ניצוצי כס"ף

פארוואס האט דער באשעפער באשאפן שלאף, ס'גייט מיר נישט אין קאפ. אויב האט ער געוואלט דער עולם זאל נאר אניאגן האלב פון זייער לעבן, האט ער געקענט מאכן מ'זאל לעבן נאר 40-45 יאר. וואס עפעס דארף מען לעבן 80-90 יאר, און האלב פון דעם שלאפן?!
לעניית דעתי איז עס א בעקאפ. בעצם האסטו דיינע יארן אן שלאפן, אויב טרעפסטי זוך טייט אין צייט טון די ברויכסט נאך מינוט'ן, נעם ארויס פון ריזערוו, גיי שלאפן שפעט, שטיי אויף פרי, אדער גאר לאז אינגאנצן אויס דעם נאכט.

ועוד יש לומר , עס איז דא זאכן, אירועים אדער מאורעות וואס קענען נאר געשען ווען רוב מענטשן שלאפן און סוואלט נישט פארגעקומען בעצם היום הזה.

ופשוטו, די סיסטעם אין די בריאה איז ארויף אין אראפ, אפס און דאונס, מדארף קענען ריטשארדשן די בעטערי
 
אין ק"ש מאחורי, איז געווען א אשכול דורך ברסלבר, צו מסביר זיין די נארישקייט, פון דאס וואס מאכט זיך צומאל פון מענטשן וואס האבן תאוות (און דמיונות) איבער שוועגערן'ס. האט דארט החכם השלם יאיר געשריבן, אז ס'קוקט עם אויס, אז די עיקר פראבלעם מאכט זיך ביים היימישן עולם, וויבאלד די עיקר שידוך טוט מען דאך נישט איבער ליבע וכדו', און אויך נישט איבער פערסאנעלעטי, נאר איבער די משפחות, צו די משפחות שטימען, נו אויב אזוי וואלט דאך פונקט געקענט זיין אז ס'וואלט געארבעט מיטן שוועגערן, ווייל מיט איר האט זיך דאך דיין משפחה משדך געווען, והבן.
לכאורה איז די סיבה ווייל ביי א ווילד פרעמדע ווייס ער אז ער האט זערא טשאנסעס צינד זיך נישט אן בכלל די תאוה משא"כ ביי שוועגערענס סעקרעטעריס וכדומה וואס מווערט אביסל היימיש מבאמבט אריין אין איר כסדר רעדט ער זיך איין אז אולי איין טאג במילא טוט די דמיון זיינץ
 
ס'איז מער די movement ווי די חידושי תורה
די מציאות איז אז די חסידישע movement האט געמאכט א היסטארישע טויש
דאס איז חוץ פון דעם אז די movement האט עסטעבלישט א נייע קאקטעיל פון תורה אויך
דער בעש"ט האט גענומען די ווארעמקייט פון קבלה וואס איז ביז דאן געווען נאר ביי יחידי סגולה צו יעדע פשוטע איד
 
איך האב א תאוה צו עפענען נאך א ניק, וואס וועט זיין א רעכטער גענויגטער, וואו דארט וועל איך מיך טענה'ן מיט מיין לינקע ניק.
ס'דא העווי רעכטע טענות וואס מ'קען ארויסרוקן אויף די לינקע תגובות, אבער די רעכטע דא אין קרעמל שרייבן עס נישט, אזעלכע טענות וואס איך וואלט נישט געקענט ענטפערן.
איך האב א שטארקע תאוה צו עפענען א רעכטע ניק, און טענה'ן די אלע טענות. אפשר וועל איך עס רופן @זהבי...

אויסער דעם, קען איך באשטיין צו טעיסטן די טעם פון באקומען אומצאליגע לייקס, פארן שרייבן הוילע רעכטע שטותים, אקעגן דער אפגעריסענער לינקער ניק וואס שרייבט נעבעך 'פאקטן', און קיינער לייקט אים נישט. ווייל - וואס איז אינטרעסאנט פאקטן, ווען אונז האבן אגענדעס?!

:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:
אויב דאס איז נישט געשריבן געווארן הומאריסטיש, מהיכי תיתי אז דיינע פאקטן זענען פאקטן און זייערע אגענדעס זענעס אגענדעס, אפשר זענען דיינע פאקטן אגענדעס און זייערע אגענדעס זענען פאקטן ? כמיין צו זאגן יענער האלט דאך אויף דיר פונקט וואס די האלטס אויף איהם
 
הוא היה אומר:
די יו.ען. און רבי'סטיווע דבר אחד הם, ביידע ווייסט די גאנצע וועלט אז ס'איז איין שטיק חוזק, און ביי ביידע שפילט מען מיט די דזשאוק...
עגען, אויב מיט די "גאנצע וועלט" מיינסטו דיין וועלטל, דאן ביסטו גערעכט, אבער אויב מיינסטו די עקשעל וועלט, דאן מהיכי תיתי? איך האלט גראדע אז ביידע זענען דייקא נישט קיין חוזק אין די וועלט
 
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה. קאווע שטיבל איז צוריק אפן!
אבער אזוי ווי מען ווייסט דאך נישט מה יולד יום, קאפי איך דא די פאר ארטיקלען וואס איך האב געשריבן דארט (כאטשיג איך האלט מיך נישט גרויס מיט די ארטיקלען, און א חלק אפשר שעם איך זיך. אבער ס'איז מיר פארט אינטרעסאנט צו פאראייביגן).

צומישטע געדאנקען אין א פארנעפלטן טאג

החכם מורינו מי אני ברענגט בשם החכם יאיר איך בין אפי’ נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, וויאזוי קען איך זיין זיכער אז...

‘איך’? ווער איז דער איך וואס איז נישט זיכער, וואס מיינט זיכער? און וואס מיינט עקזיסטיר? ווער וועט פארענטפערן די אלע שווערע שאלות וואס דרייען א קאפ, לאזן נישט קיין מנוחה, מאכן די לעבן אומדערטרעגליך, פארוואס בכלל שרייב איך? איך האף אז דאס וועט אביסל אויסקלארן מיינע געדאנקען אבער ביזדערווייל העלפט עס נישט ממש, ס’זעט ענדערש אויס אז מיינע מחשבות ווערן נאר מער צוווילדעוועט, און צולאזט און לאזן נישט אנקומען קיין מסקנא.

און ווער זאגט אז איך דארף אנקומען צו מסקנא, ווער זאגט בכלל אז איך דארף טראכטן, די וועלט שטייט שוין 5783 יאר לכה"פ און ס’איז געשטאנען פיין און געפארן ווייטער אויך אן אויב איך הק’ זאל אנקומען צו מסקנות אדער טראכטן בכלל, 'לאז אפ' ס’איז נישט גוט פאר קיינעם, זאגט מיר אין אויער מיין יצר העצלנות, 'לאז אפ' וואס מיינסטו גייסטו טרעפן? דו מיינסט גייסט דא טרעפן די גליק, אדער די אמת, נושאים וואס ווערן שוין דורכגעטון דורכגעטראכט דורך די גרעסטע חכמים פון די וועלט, און דו קליינער שוואכער מענטשעלע וואס ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו קומסטו מיר פאר, דו ביזסט קוים דא אויף די וועלט פאר אזוי און אזויפיל יאר דו וועסט עס אויספיגערן?

ס’דא א גאט? ער וויל דוקא איך זאל אויספאלגן זיין תורה, די גזרי חז"ל און אלע חכמי הדורות, אינקלודינג די היינטיגע, אדער ער וויל איך זאל אליין אנקומען צו עם איך זאל עפענען מיינע אויגן און עם טרעפן דורך זיין וואונדערליכע בריאה, אדער דורך די בריאה וואס פייניגט יעדער וואס גייט עם אדורך, וואס? וואס? וואס?

