אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

ער שרייבט ער האט גערעדט צום מלמד ישראל פאלאטשעק (פאטער פון ר משה אלי' פון וויליאמסבורג) און ער האט פארציילט אז דאס קינד האט געקענט
און די טאטע האט אים געזאגט אז עס איז חלומות
איך ווייס דאך אבער נישט די דעטאלן וואס די מלמד האט פונקטליך געהערט פון דעם קינד. אויב דאס קינד האט געזאגט חומש וואס די רבי האט נאכנישט פארגעלערנט איז דאס בסך הכל א מערקווידיגע זאך, אבער נישט ווי די קינד וואלט געזאגט בלעטער פון ספרים וואס ער האט נאך קיימאל נישט געזעהן.
 
ער שרייבט: ענה המלמד וכו הוא קורא בע"פ כמו מים דפים שלמים של תרגום יהונתן ושל ספר הזהר וספרי מוהר"ן מברסלב ואף קטעים מדברי תורתו של האדמור מסאטמאר שליט"א
 
ער שרייבט: ענה המלמד וכו הוא קורא בע"פ כמו מים דפים שלמים של תרגום יהונתן ושל ספר הזהר וספרי מוהר"ן מברסלב ואף קטעים מדברי תורתו של האדמור מסאטמאר שליט"א
מיר האבן א צייטונג שרייבער בשם א מלמד (עד אחד), וואס מ'קען מטיל ספק זיין אויב איינע פון די צוויי האט נישט אויפגעבלאזן די מעשה. און אפילו אויב נישט פעלט דא גאר אסאך אינפארמאציע. האט ער געקענט די אלע זאכן זעהן ערגעץ? די ספרים זענען בנמצא און א קינד מיט א פאטאגראפישע מוח קען מעגליך געדענקען דפים אויסענווייניג (איך פארשטיי אז דאס איז א חידוש, אבער נישט קיין נס). האט ער געקענט זאגן ספרים וואס ער האט קיינמאל געהאט א מעגליכקייט צו זעהן?

עס איז קיינמאל געווען אז איינער מיט קריטיקעל טינקינג זאל פרובירן אויסצופיגורן וואס גייט פאר, די מלמד זאגט אז דאס איז נישט קיין חידוש ווייל ער איז אן אייניקל פון רעק"א, טא וואס זאל ער זיך מער דעגרינטעווען? (אויב עס איז אמת וואס ער זאגט). פרעמדע מענטשן האט מען נישט צוגעלאזט צום קינד ווייל בעלזא רב לאזט נישט (סאונדס סוספישעס?), איז מיט וואס בלייב מיר? מיט אן עדות איש מפי איש פונעם מלמד?
 
קען איינער אפשר אויסקלארען די מעשה מיטן קינד וואס האט געקענט כל התורה כולה ביים בעלזא רב?
איך האב עס געהערט פון א כלי ראשון, אז די קינד (ער הייסט מאנדעל) ווען מען האט אנגעהויבען א פסוק תנך האט ער געקענט צוענדיגן די פסוק, אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.
די מר. אדער הרב מאנדעל געדענקט נישט די מעשה, אבער כמעט קיינער געדענקט נישט קיין זאכען פון די אזוי יונג.
ווייטער מיטן פליק זאגט דעם כלי ראשון, אז ס׳לא היה ולא נברא, דער בעלזאר רב האט זיך איינגעשפארט מיט דעם אינגעל אפאר מינוט און נאכדעם האט ער מער נישט גענדיגט די פסוקים.

יעצט איז עס א נס? מען קען זאגן אז ער איז געווען א ג׳יניעס אזווי ר׳ עובדיה יוסף וואס האט געדענקט צורת הדף. איי וויאזוי האט ער אויפגעהערט צי געדענקן די פסוקים נאכן זיך איינשפארן מיטן צאָדיק, ער האט עים גוט אפגעשראקען צי וואס.
אדער קען מען זאגן אז יא ס׳איז א נס.
ס׳ווענד זיך צי מען וויל זעהן ניסים צי נישט, אזויווי מען רעדט שוין ארום אין דיזע אשכול, אז מען איז ערשט מחליט וואס די הלכה זאל זיין און הערשט דערנאך זיכט מען א מקור.
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערסאנט ווען ער שפארט זיך נישט איין מיט איהם וואלט ער דאך געקענט גיין אויף לייוו טעלעוויזיע און איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר יעדעם אז ס'איז דא א גאט!

דאס אז ס'דא כופרים היינט איז אלעס צו פארדאנקען בעלזער רבי! וואספארא שאנדע.😀
 
נעה! די אלע אפיקורסים ווילן זיך נאכגעבן די תאוות און וועגן דעם ווילן זיי נישט גלייבן, ס'וואלט זיי גארנישט געהאלפן.
 
