נייעס פון טעמפא, פלארידא

כ'ווייס נישט אבער ס'שרייט פּעסמיזום
ס׳דא וואס האלטן פארקערט 😅
אז די פּעסימיסטן האבן אזוי מורא פון טויט אז זיי מוזן אנטלויפן פון יעדע דערמאנונג דערוועגן
און די אָפּטימיסטן זענען זיך מח׳׳ מיט וויפיל לעבן זיי קענען אמת׳דיג לעבן און זענען משלים אז מיר אלע גייען שטארבן און מיר ווייסן נישט ווען - און דוקא זייער אָפּטימיזם איז וואס לאזט זיי רעדן matter of factly וועגן טויט

איי וועסטו זאגן, וואס דארף מען זיין אזוי ״נעגעטיוו״ און זאגן פון לעבן צו טויט?

פשוט פשט קען זיין: אפנהארציגקייט, די סדר העולם איז קודם לעבט מען, נאכדעם שטארבט מען.

און דרך אגב, איז דא וואס טענה׳ן אז די סיבה פארוואס פאר אסך פון אונז שרעקט אזוי דאס טויט און ס׳פארפאלגט א פחד ווען איינער ברענגט ארויף די טעמע דורך א טראגעדיע ווען ס׳פילט דראענד - איז פשוט ווייל אסך פון אונז האבן ליידער נאכנישט טועם געווען א טעם פון לעבן, ממילא די prospect פון שטארבן ווערט דאפלט שרעקעדיג. (סך גרינגער משלים צו זיין דערמיט ווען קודם קומט אביסל גוטע עולם הזה און נאכדעם גייט מען אויף עולם הבא, אבער ווען מ׳פילט גערויבט פון יעדע געשמאק, און אז מ׳האט נאך בכלל נישט געלעבט - אפילו נישט אביסל ״יוצא צו זיין״ דעמאלס איז עס אכזריות׳דיג צו טראכטן שוין יעצט פון טויט)

@חיים למוות קען אבער זיין גאר אן אנדערע באדייט, ווען איינער באוויינט אז ער איז געבוירן פול מיט לעבנסלוסט און די סיסטעם האט עס אוועקגעריסן און געמאכט א טויטע עקזיסטענץ...

אין אזא פאל קענסטו - פשטות - עס אנקוקן פּעסימיסטיש,

אבער באמת קען עס אויך זיין פארקערט: אנשטאט עס צו באהאלטן און זיך אויפעסן מיט צער אינעווייניג, זאגט ער עס ארויס גראב און אפן אן קיין בושה (ער איז נישט דער גנב, וואס האט ער זיך צו שעמען?) און אזא צוגאנג פון unapologetically זאגן דעם אמת קען פון יסוד זיין גאר אן אפטימיסטישע approach לפענ״ד
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes

איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעדן איבער מיך אדער איבער מיין ניק, אבער נישט דא איז דאס פלאץ דערפאר.
 
נו חיים למ... געב ארויס וועגן טעמפא, ווער איז דע רב דארט, איז דא א חדר אין א סקול?
 
דער דיין איז ר' יהושע הערשקאוויטש.
עס איז דא א חדר מיט א סקול.

מעגסט ארויסשרייבן מיין נאמען,
גראדע מיין נאמען נישט אבער מיין ניק יא.
 
דער דיין איז ר' יהושע הערשקאוויטש.
עס איז דא א חדר מיט א סקול.

מעגסט ארויסשרייבן מיין נאמען,
גראדע מיין נאמען נישט אבער מיין ניק יא.
גיט וועל איך שרייבן חיים למוות, אפשר לייג ארויף א לינק פון גוגל מעפס אז איך זאל קענען זעען די געגנט ארום.
 
אפאר קשיות
איז דעס דע פלאץ ווי הרב טויסיג איז געווען רב?
אין די לעצטע פאר יאר זענען די הייזער ארויף אין פרייז?
אז מען קויפט א הויז, איז דא פאר וועם עס צי פארדינגען און בלייבן מיט געלט?
 
יא.
איך ווייס נישט אבער אויב יא איז עס נישט קיין סך.
פארבינד דיך מיט די דארטיגע ריעל עסטעיט בראוקערס.
 
די לאקאלע גראסערי מאכט היינט א גרענד אפּענינג.

1001463934.jpg
 
🚨 *ברעכענדע נייעס* 🚨

עס איז נעכטן נאכט פארגעקומען אן אסיפה פאר אלע חברי קהילתינו ווי עס איז געמאלדן געווארן די גאר גוטע נייעס אז נאך גרויס מיה און פלאג פון *הרה״ג דומ״ץ דקהלתינו שליט״א* ואתו עמו *הר״ר מאיר ניימאן*, *הר״ר שמעון יחזקאל וויינשטאק*, *הר״ר שלמה מייער* איז געלונגען אהערצושטעלן גאר גוטע דזשאב פאזיציעס פאר גוט באצאלט. עס וועט זיין אוועילעבל סיי פאר די היזיגע תושבים, און ווי אויך פאר סיי ווער עס וויל זיך אריבערציען דא אין טעמפא און קוקט ארויס אויף א דזשאב צו קענען מאכן די ריכטיגע שריט.

די געטרייע עסקנים האלטן אינמיטן אויסארבייטן אלע פרטים און עס וועט דא געמאלדן ווערן די פרישע אפדעיטס גאר בקרוב.

*לכו והתפרנסו זו מזו*

🏝️ *טעמפא פלארידא* 🏝️

טעמפּא נייעס און אפּדעיטס #3
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20250127-WA0089.jpg
    IMG-20250127-WA0089.jpg
    461.7 KB · געזען: 59
מזל טוב צו איינע פון די חשובע תושבים וואס האבן געהאט א מיידל בעיבי, די קידוש וועט זיין די וואך שבת און ביהמ"ד.
מזל טוב צו איינע פון די תושבים פון קרית יואל, ער האט אויך געהאט א בעבי.. די וואכנאכט וועט זיין די וואך איין טאג אויב די בעבי וועט נישט זיין געהל...

אהוי... נאך א בעבי נאך א בעבי וכו'...
 
וואס ברענגסטו ארויס מיט דעם?
 
Back
Top