פארוואס בינעך דא? אראפצוברענגען שכינה בתחתונים? אדער צו אויסרייניגן מיין גוף? און לאמיר שוין זאגן אז ער וויל איך זאל איינע פון זיי טון אדער עפעס אנדערש? פארוואס דארף איך עם פאלגן? אה, ער איז מיין יוצר און באס, האסט שוין אמאל געהערט א באס וואס דינגט א נייעם ארבעטער און ער לייגט עם אריין אין די פאבריק און זאגט עם 'פיגער אליין אויס וואס דו דארפסט טון', כ’מיין, קאם אן, און אפי’ ס’וועט זיין גאר קלוגע וואס וועלן יא אויספיגערן, און וואס איז מיט אלע אנדערע? איי ער האט געהייסן אונזערע זיידעס כ’ווייס וויפיל יאר צוריק וואס ער וויל, און אפשר נישט? גלייב! פארוואס עפעס, פאר וועלכע סיבה אין די וועלט זאל איך גלייבן אין א גלייבונג וואס צוימט מיר אויף טריט און שריט? לאזט מיר נישט טראכטן וואס איך וויל לאזט מיר נישט קוקן ווי איך וויל, לאזט מיר נישט רייכערן ווען איך וויל, לאזט נישט דאס לאז נישט יענץ, הייסט דאס און יענץ, טוה דאס טוה יענץ

און וואס האב איך צו טראכטן בכלל, ווי האט איינער געזאגט ס’דא גרויסע דענקער דא און דארט, וויפיל איי קיו האבעך בכלל צו האבן די זכי’ צו טראכטן, און אפי’ כ’וועל שוין יא טראכטן וועל איך דען צוקומען צו נייע השגות וואס די פריערדיגע זענען נישט אנגעקומען? וועל איך עפעס משיג זיין פריש? און אז איך טרעף יא עפעס וואס זעט אויס אין מיינע אויגן ווי א חידוש מיינסטו טאקע אז די פריערדיגע זענען נישט געקומען אויף דעם?

פארלאז דיך אויף די פריערדיגע גרויסע פון אונזער פאלק! און אפשר זאל איך מיך פארלאזן אויף די גרויסע דענקער וואס זענען נישט פון אונזער פאלק? און אפשר טאקע נישט ווייל אזוי מאך איך נישט קיין מסקנות אויף מיין אייגענע שכל צו אויסזוכן פון די ‘פרעמדע’ קלוגע ווער ס’געפעלט מיר, נאר פלעין נאכפאלגן מיינע רבי’ס

פארלאז נישט די וועגן פון דיינע עלטערן? ווטד"פ פארוואס עפעס נישט? מיינע עלטערן האבן אויך נישט ליב קאקע קאלע וועגן דעם זאל איך עס נישט טרינקען, כ’מיין יעדער טוט וואס ס’קוקט עם אויס גוט, ווער גאראנטירט מיך אז וואס מיינע עלטערן האבן געטון איז ריכטיג און קלוג? און ווייטער אפשר יא ווייל אזוי מאך איך נישט קיין החלטה איך לייג מיין שכל אין זייט ווי האט ער געזאגט איך בין א נאר און איך גלייב

און אפשר בין איך א בהמה און איך גלייב? אוי וואס וועט זיין דא? און ווער זאגט ס’דארף עפעס זיין אכול ושתה כי מחר נמות, און כאילו איך האב וואס צו עסן און צו טרינקען כאילו איך פארשטיי די הנאה פון עסן און טרינקען? מ’קען מיינען מ’עסט מ’טרינקט, און? מ’שלאפט, און?

אינטערטעימענט? וועלכע אינטערטעימענט איז שוין דא מאוויס? יודישע איז נישט אינטרעסאנט חוץ וואס כ’האב זיי שוין מסתם אלס געזען גוישע לאזט ער דאך נישט, איז וואס איז שוין יא דא צוטון, גיין שווימען נו גיימער ווי טרעף איך א פול, גיי ווייס? גיין צו די גוים? און בכלל ווער לאזט אינטערטעינען, מ’דארף דאך לערנען יומם ולילה, מילא אז מ’קען נישט לערנען אבער גיין אינטערטעינען סתם אזוי פארוואס נישט?

כ’דארף א קאר, אזוי וועל איך קענען גיין צום ים! אה! ביים ים, טעם גן עדן ממש
אקעי געקריגן א קאר, וואס’י יעצט? געווען ביים ים, שוין צוריק, געווען נאכאמאל, און נאכאמאל צוריק, ווי זאגט דער קלוגער שלמה גם זה הבל גם זה הבל גם זה הבל

דאן וואס איז יא די תכלית?

וואס טראכסטו אזויפיל, גיי ארבעטן וועסטו שוין נישט האבן אזויפיל צייט צו טראכטן! געגאנגען ארבעטן און? ווייטער גארנישט נאר געטראפן עקסעס צו ברייטערע ספיקות מוטשענישן רעגענישן און מחשבות , גם זה הבל!
און אפשר איז טראכטן אליין א תכלית, פאר א סיבה איז דאך דאס די חילוק צווישן דער מדבר און די חיה! ומותר האדם מן הבהמה – שכל! און אפשר האבן זיי יא שכל נאר זיי האבן פשוט נישט קיין מויל וואס זאל ארויסברענגען זייער מחשבה? אויב האבן זיי יא שכל, האבן זיי אויך די זעלבע פראבלעמען וואס איך האב? אה ענדליך געטראפן א אח לצרה! כאטש דאס, איך גלייב נאר נישט אז כ’וועל זיך קענען דורכרעדן מיט זיי, זיי וועלן מיר פארטרייבן ווי די שווארצע פעפער וואקסט איך בין דאך פון די וואס מארדן פון זיינע ברודערס תמידים כסדרן אנ’ע רחמנות
שוין גייט מיר נישט אן כ’על קוקן וואס יעדער טוט און אזוי וועל איך טון, אבער יעדער טוט דאך עפעס אנדערש, על איך טון ווי מיינע עלטערן, אבער מיינע עלטערן האבן דאך נישט קיין אינטערנעט, און נאך אפאר זאכן וואס זיי האבן נישט און איך יא, שוין איך וועל טון כמעט אזוי ווי זיי


האסט א אנדער וועג פאר מיר??


און פארוואס ברענג איך קינדער אויף אזא וועלט? ווייל אזוי האבן מיינע עלטערן געטון, נו, האסט דען נישט צער אויף דעם וואס זיי האבן זיך באהאפטן און דיר אראפגעברעגנט, וואס האט דיר געפעלט פארדעם? וואס פארא גליק האסטו שוין געטראפן דא אויף די וועלט?
און מיינע קינדער? וואס וועלן זיי טון? זיי וועלן אויך טון וואס זייערע עלטערן – דאס מיינט מיך, איא? - האבן געטון, אה? דאס הייסט חוזק געמאכט פון די בריאה​
 
צומישטע געדאנקען אין א פארנעפלטן טאג- המשך

איז אזוי, נאכן שרייבן נעכטן אזוינע שאקלנדע ווערטער, דארף איך מיך אביסל צאמנעמען, איז לאמיר זאגן אזוי, מיין לעבנס-שטייגער באשטייט ביזדערווייל ביז דער פון אויבן וועט מיר באלייכטן אין א געוויסע בחינה אויף 'סטאטוס-קווא', דאס הייסט אפילו לו יצוייר אז ס'איז דא קושיות און שאלות אין מיין גלויבונג, זעה איך אבער נישט עפעס אנדערש וואס זאל זיין בעסער ווי דאס, פארשטייט זיך איך האב נישט דורכגעזוכט אלע רעליגיעס פון די וועלט, אבער וויפיל איך האב אנגעיאגט אין מיין קורצן לעבן און נאך קורצערע לעבן אנליין צו זען טרעף איך נישט עפעס בעסער.
און לאמיר גיין צושטאטליך, דאס קען מען זאגן כמעט זיכער אז די וועלט האט א תכלית, ווי מורנו ורבנו ונבנתה זאגט דא:​
ונבנתה העיר האט געשריבן:א. לאגיק זאגט אז עס איז דא א גאט וואס האט מחדש געווען יש מאין, דאס איז – אין מיין לאגיק – די מערסטע מסתבר [וויפיהל עס איז שייך 'מסתבר' אין אזא זאך], און כ'מיין אז עס איז בכלל נישט דא [דערווייל] אן אנדערע טעאריע ווי אזוי עס איז געווארן יש מאין.

ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.​
און אפי' לאגיק וועט מיר נישט זאגן אינגאנצן אזוי, געבט מיר אבער די אנדערע אפציע גארנישט אז איך זאל מיך רעכענען מיט דעם, דאס הייסט אפי' כ'וועל אנעמען עוואלושן ע"פ אפיקורסות, אדער אנדערע שיטה וואס איז שולל א בורא ונברא, וועט מיר אויך גארנישט געשען אויב כ'וועל פאלגן א ג-ט, אויסער אביסל צאמליידן מיינע יארן אויף דעם וועלט, מיטן נישט טארן טון דאס און יענץ, קיין גרויס עוה"ז טרעף איך מילא נישט (ווי געשריבן נעכטן), און ס'מוז בכלל בכלל נישט זיין אויב כ'וועל מיך אריינלייגן אין עוה"ז וועל איך עס טרעפן, וויפיל מענטשן גייען אדורך יסורי איוב כל ימי חייהם (וויפיל יסורים בין איך אליין שוין אדורך מיום היולדי ועד היום הזה?), משא"כ מיט די געטליכע מהלך אויב נוץ איך נישט אויס די יארן דא עם צו דינען, האב איך אנגעוואוירן די אפציע וואס ער האט מיר געגעבן, צו ווערן נאנט צו עם 'לעבן חיי נצח', און בכלל מתקן זיין די וועלט במלכותו, און אזוי ווי ביידע זייטן זעהן מיר כרגע נישט אויס מוכרח, לוינט זיך מיר ענדערש גיין מיט די געטליכע מהלך, כמובן.

נעקסט, וויפיל קושיות ס'וועלן זיין אויף די יודישע גלויבונג, איז דאך אויך דא אויף די אנדערע גלויבונגען פונקט אזוי אדער נאכמער, און ווי געשריבן נעכטן אויף אלע זייטן איז דא גרויסע דענקערס, כ'זעה נישט ס'זאל זיין א מהלך וואס זאל נישט זיין קיין קושיות אויף דעם, די בעסטע תירוץ אויף די סארט קושיות מוז זיין אז ס'איז העכער פון דיין פארשטאנד, למשל די אנפאנג פון די וועלט וואס מוטשעט יעדער וואס פאנגט נאר אן אביסל צו טראכטן (און אין די סטעידש שטיי איך יעצט), אויב זאגסטו אז ס'איז העכער פון דיין פארשטאנד ווייל ס'איז געטליך און דו קענסט נישט פארשטיין געטליכקייט (פונקט ווי דו קענסט נישט פרעגן וועלכע טעם האט די קאליר בלוי, קענסטו נישט פרעגן ווער האט באשאפן ג-ט, אדער וואס איז געווען פאר ג-ט האט באשאפן די וועלט [קרעדיט י"וו]), דעמאלטס שטיי איך גוט, איך קען נישט פרעגן נאך קושיות ווייל דא ענדיגט זיך אויטאמאטיש אלע שאלות, אבער אויב זאגסטו אז מ'קען עס יא פארשטיין מיט שכל אנוש דורך (למשל) עוועלושן, אויב אזוי מוז איך עס פארשטיין ריכטיג, אויב אזוי ווי האט זיך אלעס אנגעפאנגען? און פארדעם? און פארדעם? און פארדעם? און ס'טאקע דא אנדערע קושיות וואס וועלן פאדערן אמונה פון מיר, אבער איינמאל דו לייגסט אראפ די הנחה אז ס'איז דא אזא זאך ווי געטליך האסטו זיך איינגעשפארט רוב קושיות און שאלות (ענליך ווי ר' נחמן האט זיך פארזיכערט לעולם ועד מיט 'מניעות'...), אלזא איך בין טאקע נישט הונדערט פראצענט זיכער מיט וואס איך טוה, אבער אזוי ווי עפעס אנדערש האב איך נישט געטראפן בלייב איך דא, ביז דער פון אויבן וועט מיר אריינשיינען די תירוץ אויפן פשוט'ן שאלה 'מה חובתי בעולמי'
די שאלה וואס מוטשעט מיר 'אויב וואלסטו נישט געבוירן געווארן אלס איד, וואלסטו אויך געבליבן דארט וואו דו ביזט געבוירן'? זעט מיר ביזדערווייל אויס אז יא.
די זעלבע פיר איך מיך אין די פראקציעס וואס פארעמען אויס די אידישע פאלק, און די פראקציע וואס איך בין געבוירן גיי איך ווייטער, נישט אזוי ווייט אז איך האב איינגעזען אז די מהלך איז גערעכט, און נישט ווייל איך זעה נישט די פראבלעמען און די קושיות אויף די מהלך, נאר ווייל אנדערע מהלכים זעה איך די פראבלעמען און די קושיות, פארוואס זאל איך זיין א מחליף פרה וחמור? ווען אין יעדע פראקציע זעה איך זיינע פראבלעמען, און אויב כ'וועל אמאל טון אנדערש ווי מיין סביבה איז עס ווייל מיין יצה"ר איז גענוג שטארק מיך צו איבערעדן, אבער להדיא נישט ווייל איך האלט אז דאס וואס איך טוה איז ריכטיג, איין משל איז טאקע די נוץ פון אינטערנעט, וואס אין מיין קרייז איז עס אפגעפרעגט (עכ"פ נישט לצורך פרנסה וכדו', מיט א שוואכן פילטער זיכער) און איך נוץ עס יא, נישט ווייל איך האב א מהלך אז אינטערנעט איז ריכטיג ווי סאך אנדערע דא אין שטיבל, נאר ווייל דאס איז קאנוויענט, ווען נישט אינטערנעט וואלט איך לכאו' זיך נישט ארומגעדרייט מיט די אלע מוטשענישן וואס כ'האב אפגעשריבן נעכטן, איי אפשר איז עס טאקע יא גוט, זיך ארומדרייען מיט די אלע מוטשענישן און אזוי אנקומען צו ג-ט ב"ה (אמן) פון מיין אייגענע שכל און מהלך, קען טאקע זיין, אבער פון די צווייטע זייט פארשטיי איך אויך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט אינטערנעט און בלייבן מיט די אמונה פון קינדערגארטן, בקיצור ביידע זייטן זעה איך די מעלות און חסרונות (און אזוי איז נאך נושאים, כ'האב עס נאר אנגעכאפט אלס דוגמא), סוי כאטשיג אין מיין פריוואטע לעבן וועל איך טון וואס איז פאר מיר קאנוויענט (כ'רעד יעצט פון לעבן אין אידישקייט, נישט אידישקייט איטסעלף), אבער כ'וועל מחנך זיין מיינע קינדער אויף די מהלך ווי איך בין געווארן אויפגעצויגן ווייל איך זעה פשוט נישט עפעס בעסערס
ס'קען טאקע זיין אז דאס אליין קומט אויך פון קאנוויענטס נישט צו דארפן אדורכגיין די יסורי הגו"נ פון טוישן מהלכים, אדער נאך ערגער פון נישט קענען אנעמען קיין באשלוסן אין לעבן, אבער דאס איז מיין תשובה צו מיין נעכטיגע אויסברוך

נאר איין זאך בין איך נישט אינגאנצן קלאר, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס וואלטן אידן עובדי ד' וואס זארגן זיך פאר זייער נשמה, געדארפט אדורכגיין גאנץ גאגל מיט בינג און אלע סוירטש ענדזשינס, אויסזוכן אלע גלויבנס און זען אפשר איז דא א גלויבן וואס איז מער אמת ווי די אידישע, וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא פון דיין חיי נצח? וואס ביזטו אזוי זיכער אז די מהלך וואס דו גייסט איז די ריכטיגע מהלך, און אפשר איז דא איינס בעסער?
אביסל קען איך טראכטן אז מ'פארלאזט זיך אויף די פריערדיגע וואס האבן עס שוין דורכגעטון, און אזוי ווי איך וואלט מיך אויך פארלאזט מיט מיין לעבן אויף די פריערדיגע (ווי למשל מיינע עלטערן, און זיי אויף זייערע וכו') קען איך מיך אויך פארלאזן מיט מיין לעבנס מהלך אויף זיי, אבל עדיין אינו מספיק​
 