נעה! די אלע אפיקורסים ווילן זיך נאכגעבן די תאוות און וועגן דעם ווילן זיי נישט גלייבן, ס'וואלט זיי גארנישט געהאלפן.
אדער קען זיין אז די רבי האט געהאט אן עליית נשמה און מ'האט איהם געזאגט אויבן אין הימל אז כדי ס'זאל נישט זיין נהמא דכיסופא און זאל נאך זיין אזא זאך ווי א נסיון מוז ער שוין געבן א גוטן פליק אויפן נאניע פונעם קינד. האט ער זיך אויסגע'טענ'עט אז אויב אזוי וואס איז בכלל געווען די סיבה פונעם קינד געבוירן ווערן אזוי לכתחילה? האט מען אים געענפערט אז נאך די מלחמה האבן אזויפיל פרויען געהאט קינדער כדי צו האבן אן נצחון אין היטלער, איז געווען אזא געדרענג פון קינדער וואס ווארטן אראפצולייגן, אז דער מלאך וואס געט דעם פליק איז פשוט געווען איבערגעארבעט און פארזעהן דעם קינד. א פשוט'ע טעות...

כך קיבלתי איש מפי אתון...
 
ענליכע זאכן זענען רעקארדירט אין די היסטאריע, אין די צייטן פונעם רשב"א איז געווען אזוינס און ער איז נישט געווען קיין גרויסער חסיד דערפון, ער מוטשעט זיך צו פארשטיין די ערשיינונג אבער צו קדושה האט דאס נישט קיין שייכות לויט אים (און דערפאר נישט קיין ראיה צו גארנישט)
 
היינט צוטאגס איז דא וועריפייד אינצידענטן וואס פאסירן צומאל אז קינדער ווערן געבוירן מיט א זכרון פונעם פריערדיגן גלגול, געדענקען זאכן - און שפראכן! - אין א גאר יונגער עיזש וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט און קיינער ארום זיי קען נישט. (מען רעדט נישט פון אפטע פאסירונגען, נאר געציילטע אינצידענטן וואס פאסירן במשך לאנגע יארן און זענען פעסטגעשטעלט געווארן. דאס האט נישט מיט אמונה / כפירה אין רעליגיע, היינט מיט די מאדערנע מעגליכקייטן מחיה מתים צו זיין, איז דא מעשיות פון צענדליגער טויזנטער מענטשן - רעליגיעזע אדער סעקולערע - וואס האבן עקספיריענסד א נ.ד.ע. וואס צייגט אויף השארת הנפש (אמווייניגסטנס א קליינע וויילע נאכן זיין טויט), און עס איז דערפאר זייער לייכט אנצונעמען אז א נפש קען מגולגל ווערן אין א מענטש צומאל).

עס איז דערפאר נישט אויסגעשלאסן אז דאס איז די ערקלערונג צו דעם סיפור, אז דאס קינד איז געבוירן מיט א נשמה פון א גרויסער גאון וואס האט געקענט די תורה בעל פה אינעם פריערדיגן גלגול.

לויט די פארשער וואס האבן געטון דערין, פאסירן אזאלכע אינצידענטן מער מיט נשמות פון מענטשן וואס זענען ווייאלענטלי אומגעברענגט געווארן, ממילא שטייענדיג נאכן צווייטן וועלט קריג ווען צווישן די 6 מיליאן אידן איז זיכער געווען עטליכע טויזנט וואס פיטן די דעסקריפציע (לעבעדיגע ספרים שענק וואס זענען ברוטאל ערמארדעט געווארן) זענען די שאנסן נישט צו נידריג אז איין אזא נשמה איז מגולגל געווארן אין דעם קינד.
 
ממילא שטייענדיג נאכן צווייטן וועלט קריג ווען צווישן די 6 מיליאן אידן איז זיכער געווען עטליכע טויזנט וואס פיטן די דעסקריפציע (לעבעדיגע ספרים שענק וואס זענען ברוטאל ערמארדעט געווארן) זענען די שאנסן נישט צו נידריג אז איין אזא נשמה איז מגולגל געווארן אין דעם קינד.
סוי אפשר גייט א קליין יונגעל דרייסיג יאר ארום אנהייבן רעדן ווי נחום ראזענבערג ווייל ער גייט זיין נחום׳ס גולגל??
הער אויס זייער קלאר, רוב מעשוית זענען כמעט אזוי אמת ווי די סקווירא פיש וואס האט גערעדט, איך ווייס נישט פארוואס אלע משוגענע מעשוית געשעהן צו אזעלכע פלעצער וואס האבן אסאך פארמאכטע מענטשן אדער די מעשה פראוו פונקט א פוינט וואס יענע פלאץ טרייט צו שטיפן און האבן א אַדשענדאַ
 
יעצט איז עס א נס? מען קען זאגן אז ער איז געווען א ג׳יניעס אזווי ר׳ עובדיה יוסף וואס האט געדענקט צורת הדף. איי וויאזוי האט ער אויפגעהערט צי געדענקן די פסוקים נאכן זיך איינשפארן מיטן צאָדיק, ער האט עים גוט אפגעשראקען צי וואס.
די קושיא איז מער, אז דער מענטש איז היינטיגע צייטן ממש אן אדם פשוט, וואס קען נישט לערנען מער ווי אן עוורידזש אינגערמאן.
 
