נייעס און קרישקעלעך

טראמפ מאסק און ראמאסוואמי צוזאמען מיט געווין ניוזאם אויף איין פעידזש איבער אימיגרעישן אישו און קעגן רוב MAGA לאגער און מוילמאכער, דאס איז עפעס וואס איז נישט געווען צום עקספעקטן.. אדער בעצם יא?
ווי האט נאר יענער געזאגט.. אריינקומענדיגע פרעזידענט מאסק🙃
 
רואיג רואיג.. די לאקאלע פאלאטישנס האבן עס שוין פארדאמט.
1739804933251.jpeg
 
אנגעפאנצערטע אפיצירן אין דייטשלאנד מאכן אן אבלאווע אויף א דירה פארן קריים פון פאסטן א ראסיסטישע קאריקאטור!

אנבעליוועבל.

View: https://x.com/60Minutes/status/1891282314899910910

זיי האבן נישט קיין ערשטע אמענדמענט, וואס איז אזוי אנבעליוועבל?

ובכלל בין איך נישט זיכער אז די רעכטן צו פאוסטן קריקאטורן אדער פאלשע אינפארמאציע איז מורא'דיג וויכטיג פאר א געזונטע דעמאקראטיע.. ווען דעמאקראטיע האט זיך אנגעהויבן איז עס נישט געקומען מיט קיין שופר ביי יעדן יחיד אין טאש, עס איז געקומען מיט צענטראלע (און אינדיפענדענט) מידיע ארגעניזאציעס, און בעיקר א פרייע פרעסס.. די גאנצע הייפערפיקסעישאן מיט די ערשטע אמענדמענט און פרי ספיטש אבסאלוטיזם איז אפי' רעלאטיוו ניי אין אמעריקע..

דאס פארט שוין אבער אריין אין א צווייטע נושא, מ'גייט לכאו' דארפן אוועקפירן די שמועס פון דא..
 
לעצט רעדאגירט:
זיי האבן נישט קיין ערשטע אמענדמענט, וואס איז אזוי אנבעליוועבל?

ובכלל בין איך נישט זיכער אז די רעכטן צו פאוסטן קריקאטורן אדער פאלשע אינפארמאציע איז מורא'דיג וויכטיג פאר א געזונטע דעמאקראטיע..

דאס פארט שוין אבער אריין אין א צווייטע נושא, מ'גייט לכאו' דארפן אוועקפירן די שמועס פון דא..
השם ישמרנו
 
ובכלל בין איך נישט זיכער אז די רעכטן צו פאוסטן קריקאטורן אדער פאלשע אינפארמאציע איז מורא'דיג וויכטיג פאר א געזונטע דעמאקראטיע
פרי ספיעטש איז בעצם ביהרג ועל יעבור אין א דעמאקראטיע, מען קען אבער נישט צי לאזן אז מענטשן זאלן רופן פאר וויילענס אדער בלעקמעילען האט מען דאס גע׳אסרט ווייל ס׳ברענגט וויילענס.
אבער סתם חוזק מאכן פון מענטשן אדער זאגן ליגענט, קען מען נישט אסר׳ן.
 
דא איז פון אינסייד די פלעין, מ'זעיט ווי איינער הענגט איבערגעדרייט, אין ס'קיקט נישט אויס ווי ער יאגט זיך ערגעץ
שרעקעדיג, יעדער האט איבערגעלעבט
מ'זעט קלאר בחוש בעינים, זייט טראמפ האט באזייטיגט דעם געי פיט בוטיטדזשעזש און חוזק געמאכט פון די DEI אינערהאלב די פליען אינדורסטיע, האט דער רחמנות'דיגער באשעפער געמאכט אז אפאר געזונטע פעסטע עראפלאנען עקסידענטן זאלן פאסירן, אלס שטראף פארן חוזק מאכן פון מענטשן.

שטעלטס ענק נאר פאר, ווען דאס געשעט אפאר וואכן אריין אין פיט'ס קאריערע. אלע מגידים און פרעדיגער (ביי די אידן און גוים צוגלייך) וואלטן געהאט צו זינגען און צו זאגן.
 
יעצט איז עס דאך אויך נאר וועגן די 'פריערדיגע אדמיניסטראציע' - צוזאמען מיט אינפלאציע און וואס נישט, ווילאנג פראבלעמען געשען זענען די פריערדיגע, די שפעטערע, די אנדערע, די פרעמדע, שולדיג. איינמאל זאכן גייען גוט איז עס מיטאמאל אייגענס..
 
Back
Top