חשבתי ימים מקדם שנות עולמים - טריבנע געדאנקען ערב חנוכה בין השמשות

אזכרה נגינתי בלילה, ליגנדיג אין בעט יעצט ערב חנוכה מיט א פארבייגענדע פלו, נישט לערנענדיג קיין אות אחת כמעט לרגל חנוכה, נאר זעהן היינט צוויי א האלב מאוויס (גראדע גאנץ פיינע 'ניקיטה'), דערמאן איך זיך אין די פריערדיגע יארן, פאר מיינע קאווע שטיבל יארן, פאר מיינע מאווי יארן, וויאזוי האט אויסגעקוקט א ערב חנוכה, ווער רעדט נאך אין ישיבה ערב חנוכה, וואף! מיט אזא פייער פון געגועים צום אור ה', אור הגנוז וואס ווערט נתגלה און קומט אראפ טאקע פאר די צובראכענע נשמות די למטה מעשרה טפחים'דיגע נשמות, די נשמות וואס זאגן כי שחה לעפר נפשינו דבקה לארץ בטנינו, שוין זייענדיג אויף די נידריגסטע ארט ווי די ערד פון ווי מ'קען שוין נישט פאלן (עכ"פ אזוי מיינען זיי, ביז די נעקסטע פאל), אה! ווי נעמט מען די אמאליגע צייטן, די אמאליגע ריינקייט, די אמאליגע לעכטיגקייט

אבער וואס זאל מען טון, אז די שאור שבעיסה האט מיר איינגערעדט נישט זיך צוהערן צו מיינע רבי'ס און עלטערן, נאר טון וואס די הארץ באגערט, בשרירות לבי אלך, קוקן ווי מ'דארף נישט, ליינען וואס טויג נישט, הערן וואס לוינט זיך נישט, עפענען די אויגן צו די ברייטע ריזן עול"ם הגשמי וואס איז מעלי"ם אויף אלוקות, די וועלט וואס האט אזויפיל צו פארקויפן, זאכן וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט ביז דאן, גאנצעטע נושאים פון וואונדער, פון וויסנשאפט, פון ארט, פון קולטור, פון אינטערטעימענט, פון זינגען, רעליגיע און טעאלאגיע, פילאסאפיע און פסיכאלאגיע, פאליטיק און פינאנץ, אסטראנאמיע און מאטעמאטיק, ליבע און שנאה, און אזוי ווייטער און אזוי ווייטער, ווערנדיג פארבלענדעט פון די מאסע ידיעות וואס כ'האב קיינמאל אפילו נישט געוואוסט צו זאגן, האט דאס איבער גענומען מיינע פילינגס, מיינע הרגשים, נישט לאזנדיג קיין פלאץ פאר די אמאליגע עכטע הרגשים צו ג-ט ב"ה, צו א שבת, צו א יו"ט, צו א תורה, צו א מצות, צו א חנוכה נאכט חנוכה לעכט


נעם איך ארויס א תהלימ'ל און זעה אז אויף דעם וויינט שוין אונזער באליבטער אייביגער קעניג דוד ע"ה (קאפיטל ע"ז):

חשבתי ימים מקדם שנות עולמים, איך דערמאן מיך מיינע פריערדיגע טעג

אזכרה נגינתי בלילה, דענק איך ווי איך פלעג זינגען ביי די חנוכה לעכט

עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי, ווי כ'האב אויסגעגאסן מיין הארץ מיט בענקעדיגע טרערן צום קל חי, מתי אבוא ואראה פני אלקים

און זענדיג וויאזוי איך קוק איצט אויס, פרעג איך

הלעולמים יזנח ד' ולא יוסיף לרצות עוד, ער האט מיר אויף אייביג פארלאזט? דאס איז עס? כ'וועל מער נישט זוכה זיין צו שפירן קרבת אלקים?

האפס לנצח חסדו, וכו', השכח חנות קל וכו' וכו' וכו'


מה בצע בדמי ברדתי אל שחת? היודך עפר?! היגיד אמתך?!

די המשך הקאפיטל האב איך נאך נישט אויפגעכאפט, זעט אויס איך האלט נאך נישט דארט
אולי יש עוד תקוה​
 
קינות נישואין - פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ס'ידוע דער עלטערער איד וואס האט זיך אפגערעדט אז געדענקען געדענקט ער וואו ער האט חתונה געהאט, ווען ער האט חתונה געהאט, אפילו מיט וועם ער האט חתונה געהאט, אבער פארוואס ער האט חתונה געהאט קען ער זיך נישט דערמאנען...

בינעך נאך טאקע נישט אזא עלטערער איד, און מיין חתונה איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, און כ'געדענק נאך יא פארוואס כ'האב חתונה געהאט, פארוואס טאקע? נישט אזוי אינטרעסאנט, אפאר טעמים, אבער די מעין סיבה איז די זעלבע ווי אדם הראשון, יעדער האט און איך נישט?! אבער רבונא דעלמא כולא, טאטע אין הימל! פארוואס האב איך חתונה געהאט??

וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם, אויסער דארפן באדינען א אידישע טאכטער, און זיכער מאכן אז זי האט גענוג געלט צו קענען גיין שאפינג, אויסער אראפברענגען אפאר קינדער אויף אזא מיזרעבל וועלט, וואס איך אליין האב נאכנישט אויסגעפיגערט פארוואס פונקטליך בינעך דא, און כ'ברענג שוין אראפ נאך אפאר אומשולדיגע נשמות וואס זאלן זיך מוטשען מיט די זעלבע ספיקות, און פארשטייט זיך דארפן זארגן צו האבן געלט פאר זייערע אומגעהויער-הויכע פרייזן פאר שכר לימוד, און פאר זייערע קליידער און זייערע עסן וכו' וכו', וואס האט דאס אלעס אויסגעפעלט?

וואס וואלט מיך געפעלט, ווען איך זיץ מיך ווען יעצט אין א לערן אינסטוטוציע (ישיבה אדער אוניווערזיטעט וכדו') אליין, הארעווענדיג אויף א שטיקל שכל אליין אנע דאגות פון אשה ובנים? אנע עכטע דאגות פון עול הפרנסה, אנע דאגות פון די א.ג. שלום בית (וואטעווער אין די וועלט דאס מיינט), אנע דאגות פון התחייבות און אחריות צו די וואס הענגען זיך אויף מיר, העכסטנס אז מיינע עלטערן וואלטן מיר נישט געשטיצט וואלט איך ביינאכט געארבעט אין א רעסטוראנט/באר און אזוי אויסגעצאלט מיין לעכל בעיסמענט, עסן בין איך מילא נישט קיין גרויסער עסער כ'וואלט געקענט לעבן נאר אויף מיינע נאכט סעודות אינעם באר אדער רעסטוראנט, און שלום על ישראל ועל משיחו, וואט די העלל בין איך דא אריינגעפאלן

איי א גוט שטיקל בשר? נו, שוין, דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע שלוחים, בכל ה' עושה שליחותו...

פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון די עץ הדעת (מאוויס – קאווע שטיבל וכו') פאר מיין אריינבונדן אין דעם קשר של קיימא, אפשר וואלט איך דעמאלטס געהאט די שטארקייט צו אפזאגן די נארישע לעכערליכע צודרייטע בונד וואס איך פארבינד מיך דא לכל ימי חיי עד זיבולא בתרייתא (ווי @רביה"ק זי"ע בשעתו)?? לכאו' וואלט איך מילא נישט געהאט די שטארקייט, אבער אפשר דאך? אפשר דאך? הלואי!

