלן א פסק פון בג"ץ (מיט למשל 80 חכי"ם וכדו').​
 
אזוי ווי יעדע געזונטע דעמאקראטיע דארף האבן טשעקס און באלאנסעס, און די מדינה האט נישט געהעריג (וויבאלד די רעגירונג איז למעשה שולט אויף די כנסת, בפרט מיט די חוק נורווגי).​
וואלסט דיך געקענט מסביר זיין בעסער?

פארוואס האלסטו אז די מדינה האט ווייניגער טשעקס און באלאנסעס ווי למשל, די ענגלישע פארלאמענט?
 
טועמיה עדיטאריעל: :)
image_2025-12-19_123254016.webp
 
פארוואס האלסטו אז די מדינה האט ווייניגער טשעקס און באלאנסעס ווי למשל, די ענגלישע פארלאמענט?
קודם כל האט די ענגלישע פארלאמענט א האוס אוו לארדס, וואס קענען איבערקוקן און צוריקהאלטן געזעצן. אין מדינת ישראל איז די ממשלה שולט אינגאנצן אויף די כנסת (בפרט נאך די חוק נורווגי).
צווייטנס, אפי' זיי האבן נישט קיין קאנסטוטציע, האבן זיי קאנסטוטציעלע קאנווענטשנס וואס די מדינה האט בכלל נישט (חוץ אויב חוקי יסוד זענען אין דעם כלל, וואס איז לכאורה אויך א חידוש פון בג"ץ)
 
Back
Top