אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

און וויאזוי ביסטו מסביר דעי העכערע פילינג נאכן לערנען א בלאט גמרא וואס קיין שום אנדערע תענוג אדער חכמה קען ברענגען דעי גוטע העכערע געפיל?
מיין טערעפיסט האט מיר געזאגט, ער האט איינמאל געהאט א קלייענט וואס איז געקומען צי אים אז ער האט א פראבלעים.
אז ציפרי ווען ער ענדיגט לערנען, אין ער גייט דאווענען פילט ער ווי ער זיין פנים קוקט אויס אנדערש/העכער, אין ממש ער שעמט זיך צי דרייען צווישן מענטשן נאכן לערנען...

פיין.... די טערעפיסט האט אים געטרייט מסביר צי זיין ער זאל אראפ קריכן פון בוים, קיינער קוקט נישט אויף אים, יעדער איז ביזי מיט זיין אייגן פעקל,

But i guess there is something to it
 
פונקט ווי א קאפל הייבט אמאל אהן אויסקוקן ענדליך נאך אפאר יאר צוזאמען,
1739480471461.gif
 
@איש מבקש כ'האב אמאל געהערט וועגן א שטודיע איבער דעם,
די געדאנק איז לכאו' מירערינג (אפשפיגלן), מ'הייבט אמאל מיט די צייט אהן מאכן ענדליכע עקספרעשאן'ס (אויפן פנים) ווי דעם מענטש וואס מ'האט ליב און מ'איז מחשיב, סאו מ'הייבט אהן אביסל אויסזעהן איינער ווי דעם צווייטן.
 
איך בין מורא'דיג נתפעל פון דיר! פון איין זייט ביסטו מלא הארץ און רגש, אבער פון די אנדערע זייט לאזטו זיך נישט נארן און דו האסט ארויס די טרוקענע מציאות גאר גוט!
נעה. ציווישן אזוי פיהל שטותים קומט אויך אמאל בטעות ארויס עפעס זאכליך 😂😂😂

מרוב דברים לא יחדל פשיהא...
 
@איש מבקש כ'האב אמאל געהערט וועגן א שטודיע איבער דעם,
די געדאנק איז לכאו' מירערינג (אפשפיגלן), מ'הייבט מיט די צייט אהן מאכן ענדליכע עקספרעשאן'ס (אויפן פנים) ווי דעם מענטש וואס מ'האט ליב און מ'איז מחשיב, סאו מ'הייבט אהן אביסל אויסזעהן איינער ווי דעם צווייטן.
איך האב מורא אז די עולם גייט אנהייבן אויסקיקן ווי טראמפ אין גרויסן
 
איך אליין קען מעיד זיין אויף מיר איך בין א יודע מחשבות, איך רעד מיט א בחור און איך זאג עם וואס איז מיט קדושה וטהרה??? רוב מאהל זעט מען ווי איך האב צו געטראפען
דאס איז נישט יודע מחשבות, עס רופט זיך פראדזשעקשאן.
 
מיין טערעפיסט האט מיר געזאגט, ער האט איינמאל געהאט א קלייענט וואס איז געקומען צי אים אז ער האט א פראבלעים.
אז ציפרי ווען ער ענדיגט לערנען, אין ער גייט דאווענען פילט ער ווי ער זיין פנים קוקט אויס אנדערש/העכער, אין ממש ער שעמט זיך צי דרייען צווישן מענטשן נאכן לערנען...

פיין.... די טערעפיסט האט אים געטרייט מסביר צי זיין ער זאל אראפ קריכן פון בוים, קיינער קוקט נישט אויף אים, יעדער איז ביזי מיט זיין אייגן פעקל,

But i guess there is something to it
כ'גלויב אז אריסטו און איינשטיין האבן אויך אזוי געשפירט
 
לאמיר נעמען לדוגמא די באקאנטע מעשה פון די בת עין ביים ערדציטערניש אין צפת. "אלעס" איז איינגעפאלן און נאר דארט ווי דער צדיק איז געווען איז געבליבן שטיין און די מענטשן ארום זענען געראטעוועט געווארן.