און וואס טו איך יעצט מיט מיינע קינדער, גיי איך זיי אריינלייגן אין די זעלבע לאך ווי מ'האט מיר אריינגעפארסט? הלואי ווען איך קען זאגן 'נאו העלל, קיינמאל גייט דאס נישט געשען', אוי הלואי!​
 
אזמרה לאלקי בעודי - א דרך אין תפילה

ווען מ'שטעלט זיך דאווענען טרעפט מען זיך אסאך מאל מיט א נודזשנדע ווערעמל וואס לאזט נישט דאווענען

מ'זאגט טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו – איז עס דען טאקע אזוי, צו דען זענען אלע בריות דא אויף די וועלט ארומגענומען מיט רחמים וחסדים? נישט ממש. אדער כי אתה שומע תפילת כל פה – וויפיל מאל בעט מען עפעס פונעם באשעפער און די תירוץ איז ניין? המנהג עולמו בחסד ובריותיו ברחמים?! עפעס גרידזשעט מיר אין קאפ מיט א וועלט מלחמה, א האלאקאוסט, א ת"ח ות"ט, א קרייציגלער, א גירוש שפאניע, אנדערע גירושים, בלוט בלבולים, צוויי חורבנות, טעראר אטאקעס, א שמחת תורה תשפ"ד, און דאס איז נאר (א חלק) פון זיינע אידעלעך, און וויפיל האבן אנדערע מענטשן לענדער און פעלקער געליטן, מלחמות, מגיפות, הריגות וכו' וכו', דאס מיינט חסד?! רחמים?! און אזוי ווייטער (אוואדע איז דא אויף יעדע זאך תירוצים, אבער גענוג מאל העלפן נישט די תירוצים)

די זעלבע זאך ביי יעדע דבר שבקדושה, ווי למשל קידוש, כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ, און אפשר זענען די סייענטיסטן גערעכט און דער באשעפער האט באשאפן די וועלט במשך מיליאנען יארן? און אפשר איז דאס טאקע פשט אין פסוק? און אפשר בין איך יעצט מנסך יין? און בכלל ווי קען איך מוציא זיין מיין משפחה מיט קידוש ווען איך אליין ספק'ע זיך דא ארום?!

נו, וואס טוט מען? ווי קען מען דאווענען אזוי?

האב איך איינגעזען א מורא'דיגע דערהער!

נאך אלע חקירות, און נאך אלע טעימות פונעם עץ הדעת, וועט אייביג בלייבן א נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלץ אלעס וואס מ'האט איר געלערנט די אלע יארן, די נקודה איז נישט א זאך וואס איינער האט מיר פארציילט, אדער כ'האב עס געזען אין חסידי'שע ספרים, אדער מקבל געווען איש מפי איש מפי פיש פון מיינע זיידעס, נאר ס'איז א מציאות וואס איך ווייס קלאר ביי מיר, און כ'שטעל מיך פאר אז יעדער האט די נקודה, וואס נאך אלע מעשיות אז ס'קומט א דינער טוט מען זיך אן די קאפל און מ'שרייט שמע ישראל (בתמימות ממש).

ביי די נקודה שבלב איז עס נישט א ספק, א צד, אפשר איז דאס אלעס יא גערעכט, נאר די נקודה שבלב גלייבט באמת אנ'ע ספיקות און הרהורים.

וואס די נקודה איז – איז נישט קיין גרויסע חילוק. @יאיר וועט אפשר טענה'ן אז ס'איז אינטואישן, מורנו @ונבנתה העיר וועט טענה'ן אז דאס איז די עכטע אמונה וואס קומט פון די עצם קדושת נשמת ישראל, @רביה"ק זי"ע וועט טענה'ן אז דאס איז די פארט אין די עקט פון דעם גלגול, אני הק' וועל טענה'ן אז ס'איז די אינערליכע אידענטיטעט, אבער איך שלא יהי' איז דאס א פאקט וואס איז דא!

ווען איך שטעל מיך דאווענען געב איך איבער די מייק פאר די נקודה שבלב זאל דאווענען – ער גלייבט דאך אין אלסדינג, און איך שטעל מיך צו פון די זייט צוצוהערן וויאזוי ער דאוונט[*], און גלייבטס מיר ס'איז זייער געשמאק צו הערן וויאזוי די נקודה לייגט אראפ א נשמת, אדער א לקל אשר שבת!

און ווען איינער שרייט אריין 'ווער זאגט?' 'ס'איז דאך נישט אזוי' וכדו' שטיל איך עם איין, 'יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן, יעצט הערט מען וואס די נקודה שבלב האט צו זאגן, מיש דיך נישט אריין, דו האסט זיך דיינע צייטן צו לאזן הערן דיינע מיינונגען'[**]
*​

אז מ'פאוקעסט אויף די נקודה שבלב, קען מען זוכה זיין אנצוקומען צו א מצב וואס די נקודה שבלב נעמט איבער דעם גאנצן מענטש, מיט אלע ספיקות און חקירות, און אין די צייט פון דאווענען - די חיי שעה - פארגעסט מען פון די אלע קושיות און ספיקות, מ'ווערט איבערגענומען פונעם נועם ה' פונעם נועם האמונה, און די סיבה איז פשוט, ווייל אויב פאוקעסט מען אויף א נקודה שבאדם וועט צום סוף די נקודה איבערנעמען דעם מענטש, ווי מ'זעט ביי א קינד צו סתם א מענטש, אויב וועט מען עם אייביג זאגן דו ביזט א פוילער, וועט ער עווענטועל ווערן א פוילער, אבער אז מ'וועט עם זאגן עכט ביזטו א זריז, נאר דא האסטו זיך געפוילט, וועט ער נישט ווערן פון דעם א פוילער, די זעלבע זאך ביי א מענטש אויב וועסטו פאוקעסן אויף זיין נקודה שבלב וואס גלייבט וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עכ"פ בשעת'ן דאווענען.

בעצם איז דאס די פשט אין וואס רבי נחמן רעדט ארום אין די באוואוסטע תורה רפ"ב די אזמרה תורה, אז מ'דארף טרעפן אין יעדן איד אפי' אין א רשע און אזוי אויך אין זיך א נקודה טובה וואס יעדער האט, און דורך דעם קען מען עם מעלה זיין צו אינגאנצן גוט, ווייל אז דו פאוקעסט אויף די חלק הטוב פונעם מענטש אפי' ער איז א רשע, אבער אויב פאוקעסטו אויף די חלק הטוב וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עם צו מאכן טאקע פאר כל כולו טוב.

השתא דאתינן להכי, די נקודה זאגט דאך רבי נחמן ווערט אנגערופן עודי עיי"ש, און דאס איז טאקע פשט אזמרה לאלקי וויאזוי קען איך דאווענען פאר מיין גאט, ווען איך האב אזויפיל בלבולים וכו', בעודי, די נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלע מעשיות, ער דאוונט!


קלארשטעלונג: איך נוץ נישט די פאקט פון די נקודה שבלב אלס ראי' פאר גארנישט


___________________________

[*] ענליך צו וואס מ'זאגט נאך פונעם רש"ב זצ"ל אז ביים דאווענען הערט מען זיך צו צו וואס די מויל זאגט ארויס, און ס'שטימט מיט וויאזוי דער אריה"ק שטעלט אוועק די יסוד פון דאווענען, אז די שכינה הק' בעט פון קוב"ה, דאס הייסט אז דער מענטש איז נאר ווי דער ממוצע אינדערמיט, דער שליח וואס איז שכינה מדברת מתוך גרונו, און ער קען אויסהערן וואס און וויאזוי די שכינה הק' בעט אירע צרכים פון קוב"ה.

[**] מ'קען עס אויך נוצן להיפך, ווען מ'טוט עפעס וואס די נקודה שבלב שרייט און מאכט א מחאה, זאגט מען עם יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן....​
 
נפלאותיך אשיחה - זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א תורה שרייבער ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע
לעצטנס האב איך אדורך געליינט חלקים פונעם בוך נפלאותיך אשיחה פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער פון הרה”ק מסאטמאר זי”ע, און כ'פארצייכן דא כמה אינטרעסאנטע אנעקדאטן וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט לטובת הציבור

• בלאט 183 איז דא א בילד פון סאטמאר רב עולה לתורה און מ'זעט אויף די מאנטל פון די ס”ת א מגן דוד, די בילד זעט נישט אויס פון פאר די מלחמה, איך בין נייגעריג צו די היינטיגע ממשיכי דרכו און תלמידים פון רבי'ן ז”ל וואלטן עולה געווען אין אזא תורה...

