נייעס פון מדינת ישראל און ארום

בעיביס ליידער אוועק אין א אימלעגאלע פלעיגרופ אין י-ם
ביטערע טראגעדיע
איך ציטער שוין לאנג אז עס קען געשעהן אזא צרה, א בעיביסיטער איז נישט קיין מאמע, א פיצעל קינד דארף זיין מיט די מאמע
ה' זאל טרייסטען די משפחות
האט דאך נישט מיט לעגאל אדער אומלעגאלע,

און א בעבי מעג גיין צו א בעביסיטער
 
האסט געברענגט א ווידעאוי צו ווייזן אז די איצטיגע רעגירונג איז עפעס ממש געפערליך קארופטירט, האב איך דיר אנגעמערקט אז ס'האט נישט מיט די איצטיגע רעגירונג, נאר דאס איז די מציאות ביי אלע קראוני רעגירונגען און סאציאליסטישע רעגירונגען זענען אסאך מער אויסגעשטעלט דערצו, אלס א משל האב איך געברענגט די מפא"י.
איך האב אויך ארויסגעברענגט אז די ליכוד איז גראדע געגאנגען אין א גוטע דירעקציע (און לכה"פ פאסירט עס היינט ווייניגער)

דערויף האסטו מיר געענטפערט
סאו ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י, אדער נאך ערגער? וואט עי דזשאוק.

איך וואלט מיך געפרייט אויב דו קענסט מסביר זיין דיין תגובה.

מילא וואלסט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אמת אז ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, נו...
מילא וואלסט גע'טענה'ט אז דו ווייסט פאר א פאקט אז מפא"י האט עס נישט געטוהן, נו...

אבער דיין תגובה כמות שהוא מאכט מיר נישט קיין סענס.
איך האב געזאגט אז ליכוד האט פרובירט אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י אדער ערגער???
כ'כאפ נישט קיין איין ווארט.
ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, מסכים. ווען? 20-30 יאר צוריק? וואס טוען זיי יעצט? פונקט די פארקערטע.
מפא"י א פארטיי וואס עקזיסטירט שוין נישט באלד 60 יאר (זייט 68'), און דאס איז די טענה כנגד די קארופטירטע רעגירונג פון 26'?
וואס מיינט ביי דיר א פשרה?

אז די בג"ץ זאל האבן די פולע פאוער ווי דער אמעריקאנער סופרים קאורט, אבער נאר די פאוער.. איז עס ביי דיר א גוטע פשרה?
לדוגמא. אבער צוזאמען זאל די ממשלה ווערן אפגעשוואכט אויפן חשבון פון די כנסת וואס זאל ווערן שטערקער. וכדומה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'כאפ נישט קיין איין ווארט.
דו לייגסט אראפ די יעצטיגע רעגירונג אלס א ספעציעל קארופטירטע רעגירונג, בשעת די אמת איז אז ווען ס'קומט צו די זאכן זענען זיי היפש בעסער ווי די היסטארישע ישראלישע רעגירונגען, און ס'איז אנצונעמען אז ווען די לינקע וועלן איבערנעמען וועט די קראוניאיסם נאר שטערקער ווערן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואו! די אראבישע פארטייען רע"מ, חד"ש, תע"ל און בל"ד האבן געחתמ'ט צו פארמירן א רשימה משותפת לקראת די בחירות.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצטע מאל זיי האבן זיך פאראייניגט האבן זיי באקומען 15 בענקלעך, זייער גרעסטע הישג.
 
G_V9FLsWgAEuIjE.webp
 
וואו! די אראבישע פארטייען רע"מ, חד"ש, תע"ל און בל"ד האבן געחתמ'ט צו פארמירן א רשימה משותפת לקראת די בחירות.
וואס איז די וואו!?

כ'גלייב נישט אז דו ווילסט אז די אראבער זאלן איבער נעמען די מדינה....

למען האמת, וועט די אפאזיציע לכאורה נישט צופיל פארדינען, ווייל די אראבער זענען נישט קיין טייל פון די אפאזיציע.