לאמיר עס צונעמען מיט א לאגישע בליק. ביי די ערדציטערניש זענען ליידער אוועק אסאך צדיקים, און אויך אסאך רשעים. ווי אויך האבן אסאך מענטשן איבערגעלעבט, צדיקים ווי רשעים און בינונים צוגלייך. מען קען זיך פארשטעלן אז "יעדער" האט זיך פארשטיפט אין א ווינקל, און ביי די צדיקים האבן זיך אלע געשטיפט וואו די צדיק איז. אסאך הייזער זענען צאמגעפאלן, און אסאך זענען געבליבן שטיין, עכ"פ טיילווייז.

ממילא, מאטאמאטיש איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דוקא יענע פלאץ זאל יא איינפאלן מער ווי אלע אנדערע פלעצער וואס זענען געבליבן שטיין. און סטאטיסטיקלי איז (לכאורה) נישט געווען קיין העכערע רעטונגס ראטע ביי צדיקים מער ווי רשעים.
 
די געדאנק איז לכאו' מירערינג (אפשפיגלן), מ'הייבט אמאל מיט די צייט אהן מאכן ענדליכע עקספרעשאן'ס (אויפן פנים) ווי דעם מענטש וואס מ'האט ליב און מ'איז מחשיב, סאו מ'הייבט אהן אביסל אויסזעהן איינער ווי דעם צווייטן.
חוץ פון דעם וואס ביידע הייבן אן עסן די זעלבע דיעטע וכדומה...
 
דער פנים און גוף פון א מענטש זאגט דיר זיין געפיהל, פריילעך - צובראכן, קאנפידענס - פארלוירן, מלחמה מאוד מיט זיך אליין - מחילה עקסעפטענס, מסכים מיט וואס דו זאגסטו - נישט מסכים, האט הנאה - האט קיין נערווען.

אויף וואס קוקט ער, וואס פאר א סארט שמייכל האט ער געמאכט (הנאה, שעמעדיג, סארקאסטיש, וכדו')

די טאון פון זיין קול, די קלארקייט דערפון, די שטארקייט דערפון, וואס פאר א סארט שטארקייט, די תנועה, די הויעכקייט פון די נאוט און פיטש וואס ער האט גענוצט ווי, און אויב זיין גוף זאגט די זעלבע ווי זיינע ווערטער.

תפיסת מחשבה איז א פשוטע זאך ביי צדיקים אבער אויך ביי רשעים און בינונים (כלפי רעליגיע), ס'ווענד זיך ווי סאך דער מענטש איז אפן צו זיך, און די קליינע דעטאלן וואס ער כאפט אויף, ס'ווענד זיך וויזוי ער האט אויפגעוואקסן, (למשל, איך בין אויפגעוואקסן אלץ א פיפלס פליזער וואס מוז אפליינען יענעמס הרגשים פאר מיין סעיפטי) און ס'ווענד זיך אויך אין זייער מאאד און ראוגקייט צו אבזאווירן.
אפי' א בעל חי קען עס וואו די מעשה פונעם קלוגן האנס
בקיצור איינער וואס האט געהאט א פערד און געהאלטן אז אויך בעלי חיים קענען קענען חשבון און אנדערע חכמות פלעגט פרעגן חשבונות און די פערד פלעגט ענטפערן מיט קלאפן די צאל וואו די תירוץ און האט אייביג געוואוסט צב"ש מהאט אים געפרעגט וויפיל איז 9+5 האט ער געקלאפט 14 מאל
און 13 פארשער וואס האבן עס געפארשט האבן געהאלטן אז דער פערד קען טאקע, למעשה האט איין פארשער געכאפט אז די פערד קלאפט ביז ער זעהט אויפן פנים פון דעם וואס פרעגט אז ער האט געקלאפט וויפיל ער דארף און דער פרעגער האט ניטאמאל געכאפט אז זיין שפת הגוף גיט ארויס די ענטפער פארן פערד
פאר מער Clever Hans - Wikipedia
 