וואס איז מיט איינער וואס קען זאגן זאכן וואס אפילו דער מענטש אליינס ווייסט נישט? למשל היסטאריע פון משפחה אדער געוויסע עתידות. איך האב נישט דורכגעליינט ממש יעדע תגובה אין דעם אשכול ממילא טאמער רעד מען שוין דערפון ביטע צוצייכענען.
 
סוי אפשר גייט א קליין יונגעל דרייסיג יאר ארום אנהייבן רעדן ווי נחום ראזענבערג ווייל ער גייט זיין נחום׳ס גולגל??
הער אויס זייער קלאר, רוב מעשוית זענען כמעט אזוי אמת ווי די סקווירא פיש וואס האט גערעדט, איך ווייס נישט פארוואס אלע משוגענע מעשוית געשעהן צו אזעלכע פלעצער וואס האבן אסאך פארמאכטע מענטשן אדער די מעשה פראוו פונקט א פוינט וואס יענע פלאץ טרייט צו שטיפן און האבן א אַדשענדאַ
אדער, ווי כ'געדענק מיט יארן צוריק האט מען פאנטאזירט אז קראנקע קינדער וועלכע זענען געבוירן אזוי, כ'געדענק שוין פינקטלעך פון וואספארא מיני קרענק אבער כ'מיין די מדובר איז געווען מיט דאון סינדראמס, אז זיי קענען פאראויס זאגן זאכן וואס ס'ווערט איבערצייגט פאר אמת, און מענטשן האבן זיך ארום געדרייט פיל מיט אזעלכע מעשיות, האב איך געטענהט מיט איינעם דערוועגן ער זאל ווייזן כאטשיג איין אזא קינד מיט א מעשה וואס ער האט געזאגט פון פאראויס האט ער פארשטייצעך נישט געהאט אבּער פטור בּלא כלום אי אפשר האט ער מיר געזאגט אז דא אין ניו יארק איז טאקע נישטא אבער אין מאנטענע צו איינער פון די ווייטע שטעט איז יא פארהאן.
הדא הוא דכתיב הרוצה לשקר ירחיק עדותו
 
אפי' א בעל חי קען עס וואו די מעשה פונעם קלוגן האנס
בקיצור איינער וואס האט געהאט א פערד און געהאלטן אז אויך בעלי חיים קענען קענען חשבון און אנדערע חכמות פלעגט פרעגן חשבונות און די פערד פלעגט ענטפערן מיט קלאפן די צאל וואו די תירוץ און האט אייביג געוואוסט צב"ש מהאט אים געפרעגט וויפיל איז 9+5 האט ער געקלאפט 14 מאל
און 13 פארשער וואס האבן עס געפארשט האבן געהאלטן אז דער פערד קען טאקע, למעשה האט איין פארשער געכאפט אז די פערד קלאפט ביז ער זעהט אויפן פנים פון דעם וואס פרעגט אז ער האט געקלאפט וויפיל ער דארף און דער פרעגער האט ניטאמאל געכאפט אז זיין שפת הגוף גיט ארויס די ענטפער פארן פערד
פאר מער Clever Hans - Wikipedia
רוב מאהל
ער שרייבט: ענה המלמד וכו הוא קורא בע"פ כמו מים דפים שלמים של תרגום יהונתן ושל ספר הזהר וספרי מוהר"ן מברסלב ואף קטעים מדברי תורתו של האדמור מסאטמאר שליט"א
נאר איין קשיא אויב לערענט מיט א עובר כל התורה מיינט עס אפי תורה וואס איז נאך נישט נתגלה געווארען ווייל אויבען איז נישט דא מושג פין זמן פארוואס האט ער נישט נאך געזאגט תורה פין למשל רב חיים דוד כ״ץ???? האט ער גערעדט פין אריזאנע ווייץ?
 