• בלאט 185 ביי די הערה 8 שרייבט ער איבער בחור דוד הערש בראך ז”ל וואס איז געווען זייער א חשוב'ער בחור, אלס בחור איז ער געווען אין א”י אויפן וועג צוריק פון מקומות הקדושים אין צפת איז ער ל”ע אומגעקומען. ער איז געפארן מיט א באס און אינמיטן וועג איז אויפגעשטיגן א פרוי און זי האט זיך געזעצט נעבן עם, האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך געטוישט מיט זיין קאזין, באלד דערנאך האט א אראבער ימש”ו פון די בארג אראפגעשאסן אויף די באס און פונקט אויף די פלאץ וואו ער האט זיך געזעצט האט עם געטראפן א קויל רח”ל און ער איז געהרג'ט געווארן.

איינער ווייסט אפשר די נומבער פון דער אטעיסטישער ר' מיילעך בידערמאן?
די מעשה האט מיר דערמאנט וואס ר' מיילעך האט פארציילט נאך א שוידערליכע עקסידענט וואס האט פאסירט אפאר יאר צוריק אין א”י (דאכט זיך מיט די באס 242 צווישן ירושלים און ב"ב) וואס האט געקאסט אפאר נפשות, די עקסידענט איז עפעס געווען אז די באס האט אריינגעשמעטערט אין א טראק און איין גאנצע זייט פון די באס זענען כמעט אלע אוועק אדער שטארק פארוואונדעט געווארן, האט ר' מיילעך פארציילט אז ס'איז געווען א בחור וואס איז געזעצן אויף די באס און נעבן עם האט איינער ארויסגענומען א סמארטפאון (קען זיין ער האט געזען דארט ראיות אסורות, אדער סתם א סמארט פאון) און דער בחור האט געטוישט זייטן פון די באס וועגן דעם, און בזכות דעם איז ער געראטעוועט געווארן, שוין, דעמאלטס האט מען גערעדט צו ס'איז יא אמת צו נישט, אפי' ס'איז אמת, איז וואס? קען נישט זיין מעשיות פארקערט, שוין דא האמיר די מעשה

• בלאט 203 שרייבט ער איין יאר איז געווען אז מ'האט נישט געגעסן קיין פיש ביים רבי'ן פסח האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי עסט נישט קיין פיש פסח, האט עם דער רבי געזאגט “פשוט, ווייל מ'געבט מיר נישט...”, און אין די הערה דארט נומ. 4 שרייבט ער ס'איז געווען א ענליכע מעשה אז מ'פלעגט מען נישט ווארטן אויפן סאטמאר רב ביי קרי”ש נאר דער רבי פלעגט מיטדאווענען מיטן שליח ציבור דאס איז פארשטייט זיך געווען בהסכמתו פונעם רבי'ן, אמאל האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס מ'ווארט נישט אויפן רבי'ן האט דער רבי גענטפערט “מפני שאין ממתינים...”

• בלאט 209 פארציילט ער די באוואוסטע מעשה פון שמח”ת שנת תשי”ב ווען מ'האט אפגעקויפט די נעפ מענשאן זאל אויף 550 בעדפארד (וואו שפעטער האבן געוואוינט דארט דער ברך משה ז”ל און היינט וואוינט דארט אדמו”ר מהרז”ל), אבער אזוי ווי ס'איז נאך געווען געסקעדזשועלט חתונות פארן ווינטער האט עס סאטמאר נאך נישט געקענט געהעריג נוצן האט מען נאר גענוצט דעם דריטן שטאק, מ'איז אזוי געטאנצן ביי די הקפות [אן קיין פארענטשעס...] אז די טשילאר פון די זאל אונטן האט זיך גענומען שטארק שאקלען, דער פארקויפער מר. שייאוויטש איז געקומען צום רבי'ן און זיך געבעטן מ'זאל נישט טאנצן אזוי שטארק, האט עם דער רבי געוואלט בארוהיגן און אנגעהויבן טאנצן מער צו די עק פון זאל ביי די ווענט, אבער ס'האט נישט קיין סאך געהאלפן און די טשילאר האט זיך ווייטער געשאקלט.
איך בין נייגעריג צו מ'וואלט היינט צוגעלאזט עפעס א איד צו א 'הייליגן' רבי'ן שטערן אינמיטן די 'געהויבענע' הקפות וועגן עפעס א טשילאר, כ'רעד שוין נישט אז דער רבי וואלט נישט געגאנגען טאנצן ביים עק זאל, וואו די פיקטשערס קענען נישט אזוי גוט אויסקומען.

• אין בלאט 230 פארציילט ער איבער די באוואוסטע אסיפה פון די אגודה אין די ווינער שול, ווען דער רבי האט זיך צובייזערט אויף הגאון ר' יונתן שטייף זצ”ל ברבים ביי א חוה”מ טיש פסח תשי”ד, שרייבט ער דארט 'עס האט מיר דערציילט אן אייניקל פון הגאון ר' יונתן שטייף ז”ל אז ווען זיין זיידע איז ארויפגעגאנגען מיטן רבי'ן [נאכן טיש] האט זיך דער רבי אנגערופן צום זיידן ר' יונתן מיט א שמייכל “נו האב איך מיך גוט אויפגערעגט?” האט זיין זיידע גענטפערט “ס'איז נאך נישט אזוי ווי דער מנחת אלעזר...”' (פינטלעך במקור)

• בלאט 252 (און אין די הערה 6) שרייבט ער אז נאר צוויי מאל האט ער מיטגעהאלטן ווי דער סאטמאר רב האט ארויסבאגלייט עמיצן ביז צו די קאר, איינמאל ביי הרה”ק ר' מענדעלע סטראפקובער זצ”ל, און איינמאל ווען 'אדמו”ר הרה”צ ר' ברוך ראבינאוויטש ז”ל אבד”ק מונקאטש (אביהם של אדמורי”ם ממונקאטש ודינוב שליט”א)' איז געקומען באזוכן דעם סאטמאר רב בערך אין יאר תשי”ד, און דער סאטמאר רב האט עם אויפגענומען בסבר פנים יפות און מכבד געווען מיט פירות און פארברענגט אינאיינעם א לאנגע צייט.

• אין בלאט 275 ווען ער פארציילט איבער די תורה שרייבן פון הרה"ק מסאטמאר, וואס זיי (ער מיט זיין שותף הרב מאיר ישראל גאלדבערגער ז”ל) האבן קודם אנגעפאנגען אויף די אייגענע האנט וכו', אינמיטן יאר תשט”ו האבן חסידים פון א”י געגעבן פארן סאטמאר רב א גרוס איבער די געדרוקטע תורה, האט דער סאטמאר רב עס אנגעהויבן צו נעמען ערנסט האט מען זיי מחייב געווען (שטייט נישט ווער, לכאו' דער סאטמאר רב אדער די ארומיגע) אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין ד”ת פאר דער רבי קוקט עס איבער, למעשה איז דאך דער סאטמאר רב געווען גוט פארנומען אזוי אז זיי האבן זיך זייער געמוטשעט צו טרעפן פלאץ אריינצוגיין צו עם, איינמאל אין א זונטאג פארן דאווענען האבן זיי זיך אריינגעכאפט צום רבי'ן מיט די תורות און דער רבי האט עס אנגעהויבן דורכצוקוקן, ווען ער האט גענדיגט האט ער געקוקט אויפן זייגער און געזען אז ס'איז געווארן זייער שפעט, האבן מיר געכאפט א געזונטן 'פסק' און ער האט אונז אנגעזאגט אז מער זאלן מיר נישט קומען פארן דאווענען

