אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

אורח הכבוד

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 13, 2024
מעסעדזשעס
28
רעאקציע ראטע
79
איך הער אסאך מאל גאר אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים פון מענטשן וואס האבן דאס אליינס מיטגעלעבט, איך קען שטעלן הונדערטער אבער אין כאן המקום להאריך..
איך פארשטיי אז די ערשטע זאך וועט מען ענטפערן אז דעי מענטשן וואס דערציילן טרייבן איבער, איך רעד אבער פון מעשיות פון כלי ראשון וויאזוי צדיקים האבן געזאגט אפענע זאכן פאראויס און ממש אזוי האט פאסירט, און עס האט פאסירט זאכן וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע,

למשל פונעם ריבניצער אדער פון ר׳ ישעי׳לע און נאך אסאך וויאזוי אן א שיעור מענטשן דערציילן ווי זיי האבן געזאגט זאכן אפען און מ׳האט טאקע געזען אזוי ממש חוץ לדרך הטבע,
איך רעד פון מענטשן וואס זעהן אויס זייער אמתדיג און אפילו זיי טרייבן איבער בלייבט נאך אלס די מעשה גאר אינטערעסאנט

ווער רעדט נאך פון די טויזנטער מעשיות פון פריעדיגע צדיקים פון 100-200 יאר צוריק.

האבן טויזנטער מענטשן אויפגעמאכט מעשיות?? איך רעד נישט פון מופתים וואס זענען געלונגען איך רעד פון מעשיות וואס האבן ממש נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נעכטן האב איך געזען פון באבא סאלי וויאזוי מענטשן דערציילן אפענע זאכן וכו׳

דאס גיבט לכאורה א שטארקע אמונה אז אונזער אידישקייט כהיום איז דאס וואס דער באשעפער וויל, הגם מ׳זעהט אין חז"ל און ווער רעדט נאך פון תנ"ך גאר אן אנדערע אידישקייט...
לכאורה אבער איז שווער פארוואס זעהט מען נישט אין די ראשונים אזעלכע מעשיות, פארקערט דער רמב"ם און נאך מאכן אוועק די אלע זאכן
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס

בקיצור איך בין זייער צומישט אויף דעם נושא.

דא וועל איך לייגן א דוגמא וויאזוי איינער דערציילט א מעשה פון באבא סאלי וואס האט בשום אופן נישט א תירץ בדרך הטבע
אדרבה אויב איינער קען שטעלן נאך אנדערע מופתים פון אנדערע כלי ראשון וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצושמועסן.

View: https://youtu.be/sDCDCPvDWGE?si=LL-qgz_G1MEes5Jt
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אויסגעהערט די ערשטע מעשה, ער רעדט פון עפעס א ווידיא וואס מ'זעהט די נס געשעהן. איינער קען עס ברענגען? (הינט: קיינער, אדער ווייזט עס נישט וואס ער זאגט)
 
די צווייטע און דריטע מעשה קענסטו טרעפן ווידיאס אויף יוטוב ווי מענטשן זעהן יעזוס איבעראל, איך זעה גראדע אין יענע פיקטשערס יאשיהו פינטו, פרעג מיך אפ
די פערטע מעשה איז נישט חוץ לדרך הטבע
די פיפטע מעשה איז נישט חוץ לדרך הטבע חוץ די קפיצת הדרך וואס איז מסתם שקר
די זעקסטע מעשה איז נישט חוץ לדרך הטבע
 
איך האב בעיקר געמיינט די ערשטע מעשה די אנדערע דארט איז טאקע שטיות.
עס איז דא אסאך אנדערע ווידעאס פון באבא סאלי מופתים

נניח אז עס איז דא ביי די קריסטן להבדיל אויך, ווייזט עס נישט כאטש אז עס איז דא עפעס א העכערע כח?
 
איך האב בעיקר געמיינט די ערשטע מעשה די אנדערע דארט איז טאקע שטיות.
עס איז דא אסאך אנדערע ווידעאס פון באבא סאלי מופתים
פארוואס טראכטסטו אז די ערשטע מעשה איז אמת? זאל ער ברענגען די ווידיא וואס ער רעדט ווי באבע סאלי גיסט פון איין באטל סאך מער וויפיל עס קען אריינגיין
 
איך רעד פון די בילדער כאפן
בכלל מיין איך נישט דווקא דעי ווידעא אדער באבא סאלי
איך רעד בכלליות
 
אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
 
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס
׳חיזוק׳ גיבט עס מן הסתם יא צו.. ׳אמונה׳ איז עפעס וואס קומט מעומק הנפש/נשמה און איז נישט געבינדן צו לאגיק, סברות וכדו׳.
[אזוי ״גלייב״ איך 😉😄]
 
איך רעד פון די בילדער כאפן
בכלל מיין איך נישט דווקא דעי ווידעא אדער באבא סאלי
איך רעד בכלליות
און ווער זאגט אז די מעשה איז אמת? איז דא נאך באווייזן חוץ א מענטש וואס פארציילט עס?

בכלל, פון די הונדערטער/טויזענטער/מיליאנען מופתים, פארוואס איז נישטא קיין איינס וואס האט קלארע באווייזן וואס מ'קען עס נישט אפפרעגן?
 
אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
דו קענסט געבן א פונקטליכע דעסקריפשאן פון וואס דו זעהסט אויף זיין פנים וואס מ'קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש?
 
אויף וועלכן צדיק האסטו געזען כולו הייליגקייט? קום אריין קלאר…
 
אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
ס׳דא רבי׳ס וואס מ׳האט געכאפט מיט זונות אבער ביז ס׳איז ארויסגעקומען צו גאס האבן זיך אסאך איינגערעדט אז מ׳זעהט אויף זייער פנים די הייליגקייט, אלא מאי אלעס איז אין די קאפ.
 
דו קענסט געבן א פונקטליכע דעסקריפשאן פון וואס דו זעהסט אויף זיין פנים וואס מ'קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש?
קוק אין שול, דו קענסט זעהן אפילו ווער עס האט א סמארפאון וואס איז די הסבר?
 
דערמאנט מיך פון אלץ בחור אין קווינס (אוי גילוי 🫣🤫) האביך געשמועסט מיט א חבר און ער האט ארויסגעברענגט התפעלות פונעם רבינ׳ס הייליגע צורה.. האביך אים געפרעגט אויב לו יצוייר אז מארגן וואקט ער אריין אינגאנצן אפגעגאלט (די בארד עספעשעלי) צו ער וואלט נאכאלץ געהאלטן פונעם די זעלבע…
 
ברענג מיר א גוי מיט א בארד וואס האט א צורה פון עני צדיק
 
קוק אין שול, דו קענסט זעהן אפילו ווער עס האט א סמארפאון וואס איז די הסבר?
דעיס וואלטיך איינגעזעצט פשוט פסיכאלאגיש, גארנישט מיט קדושה.. ס׳איז די טיפ וואס פייפט אויף די וועלט וכדומה..
 
Back
Top