מען דארף נישט לויפן ביז ר’ מאטעלע טשערנאבלער, עס איז נאך דא בימינו אלה מקובלים וואס טוען די זעלבע עבודה, זענען מתקן נשמות, רעדן און האבן שייכות מיט נשמות פון יענע וועלט. און יא, עס ארבייט אויך אז מען דארף האבן זיי אמאל מהנה געווען אדער געהאט עפעס א שייכות. עס איז דא אידן (און גוים) וואס האבן אפענע אויגן און זעהן באהאלטענע זאכן, קענען זיין אויף אפאר פלעצער אויפאיינמאל, קענען זיין אין ארץ ישראל און רוקן זאכן אין בארא פארק, ועוד.

איך ווייס אז מען גייט חוזק מאכן פון מיר, אבער איך מיין עס ערנסט, ביודעי ומכירי קאמינא. און עס איז זאכן וואס מען קען זיך לערנען און ארבייטן אויף זיך צו קענען אליינס אנקומען דערצו.
 
רעדן מיט נשמות איז איין זאך, אבער דאס?
קענען זיין אויף אפאר פלעצער אויפאיינמאל, קענען זיין אין ארץ ישראל און רוקן זאכן אין בארא פארק, ועוד.
ביסט זיכער דו רעדסט פון א גאנצע מענטש, און נישט פון א קוואנטום פארטיקל?
Quantum superposition , spooky action at distance...,🤪

ערנסט גערעדט, ווי קען מען טרעפן יענע מענטשן?

איז דא עווידענס? אדער ביהעיוון זיי טאקע ווי קוואנטום פארטיקלס און ווערן נארמאל ווען מ'אבזערווירט זיי, (ובממילא איז עס די זעלבע ווי זאגן אז איך בין א העליקאפטער ווען קיינער זעהט נישט).

א שאד קיינער פון איז נישט געגאנגען אפפנעמען זייערע מיליאן דאלער (אז זיי האבן שוין יא ליב מהנה צו ווערן): One Million Dollar Paranormal Challenge - Wikipedia
 
לעצט רעדאגירט:
פיזיש זענען זיי אויף איין פלאץ, אבער מיט זייערע כוחות קענען זיי זיך מדמה זיין ווי זיי זענען ערגעץ אנדערש און טון דארט מה שלבם חפץ. זיי קענען פיזיקלי רוקן זאכן פון איין פלאץ צום צווייטן אין ב”פ ווען זיי זענען ערגעץ אנדערש.
 
איך קען טשוזן וועלכע זאך איך וויל זאל זיך רוקן, און זיי טוען עס פאר מיר? ס'איז א שרעקליכע סופער power! די FBI CIA, וואלטן געצאלט ביליאנען פאר אזא כוח. זיי קענען למשל מאכן מיט זייער כוח ווי זיי זענען יעצט אין פוטינ'ס פריוואטע צימער ארויסשלעפן פיזיקלי די גאן פון די סעקיוריטי אין איהם שיסן צום טויט? וואס איז די לימיט?

די כוח גייט ביז מארס? אויב יא איז די שנעלקייט פון ווי לאנג די עקשן זאל געשעהן ספיעד אוו לייט? אדער אינסטענט?
 
איך בין נישט באקאנט, אבער איך קען פרעגן איינער וואס טוט אין דעם.
 
ביזטו זיכער אז די מענטשן וואס טוען דערין ווילן מ׳זאל וואוסן דערפון?
זיי ווילן נישט. אבער אז מען איז זוכה קען מען אנקומען צו די ל”ו צדיקים און דערשנאפן...
 
Back
Top