איינמאל אינמיטן יאר תשי”ז האבן מיר שוין נישט געהאט קיין אנדערן ברירה און ביי של”ס זענען מיר נישט געגאנגען צו אונזער פלאץ ווי מיר פלעגן שטיין [זיי האבן געהאט א מקום קבוע אונטערן רבי'ןס בענקל וואו זיי זענען געשטאנען צו קענען הערן די של”ס תורה] כדי דער רבי זאל דאס באמערקן, דאס האט טאקע געווירקט און זונטאג צווישן מנחה מעריב האט זיי דער רבי צוגערופן און געפרעגט פארוואס ער האט זיי נישט געזען אויף זייער פלאץ ביי של”ס האבן זיי גענטפערט אז אונז קענען מילא נישט ארויסגעבן די ד”ת וויבאלד מ'קען נישט אריינקומען צום רבי'ן עס איבערקוקן, האט מען דעמאלטס געמאכט א זמן קבוע יעדע מיטוואך נאכט – רוב מאל ביז דרייער פירער פארטאגס – האט עס דער רבי איבערגעקוקט, און דעמאלטס האט מען פארשפארט די טיר וכו'

• אין בלאט 279 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב אויף די צוגעגרייטע תורות אויך האט זיך אמאל געמאכט אז דער רבי האט נאכגעברענגט א קשיא פון איינער פון גי ספרים און דער רבי האט זיך בשעת מעשה אויסגעדרוקט אז 'קושיא מעיקרא ליתא' און אזוי האבן זיי עס נאכגעשריבן ווען דער רבי האט דאס געזען האט ער געזאגט “אזוי שרייבט מען אויף א גדול בישראל? זיין קשיא הייבט זיך נישט אן? אמת טאקע אז כ'האב אזוי געזאגט, אבער שרייבן שרייבט מען נישט אזוי".

• אויך שרייבט ער דארט איבער א פייערדיגע תורה פונעם רבי'ן פר' עקב קעגן די ציונים און בתוה”ד האט דער רבי געזאגט 'אויסגעריסן זאלן זיי ווערן' און זיי האבן עס נאכגעשריבן, אבער דער רבי האט עס געהייסן ארויסנעמען.

• אין בלאט 280 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב בזה"ל "נאך א מעשה איז געווען מיט די תורה פון פרשת קורח, וואס דער רבי האט דערמאנט וואס ס'שטייט אין ספרים הק' [אריה”ק] אז לעתיד לבוא וועט קרח זיין כהן גדול, האט דער רבי זיך אנגערופן ביים איבערגיין “ס'שטייט אז ער וועט זיין כהן, אבער וואו שטייט אז ער וועט זיין כהן גדול?” דער רבי האט דעמאלטס אנגעצייכנט אז מיר זאלן עס פארעכטן, מיר האבן עס טאקע פאראכטן און געשריבן אז קרח וועט זיין כהן" און די הערה דארט נומ. 5 שרייבט ער אזוי "דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין יענע תורה וואס ס'איז געשטאנען כהן גדול אנשטאט כהן, און דערפאר האט עס דער רבי דארט מגיה געווען, אבער באמת אויף יענע בלאט שטייט נאכדעם נאך עטליכע מאל דאס ווארט כהן גדול וואס מיר האבן געדארפט מגיה זיין, אבער דער רבי האט אונז נישט געזאגט דערוועגן פארלאזנדיג זיך אז מיר וועלן עס שוין פארעכטן אבער למעשה האבן מיר זיך נישט געכאפט עס צו פארעכטן און ס'איז אזוי געבליבן געדרוקט, אויף אין דברי יואל איז עס אריינגעדרוקט געווארן כהן גדול און נישט כהן"
למעשה היינט ווייסט יא יעדער אז קרח גייט ווערן כהן גדול, און כ'האב שוין אמאל געהערט טאקע בשם דער ר' נפתלי אז די איינציגסטע מקור צו דעם איז די דברי יואל וואס ס'איז א טעות כמבואר לעיל. איך האב אמאל געפרעגט איינעם וואס לערנט די קליינע אותיות יענער האט אבער יא געזאגט אז ס'שטייט אין אריה"ק אז קרח וועט ווערן כה”ג, וצ”ע.

• בלאט 282 שרייבט ער א אינטרעסאנטע זאך איז געשען מוצאי יו”כ תשי”ט ווען דער רבי האט איבערגעקוקט די תורות פון תשי”ז צו זען וואס ער האט שוין געזאגט און ער זאל עס נישט נאכאמל איבער'חזר'ן, און דער רבי האט באמערקט א פאדריסליכע טעות אז עס איז געשטאנען בתוה”ד 'וע”כ השביעו אותו “שישנה” דבר מכל מה שאמרו לו' אנשטאט “שלא” ישנה דבר מכל מה שאמרו לו, ווען דער רבי האט דאס באמערקט האט געהאט דערפון גרויס חלישות הדעת און ער האט זיך שטארק געבייזערט אויף אזא שטארקע טעות, דער ר' נפתלי איז שוין געשטאנען אונטן אין ביהמ”ד ווארטנדיג פאר די סעודה גרייט אפצושרייבן די מוצאי יו”כ תורה ווען ער האט געהערט אז דער רבי איז שטארק ברוגז אויף זיי אבער ער האט נישט געוואוסט פארוואס, אויף צומארגנס האט ער זיך דערוויסט אז דער רבי האט געטראפן דעם שטארקן טעות, אבער ער האט געדענקט אז ער האט גוט געשריבן נאר דער דרוקער האט געמאכט די טעות, האט ער געברענגט צום רבי'ן די כתבים ווייזנדיג אז ס'איז נישט זייער שולד, דער רבי האט זיך טאקע בארוהיגט און מיר האבן מבער געווען יענעם קונטרס און עס מער נישט פארקויפט, עכת”ד
ס'איז א אינטרעסאנטע מעשה, ווייל יעדער חדר-אינגל וואלט גלייך פארשטאנען אז ס'איז א טעות, און וואס איז ער געווארן אזוי אויס מענטש?! כ'האב עפעס א ביאור לענ”ד כ'האב נאר נישט די ריכטיגע ווערטער עס ארויסצוברענגען.

• בלאט 305 פארציילט ער פון זיין שמשות ביים סאטמאר רב אין פלארידע ווינטער תשי”ז שרייבט ער אזוי, ביי של”ס זענען די לעקטערס געווען אנגעצינדן ווייל ער האט נישט געוואוסט אז ער דארף אויסלעשן די לעקטערס נאכן זמן וויבאלד אין ווימסב”ג האט דער שמש אויסגעלאשן די לעקטער, אויך געווענליך פלעגט סאטמער רב נוצן ביים בענטשן של”ס א גלאזערנער כוס צו בענטשן און נאכדעם ביי הבדלה האט מען אויך גענוצט דעם כוס (ער ברענגט דארט אין די הערה אז ער האט געזען אין א ספר אז די טעם פארוואס ס'איז געווען וואס האבן גענוצט א גלאזערנעם בעכער איז וועגן אבילות אויף משה רבינו וואס איז אוועק ביי רעוא דרעוין), אבער דא האט מען פארגעסן מיטצוברענגען דעם גלאזערנעם גלאז האט ער געגעבן די זילבערנער בעכער צו בענטשן. כדי איך זאל נישט פילן שולדיג אין די צוויי זאכן, האט זיך דער רבי אנגערופן ביי הבדלה בדרך צחות, אז יעצט פארשטייט ער פארוואס אינדערהיים נעמט מען א גלאזערנעם כוס און דא א זילבערנעם כוס, ווייל אינדערהיים פארלעשט מען די לעקטער האט מען מורא אז די בעכער וועט פארשווינדן ווערן, אבער דא אז ס'איז געווען ליכטיג ביי של”ס קען מען נוצן דעם זילבערנעם בעכער.​
 
קינות נישואין - פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ס'ידוע דער עלטערער איד וואס האט זיך אפגערעדט אז געדענקען געדענקט ער וואו ער האט חתונה געהאט, ווען ער האט חתונה געהאט, אפילו מיט וועם ער האט חתונה געהאט, אבער פארוואס ער האט חתונה געהאט קען ער זיך נישט דערמאנען...

