Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס גייט פאר מיט ר' דוב?
טאם מעקדאנעלד האט א לויטערע פניםאגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
שמעתי אז די הינט אין עירפארט שמעקן אויך אזויאפי' א בעל חי קען עס וואו די מעשה פונעם קלוגן האנס
בקיצור איינער וואס האט געהאט א פערד און געהאלטן אז אויך בעלי חיים קענען קענען חשבון און אנדערע חכמות פלעגט פרעגן חשבונות און די פערד פלעגט ענטפערן מיט קלאפן די צאל וואו די תירוץ און האט אייביג געוואוסט צב"ש מהאט אים געפרעגט וויפיל איז 9+5 האט ער געקלאפט 14 מאל
און 13 פארשער וואס האבן עס געפארשט האבן געהאלטן אז דער פערד קען טאקע, למעשה האט איין פארשער געכאפט אז די פערד קלאפט ביז ער זעהט אויפן פנים פון דעם וואס פרעגט אז ער האט געקלאפט וויפיל ער דארף און דער פרעגער האט ניטאמאל געכאפט אז זיין שפת הגוף גיט ארויס די ענטפער פארן פערד
פאר מער Clever Hans - Wikipedia
לאמיר דיר מסבירן, יא די אלע וואס פארציילן זייערע מופתים וואס האט מיט זיי זעלבסט פאסירט, זענען בעלי דמיון, און איבער טרייבער מיט זייער היסטאריע. א יעדעס פאל האט אַ צווייטער אדזשענדע וואס ער וויל שטיפן מיט זיין דמיון וואס עווענטועל ווערט עס אויך א טיפער ביליעף.איך פארשטיי אז די ערשטע זאך וועט מען ענטפערן אז דעי מענטשן וואס דערציילן טרייבן איבער, איך רעד אבער פון מעשיות פון כלי ראשון וויאזוי צדיקים האבן געזאגט אפענע זאכן פאראויס און ממש אזוי האט פאסירט, און עס האט פאסירט זאכן וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע,
אז דו קוק'סט אין די נישט ריכטיגע דירעקשאן זעהסטו נישט, די וואס ווייסן ווי צו קוקן זעהן נאך ביג טייםפארוואס טאקע זעט מען שוין נישט קיין אפענע מופתים היינטיגע צייטען?
קוק ווי, קוקן וויאזוי, עס איז יא אדער נישט. איך דארף האבן א מיקראסקאוף צו זעהן ?אז דו קוק'סט אין די נישט ריכטיגע דירעקשאן זעהסטו נישט, די וואס ווייסן ווי צו קוקן זעהן נאך ביג טיים
וועלכע רבי?איך האב געהערט א מעשה פון די בעל המעשה אליין אז ער פלעגט אריין פארן מיט די טרעין צו מאנהעטן און מפלעגט דארט פארקויפן די נ"י טיימס ער אלס חסידישע איד פלעגט קיינמאל נישט קויפן, א טאג נאך 911 האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און געקלערט אז נאר היינט וועט ער קויפן, א קיצור יענעם טאג איז ער אריין צו זיין רבי אנפרעגנדיג איבער א דיעל זייענדיג מסופק צו ער זאל עס טוהן, זאגט די רבי אזוי בין הדברים דאס איז נישט ווי איינער קויפט א טיימס צייטונג און ליינט עס אפ און ווארפט עס אוועק און גייט ווייטער, דאס דארף מען טוהן מיט א ישוב הדעת, ע"כ בערך דער איז ארויס פון דארט בפחי נפש...
אז איך וועל זאגן וועלכע רבי, וועסטו זאגן, אה ער, מסתמא האט ער אויך געליינט די טיימס יענע טאג...
איך וואלט מן הסתם אויך אזוי געענטפערט. בין איך א בעל מופת דערפאר ?איך האב געהערט א מעשה פון די בעל המעשה אליין אז ער פלעגט אריין פארן מיט די טרעין צו מאנהעטן און מפלעגט דארט פארקויפן די נ"י טיימס ער אלס חסידישע איד פלעגט קיינמאל נישט קויפן, א טאג נאך 911 האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און געקלערט אז נאר היינט וועט ער קויפן, א קיצור יענעם טאג איז ער אריין צו זיין רבי אנפרעגנדיג איבער א דיעל זייענדיג מסופק צו ער זאל עס טוהן, זאגט די רבי אזוי בין הדברים דאס איז נישט ווי איינער קויפט א טיימס צייטונג און ליינט עס אפ און ווארפט עס אוועק און גייט ווייטער, דאס דארף מען טוהן מיט א ישוב הדעת, ע"כ בערך דער איז ארויס פון דארט בפחי נפש...
נייןאז איך וועל זאגן וועלכע רבי, וועסטו זאגן, אה ער, מסתמא האט ער אויך געליינט די טיימס יענע טאג...
זייט דו כלים טמאים זענען אויף געקומען הערט מען נישט קיין אפענע מופתים קען זיין ווייל דער סמ איז שטארק אדער קען מען זאגען פשוט פשט ווייל דער עולם האט שוין אויך מער אפנע אויגעןפארוואס טאקע זעט מען שוין נישט קיין אפענע מופתים היינטיגע צייטען?