נייעס פון מדינת ישראל און ארום

אוודאי איז דא כל מיני טענות -עכטע, פאלשע און קאנספיראציעס- פון אלע זייטן, גענוי ווי ביי יעדע זאך אין פאליטיק.

אבער דער אלגעמיינער רעכטער אין גאס האלט פשוט אז ס'איז נישטא קיין סיבה אז דער דעמאקראטישער ערוועלטער רעגירונג זאל האבן א שטער פון אדורך פירן געזעצן לויט ווי זיי פארשטייען.

אפילו מיטן דער בג"ץ האבן זיי א פראבלעם אז זיי קענען פסל'ן געזעצן לויט זייער "חוות דעת" (ווי איידער געבויעט אויף א קאנסטיטוציע אדער לכה"פ חוקי יסוד וכדומה), אבער ס'זיכער נישט פאראן קיין פשט אין נאך צולייגן נאך א שטער פאר די רעגירונג מיט א יועמ"ש וואס זאל זיך קענען שלאגן מיט אן ערוועלטער פארליאמענט.

דערווייל האב איך נאכנישט געהערט קיין איין נארמאלער ענטפער פארוואס דער מדינת ישראל פארליאמענט דארף האבן ווייניגער כח ווי אנדערע דעמאקראטישע פארליאמענטן.

דאס וואס דער בג"ץ האט געזאגט אזוי אדער אזי, איז דאך נישט מעלה אדער מוריד דא, ווייל ערבך ערבא צריך... פון וואו איז געבוירן געווארן די איידיע אז א סופרים קאורט קען מאכן געזעצן???

די גאנצע מערכת המשפט דארט שטינקט פון אן אליגארכיע. איך טרעף נישט קיין שום "גערעכטיקייט" אין זייער דזשודישיאל סיסטעם.
איך פארשטיי די רעכטע צד זייער גוט. מיינע ווערטער זענען צו מסביר זיין די לינקע צד.

יעצט קודם כל, די בג"ץ קען נישט מאכן קיין געזעצן, זיי קענען נאר מבטל זיין געזעצן.
אשר על כן, אזוי ווי יעדע געזונטע דעמאקראטיע דארף האבן טשעקס און באלאנסעס, און די מדינה האט נישט געהעריג (וויבאלד די רעגירונג איז למעשה שולט אויף די כנסת, בפרט מיט די חוק נורווגי), אשר על כן האט די בג"ץ א שטערקערע כח ווי אין אנדערע לענדער. וויבאלד די בג"ץ קען נישט מחוקק זיין חוקים, זיי קענען נאר איבערקוקן. איז די טשעקס און באלאנסעס איינגעטיילט, אז די כנסת (וואס איז געפירט דורך די ממשלה) זענען מחוקק חוקים, און בג"ץ קוקט עס איבער ס'זאל נישט פוגע זיין אין די שלטון החוק.
וואס איז די שלטון החוק? אזוי ווי די דעמאקראטישע ערוועלטע רעגירונג איז געבויעט אויף שלטון הרוב, דארף די בג"ץ זיכער מאכן צו אפהיטן די זכויות המיעוט והפרט. און וועגן דעם האט די מדינת ישראל פארלאמענט ווייניגער כח ווי אין אנדערע דעמאקראטישע פארלאמענטן. און דאס איז טאקע די תירוץ פארוואס די יועמשי"ת האט אזא שטארקן כח.

דאס איז חוץ המעשה אז אין די מדינה איז נישטא קיין חוקה - קאנסטוטציע, און וועגן דעם וועלן פסקי בג"ץ זיך עפ"ר פארופן אויף פריערדיגע פסקים. א זאך וואס מאכט שטינקען, אבער ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוועג.