יעצט, אפי' רע''מ האט די מעגליכקייט זיך יא מיט שטעלן מיט די אפאזיציע, אויף צושטעלן א ממשלה,
אבער רע''מ אליינס וועט דאך נישט פארדינען, ווייל יעצט באקומען זיי שוין 5, און אז מ'קויפט צוזאמן וועלן זיי מוזן געבן עטלעכע בענקלעך פאר בל''ד, וועלן זיי עכ''פ זיכער נישט האבן מער ווי 5,
סא די אפאזיציע וועט דא דערלייגן עטלעכע בענקלעך..
(למעשה איז אויך דא א חלק אין די אפאזיציע וואס וויל זיך בשום אופן נישט צאם זעצן מיט זיי, סא עט סאום פוינט פארלירט דא די אפאזיציע בענקלעך)
 
לעצט רעדאגירט:
מ'דארף זינגען אין טאנצן שהחיינו והגיענו לזמן הזה!!!!
עס גלייבט זיך נישט!!!
איך פערזענליך האב נישט געגלייבט אז אלע גייען ארויסקומען... ב"ה זכינו!!
איך בין היי!!!!
🥳🥳🥳🥳🥳🥳🥳🥳🥳🥳🤩🤩🤩🤩🤩🤩
 
ווער האט זיך געגלייבט, נאך צוועלף יאר, זינט 2014 - מלחמות צוק איתן, איז יעצט די ערשטע מאל וואס עס זענען נישט פארהאן קיין א"י בירגער פארכאפט אין עזה!!!!!
ב"ה מען האט עס דערלעבט!
 
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווי לפיד באדאנקט זיך פאר נתניהו אויף דעם
 
תורת הביביזם על רגל אחת
G_upGqAXwAAxiwt.webp


אין אנדערע נייעס, דרייט זיך איבער די לאנד איבער א פרשה בטחונית וואס איז דא אויף דעם א צא"פ, וואס נעמט אריין (לויט וויפיל איך פארשטיי) שמוגלערייען קיין עזה (צו די חאמאס?) בשעת די מלחמה, דורך צווישן אנדערע בצלאל זיני (דוד זיני'ס ברודער).

אזוי אויך האט ביבי היינט אטאקירט ביידן פאר די א"ג 'עמבארגא'
 
תורת הביביזם על רגל אחת
View attachment 12623

אין אנדערע נייעס, דרייט זיך איבער די לאנד איבער א פרשה בטחונית וואס איז דא אויף דעם א צא"פ, וואס נעמט אריין (לויט וויפיל איך פארשטיי) שמוגלערייען קיין עזה (צו די חאמאס?) בשעת די מלחמה, דורך צווישן אנדערע בצלאל זיני (דוד זיני'ס ברודער).

אזוי אויך האט ביבי היינט אטאקירט ביידן פאר די א"ג 'עמבארגא'
נישט אפגעפרעגט בכלל...
דאס אז מ'האט נישט פאראויסגעזעהן די אטאקע איז א מחדל פון מערכת הביטחון
(אפגעזען ווען מ'האט אויפגעוועקט ביבי אקט. 7, און אפגעזען צי ער דארף פארמאל נעמען אחריות) -אין לו לראש ממשלה אלא מה שעיניו רואות -די מידע וואס די 'מודיעין' ברענגט

משא"כ בשעת מלחמה דארף ער מאכן די גורלדיגע החלטות...
יעדער איינער געט פול קרעדיט פאר צה''ל און שבכ וואס פארשטייט זיך אן זיי וואלט גארנישט געווען, נאר ביבי מעג אויך נעמען קרעדיט אז קיינער איז נישט געבליבן אינערווייניג, אן אויפגעבן די מלחמה פרי

האק נישט אין קאפ.

(פארוואס שרייבסטו 'א.ג. עמבארגע'???)
 
די געריכט וואס מ'מאכט יעצט קעגן בן גביר איז אויף זיין פאזיציע פון שר הביטחון לאומי, אדער בכלל זיין א ח''כ?

(קוקט אויס, אז וויבאלד די אנקעטעס האבן אין אנגעהויבן געבן צופיל בענקלעך, האט מען באשלאסן אים ארויס צו שיקן...)
 
Back
Top