בינעך נאך טאקע נישט אזא עלטערער איד, און מיין חתונה איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, און כ'געדענק נאך יא פארוואס כ'האב חתונה געהאט, פארוואס טאקע? נישט אזוי אינטרעסאנט, אפאר טעמים, אבער די מעין סיבה איז די זעלבע ווי אדם הראשון, יעדער האט און איך נישט?! אבער רבונא דעלמא כולא, טאטע אין הימל! פארוואס האב איך חתונה געהאט??

וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם, אויסער דארפן באדינען א אידישע טאכטער, און זיכער מאכן אז זי האט גענוג געלט צו קענען גיין שאפינג, אויסער אראפברענגען אפאר קינדער אויף אזא מיזרעבל וועלט, וואס איך אליין האב נאכנישט אויסגעפיגערט פארוואס פונקטליך בינעך דא, און כ'ברענג שוין אראפ נאך אפאר אומשולדיגע נשמות וואס זאלן זיך מוטשען מיט די זעלבע ספיקות, און פארשטייט זיך דארפן זארגן צו האבן געלט פאר זייערע אומגעהויער-הויכע פרייזן פאר שכר לימוד, און פאר זייערע קליידער און זייערע עסן וכו' וכו', וואס האט דאס אלעס אויסגעפעלט?

וואס וואלט מיך געפעלט, ווען איך זיץ מיך ווען יעצט אין א לערן אינסטוטוציע (ישיבה אדער אוניווערזיטעט וכדו') אליין, הארעווענדיג אויף א שטיקל שכל אליין אנע דאגות פון אשה ובנים? אנע עכטע דאגות פון עול הפרנסה, אנע דאגות פון די א.ג. שלום בית (וואטעווער אין די וועלט דאס מיינט), אנע דאגות פון התחייבות און אחריות צו די וואס הענגען זיך אויף מיר, העכסטנס אז מיינע עלטערן וואלטן מיר נישט געשטיצט וואלט איך ביינאכט געארבעט אין א רעסטוראנט/באר און אזוי אויסגעצאלט מיין לעכל בעיסמענט, עסן בין איך מילא נישט קיין גרויסער עסער כ'וואלט געקענט לעבן נאר אויף מיינע נאכט סעודות אינעם באר אדער רעסטוראנט, און שלום על ישראל ועל משיחו, וואט די העלל בין איך דא אריינגעפאלן

איי א גוט שטיקל בשר? נו, שוין, דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע שלוחים, בכל ה' עושה שליחותו...

פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון די עץ הדעת (מאוויס – קאווע שטיבל וכו') פאר מיין אריינבונדן אין דעם קשר של קיימא, אפשר וואלט איך דעמאלטס געהאט די שטארקייט צו אפזאגן די נארישע לעכערליכע צודרייטע בונד וואס איך פארבינד מיך דא לכל ימי חיי עד זיבולא בתרייתא (ווי @רביה"ק זי"ע בשעתו)?? לכאו' וואלט איך מילא נישט געהאט די שטארקייט, אבער אפשר דאך? אפשר דאך? הלואי!

און וואס טו איך יעצט מיט מיינע קינדער, גיי איך זיי אריינלייגן אין די זעלבע לאך ווי מ'האט מיר אריינגעפארסט? הלואי ווען איך קען זאגן 'נאו העלל, קיינמאל גייט דאס נישט געשען', אוי הלואי!​
איז טאקע אזוי ? עס איז נאר מינוסעס און זערא ריוח , פארוואס זאלסטו נישט מחבר זיין א פיוט אויף די העכערע פאל פון דעם אויסלייג פון די דיפיקאולטיס , אויס צו הייבען די ווירטשוס פון די פאמיליע, און קירבות פון די אשת נעורים, מיט די תענוגי הפיוסים, וואס קומט מיט .
 
משא"כ פרויען וואס די רגע זיי גייען ארויס פון דערהייים, אפילו נאר צו אפדראפן די גארבידזש (וואס זיי טוען טאקע כמעט נישט - טאקע פאר די סיבה...), קלעפן זיי ארויף זייער פלעסטיק שמייכל אויף זייער פנים, און זיי קוקן אויס אינגאנצן פענסי שמענסי, כאילו די גאנצע וועלט שמייכלט צו זיי. אפגערעדט ווען זיי גייען שאפינג אדער צו די ארבעט וכדו'. און אפילו זיי האבן יא א גוטע חבר'טע וואס זיי וועלן זיך אמת'דיג אויסרעדן צו איר (וואס איז זעלטן), אויב וועלן זיי האבן די מינדערסטע חשד אז איינער קוקט אויף איר, וועט זי גלייך צוריקלעפן די פאלשע שמייכל.
אשר על כן וועלן זיי אייביג אויסגעבן זייער פארביטערטקייט און אנגעביסנקייט אינדערהיים אויף דער קרבן תמיד - זייערע מענער. משא"כ מענער וואס זיי לעבן מער א נאטורליכע לעבן, מוז נישט זייער פארביטערטקייט און אנגעביסנקייט ארויסקומען דוקא אינדערהיים (כאטשיג ס'קען פונקט אזוי יא ארויסקומען אינדערהיים).
טאקע פארדעם פריי איך מיר יעדע מאל ווען זאכן זענען אנגעצויגן אינדערהיים ווען איר פרענד קאלט אריין, די מאד טשעינדזש איז מורא'דיג.
 
איך האב אנגעהויבן פון אנהייב, סא יעצט זעה איך דאס:
(כאטשיג איך האלט מיך נישט גרויס מיט די ארטיקלען, און א חלק אפשר שעם איך זיך. אבער ס'איז מיר פארט אינטרעסאנט צו פאראייביגן).
סא דארפסט מיר נישט ענטפערן אויף דעם:
זאכן האבן זיך שוין געזעצט?
 
נישט קיין וואונדער היימישע אינגעלייט האבן באוויינט טשארלי קירק. זיין ווייב איז די פאנטרעגער פון די אידישע שידוכים סיסטעם...
View: https://x.com/i/status/1996290553089020045
ווען אונזער שידוכים סיטעם זאל אויסקוקן אזויווי דאס וואלטן מיר גאנץ גוט געשטאנען, עס האלט נאך ליידער ווייט דערפון
 
טאקע פארדעם פריי איך מיר יעדע מאל ווען זאכן זענען אנגעצויגן אינדערהיים ווען איר פרענד קאלט אריין, די מאד טשעינדזש איז מורא'דיג.
מיין טעראפיסט האט מיר געפרעגט עפעס וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן און מיין קאמיוניקאציע.

ווען דיין ווייב איז אין א שלעכטער מאד איז עס דיין פראבלעם?
דו ביסט אחראי אז זי זאל פראצעסירן איר עמאושענס און זיין פרייליך?

האט אבאוט דו קענסט ראוגערהייט זיצן און הנאה האבן און זי לאזן דורכגיין וואס זי גייט אריבער אהן פראבירן צו פיקסן.

ווען זי איז פארנעפלט און דו שפירסט זיך נישט גילטי און אחראי עס צו טוישן, וועסטו זי געבן דעם רעכט צו עקספרעסאן עמאושענס און דאן וועט זי שפירן בעסער.

ווען אונז וואלטן געוויסט ווי סאך ס'גייט זיך טוישן מיטן זאגן פארן ווייב מיט ליבשאפט "כ'שפיר דיין פּיין, דו מעגסט שפירן פרוסטרירט, שפיר אזוי ווי לאנג דו דארפסט! איך בין דא מיט דיר, אויב ס'דא עפעס וואס קען דיר פארגרינגערן דיין פּיין לאז מיר וויסן" (האב נישט מורא אנצוטראגן 'אפשר א האג?')

ווי נאר זי האט די רעכט צו שפירן וואס זי שפירט, איז איר טענשאן גרינגער, זי שפירט נישט ווי א רשענטע פארן דורכגיין הארמאנען, זי זעהט האסט (זיך און) איר ליב אזוי אויך. האסט זיך און איר אינווייטעד צו שלוה, שלום מיטן מצב און געפיהל.
 
Back
Top