-------
אגב, לענ"ד, און אזוי האלטן אויך רוב לינקע, איז דא א גרויסע געברויך פאר א רפורמה משפטית, צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל די שפאנונג צווישן די ערוועלטע פליגל און די לעגאסלעיטיוו פליגל. און הלואי זאל עס געשען ווי אמשנעלסטן. דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די פאקט, אז די בג"ץ דארף האבן א כח צו מבטל זיין געזעצן, אזוי ווי ס'דארף זיין א וועג וואס די כנסת זאל קענען אוועראלן א פסק פון בג"ץ (מיט למשל 80 חכי"ם וכדו').​
 
אזוי ווי יעדע געזונטע דעמאקראטיע דארף האבן טשעקס און באלאנסעס, און די מדינה האט נישט געהעריג (וויבאלד די רעגירונג איז למעשה שולט אויף די כנסת, בפרט מיט די חוק נורווגי).​
וואלסט דיך געקענט מסביר זיין בעסער?

פארוואס האלסטו אז די מדינה האט ווייניגער טשעקס און באלאנסעס ווי למשל, די ענגלישע פארלאמענט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
טועמיה עדיטאריעל: :)
image_2025-12-19_123254016.webp
 
פארוואס האלסטו אז די מדינה האט ווייניגער טשעקס און באלאנסעס ווי למשל, די ענגלישע פארלאמענט?
קודם כל האט די ענגלישע פארלאמענט א האוס אוו לארדס, וואס קענען איבערקוקן און צוריקהאלטן געזעצן. אין מדינת ישראל איז די ממשלה שולט אינגאנצן אויף די כנסת (בפרט נאך די חוק נורווגי).
צווייטנס, אפי' זיי האבן נישט קיין קאנסטוטציע, האבן זיי קאנסטוטציעלע קאנווענטשנס וואס די מדינה האט בכלל נישט (חוץ אויב חוקי יסוד זענען אין דעם כלל, וואס איז לכאורה אויך א חידוש פון בג"ץ)
 
בקיצור, דו זאגסט אז מען דארף מאכן א פרישע געזעץ הויז, נתניהו וועט אויסקלייבן וועם אריינצולייגן דארט, דער נשיא וועט עס למעשה קלייבן, און דאן וועט אלעס זיין מסודר... (דאס איז בערך וויאזוי ס'ארבעט די האוס אף לארדס).
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיין מיינונג אין די מערכת המשפט/געזעץ סיסטעם סומאטוכע איז ווי פאלגענד:

1. דאס אז די מדינת ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע מיט קלארע חיובים און רעכטן פאר אלע אירע בירגער צוגלייך, איז א גרויסע פראבלעם.

2. די וואקסענדע חרדישער פאליטישער כח איז א גאר גרויסע סכנה פאר די סוקסעס פון די מדינה, וויבאלד (צווישן אנדערע) דער עווערעדזש חרדי גלייבט נישט אין די יסודות'דיגע פרייהייט רעכטן (פרייהייט פון ווארט, פרייהייט פון רעליגיע וכו וכו), און דאס וועט עווענטועל גורם זיין אז די ביסל מערב וועלט מענטשהייט וואס שטיצט די מדינה וועלן זיך אויך צוביסלעך אפלאזן פון איר.

3. דער איצטיגער סיסטעם פונעם מערכת המשפט (און איר עקסטרעמער כח) איז טאטאל אפגעפרעגט פאר א דעמאקראטישע מדינה.
 
לעצט רעדאגירט:

מער ווייניגער בין איך מסכים מיט דיר.

יעצט אז אונז זענען מער ווייניגער אויפן זעלבן פעידזש. לאמיר דיר לייגן אויפן גריל... ;)

וואס איז פשט אז נתניהו האלט נישט ביים אוועקשטעלן א ועדת חקירה ממלכתית פאר די גרעסטע אסון פון די מדינה?
 