אדער, ווי כ'געדענק מיט יארן צוריק האט מען פאנטאזירט אז קראנקע קינדער וועלכע זענען געבוירן אזוי, כ'געדענק שוין פינקטלעך פון וואספארא מיני קרענק אבער כ'מיין די מדובר איז געווען מיט דאון סינדראמס, אז זיי קענען פאראויס זאגן זאכן וואס ס'ווערט איבערצייגט פאר אמת, און מענטשן האבן זיך ארום געדרייט פיל מיט אזעלכע מעשיות, האב איך געטענהט מיט איינעם דערוועגן ער זאל ווייזן כאטשיג איין אזא קינד מיט א מעשה וואס ער האט געזאגט פון פאראויס האט ער פארשטייצעך נישט געהאט אבּער פטור בּלא כלום אי אפשר האט ער מיר געזאגט אז דא אין ניו יארק איז טאקע נישטא אבער אין מאנטענע צו איינער פון די ווייטע שטעט איז יא פארהאן.
הדא הוא דכתיב הרוצה לשקר ירחיק עדותו
אין ארץ ישראל געדענק איך קומט ארויס א גאנצע גליון מיט די פערל ווערטער פון די אויטיסטן. איינע פון זייערע גרעסטע מערכות זענען אז די אידן פון חו"ל מוזן קומען וואוינען אין א"י, אז נישט וועט די קומענדיגע פסח/פורים/ר"ה וכו' געשען עפעס געפערליך....
 
1740754271653.png
 
דער שמועס דא דערמאנט דער מופת פון ר' חיים, ביי די שבע ברכות פון זיין זון דער בריסקער רב האט ער געמאכט א וועט מיט די אנוועזענדע אז מען קען אויסלייגן 4 מטבעות אויף די 4 עקן פונעם טיש, און ער וועט זאגן איין ווארט און אלעס וועט זיך צוזאמען קומען אינמיטן פונעם טיש.

מען האט טאקע אזוי געטון, און ר' חיים רופט זיך אן איין ווארט: "וועלוול"? דער חתן האט פארשטאנען אויפן ווינק, און זיך אויפגעשטעלט, צוזאמען גענומען אלע מטבעות און געלייגט אינמיטן...
האסט פארפעלט די עיקר פון די מעשה.

ר' חיים האט דאס געמאכט מיט א קבצן וואס מ'האט נישט געקענט ארויסשלעפן פונעם א גרייצער. נאך די "קונץ" האט דיר גביר געברויזט הלמאי ר"ח האט אים אויסגע'נער'ט, ס'איז דאך בכלל נישט געווען א קונץ? האט ר"ח געענטפערט: ארויסשלעפן א הונדערטער פון אייך איז שוין איין מאל א קונץ!
 
היינט צוטאגס איז דא וועריפייד אינצידענטן וואס פאסירן צומאל אז קינדער ווערן געבוירן מיט א זכרון פונעם פריערדיגן גלגול, געדענקען זאכן - און שפראכן! - אין א גאר יונגער עיזש וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט און קיינער ארום זיי קען נישט. (מען רעדט נישט פון אפטע פאסירונגען, נאר געציילטע אינצידענטן וואס פאסירן במשך לאנגע יארן און זענען פעסטגעשטעלט געווארן. דאס האט נישט מיט אמונה / כפירה אין רעליגיע, היינט מיט די מאדערנע מעגליכקייטן מחיה מתים צו זיין, איז דא מעשיות פון צענדליגער טויזנטער מענטשן - רעליגיעזע אדער סעקולערע - וואס האבן עקספיריענסד א נ.ד.ע. וואס צייגט אויף השארת הנפש (אמווייניגסטנס א קליינע וויילע נאכן זיין טויט), און עס איז דערפאר זייער לייכט אנצונעמען אז א נפש קען מגולגל ווערן אין א מענטש צומאל).
איך זיך נאך איין משעה וואס איז וועריפייד אז די מענטש האט געוואוסט זאכן וואס איז אוממעגליך צו האבן געוואוסט

וואס איז מיט איינער וואס קען זאגן זאכן וואס אפילו דער מענטש אליינס ווייסט נישט? למשל היסטאריע פון משפחה אדער געוויסע עתידות. איך האב נישט דורכגעליינט ממש יעדע תגובה אין דעם אשכול ממילא טאמער רעד מען שוין דערפון ביטע צוצייכענען.
כנ"ל איך זוך נאך אזא מעשה
 
איך זיך נאך איין משעה וואס איז וועריפייד אז די מענטש האט געוואוסט זאכן וואס איז אוממעגליך צו האבן געוואוסט

כנ"ל איך זוך נאך אזא מעשה
איך ווייס פון א משפחה (איך האב געהערט די נאמען אויך) וואס איז געזעצן שבעה נאך זייער פאטער און איינער האט זיי געזאגט עפעס אויף דעם נפטר פון פופציג יאר פריער וואס זיי אליינס האבן נישט געוואוסט. זיי האבן עס נאכגעפארשט און ער איז געווען גערעכט. דער זעלביגער האט אמאל געזאגט פאר איינעם (איך קען די נאמען) ווי ער זעהט עפעס א פארלוירענער חפץ זיינער. און נאך אזעלעכע זאכן.
 
Back
Top