נייעס פון מדינת ישראל און ארום

בעיביס ליידער אוועק אין א אימלעגאלע פלעיגרופ אין י-ם
ביטערע טראגעדיע
איך ציטער שוין לאנג אז עס קען געשעהן אזא צרה, א בעיביסיטער איז נישט קיין מאמע, א פיצעל קינד דארף זיין מיט די מאמע
ה' זאל טרייסטען די משפחות
האט דאך נישט מיט לעגאל אדער אומלעגאלע,

און א בעבי מעג גיין צו א בעביסיטער
 
האסט געברענגט א ווידעאוי צו ווייזן אז די איצטיגע רעגירונג איז עפעס ממש געפערליך קארופטירט, האב איך דיר אנגעמערקט אז ס'האט נישט מיט די איצטיגע רעגירונג, נאר דאס איז די מציאות ביי אלע קראוני רעגירונגען און סאציאליסטישע רעגירונגען זענען אסאך מער אויסגעשטעלט דערצו, אלס א משל האב איך געברענגט די מפא"י.
איך האב אויך ארויסגעברענגט אז די ליכוד איז גראדע געגאנגען אין א גוטע דירעקציע (און לכה"פ פאסירט עס היינט ווייניגער)

דערויף האסטו מיר געענטפערט
סאו ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י, אדער נאך ערגער? וואט עי דזשאוק.

איך וואלט מיך געפרייט אויב דו קענסט מסביר זיין דיין תגובה.

מילא וואלסט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אמת אז ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, נו...
מילא וואלסט גע'טענה'ט אז דו ווייסט פאר א פאקט אז מפא"י האט עס נישט געטוהן, נו...

אבער דיין תגובה כמות שהוא מאכט מיר נישט קיין סענס.
איך האב געזאגט אז ליכוד האט פרובירט אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י אדער ערגער???
כ'כאפ נישט קיין איין ווארט.
ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, מסכים. ווען? 20-30 יאר צוריק? וואס טוען זיי יעצט? פונקט די פארקערטע.
מפא"י א פארטיי וואס עקזיסטירט שוין נישט באלד 60 יאר (זייט 68'), און דאס איז די טענה כנגד די קארופטירטע רעגירונג פון 26'?
וואס מיינט ביי דיר א פשרה?

אז די בג"ץ זאל האבן די פולע פאוער ווי דער אמעריקאנער סופרים קאורט, אבער נאר די פאוער.. איז עס ביי דיר א גוטע פשרה?
לדוגמא. אבער צוזאמען זאל די ממשלה ווערן אפגעשוואכט אויפן חשבון פון די כנסת וואס זאל ווערן שטערקער. וכדומה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'כאפ נישט קיין איין ווארט.
דו לייגסט אראפ די יעצטיגע רעגירונג אלס א ספעציעל קארופטירטע רעגירונג, בשעת די אמת איז אז ווען ס'קומט צו די זאכן זענען זיי היפש בעסער ווי די היסטארישע ישראלישע רעגירונגען, און ס'איז אנצונעמען אז ווען די לינקע וועלן איבערנעמען וועט די קראוניאיסם נאר שטערקער ווערן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top