עס איז זייער קלאר, ער וויל נישט א וועדה וואס ווערט צאמגעשטעלט דורך א שופט, וואס מיינט אז עס גייט זיין צאמגעשטעלט פון לינקע עלעמענטן וואס גייען ארויפווארפן די גאנצע אשמה אויף איהם.
ווען די מענטשען וואס פייערען פאר די וועדת חקירה ממלכתית וואלטן ווען געזיכט פשוט די אמת, איז איין זאך, אבער היות זיי ווילן עס פשוט אלס נאך א מיטל איהם אראפציזען פון בענקל אפגעזען וואס די אמת איז, א המשך פון די קייט פון משפט נתניהו, הפגנות קפלן, וכו' איז ערווארטעט אז נתניהו זאל ניצן זיינע מיטלען זיי איבערציקומען און בלייבן אויפן בענקל
 
מער ווייניגער בין איך מסכים מיט דיר.

יעצט אז אונז זענען מער ווייניגער אויפן זעלבן פעידזש. לאמיר דיר לייגן אויפן גריל... ;)

וואס איז פשט אז נתניהו האלט נישט ביים אוועקשטעלן א ועדת חקירה ממלכתית פאר די גרעסטע אסון פון די מדינה?
איך האב זייער ליב צו געבן מיין מיינונג, אבער ליידער איז עס היפש שוואך אין די נושא...🤣

ווי ווייט איך פארשטיי איז עס א טיפישע לינקע ווס רעכטע מערכה, אין וואס די רעכטע האלטן אז אזא ועדה וועט זיין אנגעפילט מיט רל"ב'יסטן (צוליב די סיסטעם וויאזוי א ועדה ווערט אויפגעשטעלט), און במילא וועט עס זיין שטארק בייעסד אקעגן ביבי, ווי איידער באמת דורכגיין די נושא
 
און פארוואס האט ביבי קיינמאל קיינמאל נישט אויפגעשטעלט קיין ועדה חקירה ממלכתית פאר אסונות אין זיינע ממשלות (אסון הכרמל, אסון מירון), אבער יא געפאדערט א ועדת חקירה ממלכתית ווען ס'איז נישט אין זיינע ממשלות. אזוי לעצטנס ווי 22' ביי די פגסוס?
 
ערגעץ האב איך געליינט אז ביבי האט געזאגט (?) אז ער האט נישט קיין שום קעגנערשאפט צו א וועדה ממלכתי ער וויל נאר אפאר קלייניקייטן. ווי לדוגמה די כנסת זאל באשטימען ווער זאל זיין די יושב ראש, און די זמן פון ווען מגייט צוריק זאל אויך די כנסת קובע זיין (התותח הקדוש שתקף האלטלנה אשמה בכל).
געדענקסט אזא נייעסל? איך האב יעצט פראבירט צו זיכן און נישט געפינען.
 
לויט די אויבערפלעכליכע באקאנטע פאקטן איז יעדער איינער וואס איז גיוועהן ביים רודער פאר אקטאבער 7 ,שולדיג אין זיך לאזען פארנארן פון די
פאלעסטינער פירער, מיט זיי האט מען גיהאט אומדירעקטע און מיט א טהייל אפילו דירעקטע קאמוניקאציע, אז זיי זוכען שלום בשעת זיי האבען זיך געגרייט צו דער אטאקע.דאס איז כולל ממשלה ,מיליטער, שפיאנאזש אינסטאנצען,די אלע האבען זיך גילאזט וערן פארנארט , סיי לינקע סיי רעכטע.
איז אז מען א שטעלט א וועדת חקירה וועט זיך ווענדן ווי די חוקרים זענען נוטה, אויב זענען זיי ימין וועט מען באשולדיגען שמאל,אויב זענען זיי פון דעם לינקען לאגער וועט מען שרייבען די באשולדיגונג קעגן די רעכטע, און דער אמת איז אלע קענען רוהיג זאגען - אבל אשמים אנחנו
 
און פארוואס האט ביבי קיינמאל קיינמאל נישט אויפגעשטעלט קיין ועדה חקירה ממלכתית פאר אסונות אין זיינע ממשלות (אסון הכרמל, אסון מירון), אבער יא געפאדערט א ועדת חקירה ממלכתית ווען ס'איז נישט אין זיינע ממשלות. אזוי לעצטנס ווי 22' ביי די פגסוס?
איך בין נישט באקאנט מיט די אלע דעטאלן, אבער וואס ווילסטו מיט דעם ארויסברענגען? אז א פאליטיקאנט איז א היפאקריט?

מיט דעם בין איך מיט דיר מסכים אינגאנצן!

פאליטיקאנטן -בדרך כלל- האבן נישט קיין גרויסע פראבלעם מיט היפאקריטיע.

דאס צו מען זאל שטיצן א ועדה ממלכתית אדער נישט, האט נישט קיין סאך מיט וואס דער אדער יענער פאליטיקאנט זאגט אדער האט געזאגט, ס'האט ענדערש מיט וואס וועט ברענגען בעסערע רעזולטאטן פאר די צוקונפט.

א גרויסע ציבור אין די מדינה האלט אז דאס וואס די לינקע ווילן וועט בעיקר זיין גוט אראפצוברענגען ביבי, אבער נישט צו פארמיידן אזעלכע אטאקעס אינעם צוקונפט.
 
היינט פון עמית סגל (א רעכטע גענויגטער דשזורנאליסט, אבער ארבעט פאר לינק-גענויגטע חדשות 12)
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20251222_071809_Telegram.webp
    Screenshot_20251222_071809_Telegram.webp
    72.7 KB · געזען: 12
איך בין נישט באקאנט מיט די אלע דעטאלן, אבער וואס ווילסטו מיט דעם ארויסברענגען? אז א פאליטיקאנט איז א היפאקריט?

מיט דעם בין איך מיט דיר מסכים אינגאנצן!

פאליטיקאנטן -בדרך כלל- האבן נישט קיין גרויסע פראבלעם מיט היפאקריטיע.

דאס צו מען זאל שטיצן א ועדה ממלכתית אדער נישט, האט נישט קיין סאך מיט וואס דער אדער יענער פאליטיקאנט זאגט אדער האט געזאגט, ס'האט ענדערש מיט וואס וועט ברענגען בעסערע רעזולטאטן פאר די צוקונפט.

א גרויסע ציבור אין די מדינה האלט אז דאס וואס די לינקע ווילן וועט בעיקר זיין גוט אראפצוברענגען ביבי, אבער נישט צו פארמיידן אזעלכע אטאקעס אינעם צוקונפט.
ווער רעדט וועגן היפאקריטיע? איך רעד וועגן איינער וואס וועט אלעס טון זיך ארויסצודרייען פון א נארמאלע ועדת חקירה ממלכתית, ווייל ער ציטערט פאר זיין הויט. והראי' אז אין 22' האט ער פארגעסן פון אלע טענות אויף די ועדת חקירה, אבער ביי אסון הכרמל און מירון האט ער זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל מ'זאל נישט עפענען קיין ועדת חקירה (און ביי הכרמל האט מען טאקע נישט געפנט, און ביי מירון האט די ממשלת השינוי געפנט).

וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז די רעכטע פאלן פאר א ספין וואס ביבי ספינט ארום, יעדע מאל אן אנדערע תירוץ, אבי מ'זאל אים נישט אויספארשן. וזהו.
 
היינט פון עמית סגל (א רעכטע גענויגטער דשזורנאליסט, אבער ארבעט פאר לינק-גענויגטע חדשות 12)
דאס אז סולברג זאל ארבעטן צוזאמען מיט עמית איז שוין לאנג יעדער מסכים.
בקיצור, 48% פון די לאנד וויל ממלכתית (אפי' לויט סגל, אנדערע לייגן עס דאכט זיך ביי מער), אקעגן 28% וואס ווילן ביבי'ס בלאף (וואס איז מיט די איבריגע 24% ווייסעך נישט...)
 
Back
Top