אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

וואס ווייס איך? :ROFLMAO:

1738949694424.jpeg
 
אז מ'רעדט פון די morbid נושא פון מופתים, וויל איך מיטטיילן א שרעקעדיגע מחשבה וואס איך האב, און מן הסתם האבן שוין אנדערע אויך געטראכט אזוי;

על הצד אז ס'איז יש דברים בגו אין מופתים, לאמיר זאגן ס'איז עפעס א מיסטעריע וואס פיזיסיסטן זענען נאך נישט אנגעקומען צו פארשן, עפעס וואס האט מיט מענטשן (=צדיקים) מיט אייגנארטיגע תכונות הנפש וכולי וגומר, איז לא דַי אז די מופתים זענען בכח צו טריקן די חסידים פונעם צדיק אין גלייבן אין די אמונות ודעות וואס דער צדיק פארטרעט, נאר סאך שרעקעדיגער פון דעם, דאס טריקט דעם צדיק זעלבסט!
און ווען מ'רעדט פון אן אמת'ע "צדיק", וואס זוכט צו טוהן און פארשפרייטן גוטס מיט בני דורו, איז דאס א צרה צרורה, ער איז נעבעך טויט משוכנע אין אלעס וואס ער פארקויפט און האט נישט קיין אהנונג אז די צוויי (די מופתים און די אמונה) זענען נישט געבינדן...!

זייער גוט געזאגט

אפילו מופתים זאלן צייגן אז דער בעל מופת איז א צדיק מיט א ווארט אין הימל, מיינט דאס בכלל נישט אז אין הימל איז מען מסכים מיט דעם איד'ס שיטות

והא ראיה עס איז געווען גרויסע בעלי מופת אויף וועמען פילע אנדערע צדיקים - אליינס גרויסע מופתים מאכער - וואס האבן קאטעגאריש מחולק געווען אויף זיי און זיי זאגאר מחרים געווען אין טייל פעלער.

סאו אויב א מופת באדייט אז סטעמפל אוו אפראוועל פון הימל אויף יעדע ווארט וואס יענער זאגט, איז דאך דא דא א סתירה מיני' ובי'. ווער איז גערעכט לויט די מופת מעסטער?

און צו דיין פוינט וועגן דעם צדיק וואס פאפט זיך אליינס, דער אהבת ישראל פלעגט טאקע זאגן דאס, אז אסאך מאל ווייזט מען פאר א צדיק פון הימל אז זיין דרך איז א ריכטיגער וועג, אבער א קלוגער צדיק מאכט זיך א חשבון אז דער אנדערער צדיק מיט פונקט א פארקערטער דרך האט אויך באקומען דעם זעלבן מעסעזש פון הימל אז זיין דרך איז גוט. סאו לאז יעדן זיך פירן אויף זיין דרך און פערטיג.

עכ"פ עס איז דאך באקאנט דאס ווארט פונעם ראפשיצער אז אפילו מען וועט פירן א נארישן צדיק אין גן עדן מיט א גרויסע מאטארקאדע וועט ער בלייבן שטיין אין די זייט און זאגן נאר בלייבט נאר. ד.ה. אז אלעס איז מן השמים, מ' יום קודם יצירת הולד זאגט דער אויבערשטער היה טיפש, אבער צדיק ורשע לא קאמר און די טיפה וואס איז טיפש קען רואיג ווערן א גרויסער צדיק און בעל מופת.

באטטאם ליין, זעהסט א גרויסער צדיק א עכטער בעל מופת, מאך זיכער זיך נישט אנצוהייבן מיט אים ווייל ער קען דיר מסדר זיין... אבער קענסט נאכאלס מחולק זיין מיט אים איבער פשט אין די גמרא אדער א מגן אברהם און מוזט נישט אננעמען זיינע שיטות און דרכים נישט אין מילי דעלמא און נישט אין מילי דשמיא.
 
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס
׳חיזוק׳ גיבט עס מן הסתם יא צו.. ׳אמונה׳ איז עפעס וואס קומט מעומק הנפש/נשמה און איז נישט געבינדן צו לאגיק, סברות וכדו׳.
[אזוי ״גלייב״ איך 😉😄]
ער מיינט זיכער חוזק, ע"ד חיפש חיזוק ומצא חוזק
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אויב א מענטש וואס דו ווייסט קלאר אז ער איז אן איש אמת און ער דערציילט בדידיה הוו עובדא איז גאנץ שווער צו זאגן אז ער האט עס פלעין אויסגעזויגן פון פינגער
דאס ווערט אנגערופן "פאנטאזיע" די הייליגסטע און די מערסטע "אמת'דיגע" מענטשן קענען עס האבן.
כ'קעןנדיר פארציילן מעשיות וואס "אמת'דיגע" אידן האבן פארציילט און דו וועסט דיך קאטשקענען פאר געלעכטער פון בּעלאוניס
 
און וויאזוי פארענפערסטו די טויזנטע מעשיות ווי צדיקים האבן אפען פאראויס געזאגט זאכן און ממש אזוי איז געווען?
קענסט מיר אפשר פאראויס זאגן מעשיות בשם א רבי'ן אדער נאר נאכדעם וואס עס געשעהט וועסטו מיר ברענגן א ראי' אויף צוריקצווועגס?
 
טאהשע רבי למשל, מען האט געקענט פלעין שטיין אין קוקן אויף די צורה מען האט געזען א העכערע געשטאלט, מ׳האט געקענט קוקען און קוקען און נישט זאט ווערן
און איך מיין יעדער דא וואס קומט מיט אלע הסברים אויב גייט ער יעצט אריין צום ריבניצער וועט ער שטיין מיט א זעלטענע יראת הכבוד! ווייל טיף אינסייד ווייסט ער אז עפעס א העכערע מענטש איז דא
פרעג די מוסלמענער וועלכע זענען עולה רגל קיין מעקקא צו די קריסטן וועלכע זענען זיך משטתח ביי יעזוס אין בית לחם צו שפירן נישט דעם זעלבן יראת הכבוד
 
איך האב צוויי מאל אין מיין לעבן געהאט וואס היינטיגע גדולים האבן מיך תופס מחשבה געווען אויף א שרעקעדיגע פארנעם. איך האב נישט ווידיאו דערפון, די גענויע מעשיות זענען נישט אינטערסאנט דא צוברענגען אן א נאמען. צו עס פראווט עפעס? איי העוו נאו איידיע. אבער איך האב צוויי מאל געהאט וואס איך האב געטראכט עפעס און באקומען א ווערבעל ענפער אויף מיינע אומגעזאגטע מחשבות פון צוויי אנדערע גדולים. תפיסת מחשבה? רוח הקודש? טלעפעטי? איי דזשאסט דאונט קנאו.
 
איין פון די גדולים איז געווען ר׳ יצחק מאשקאוויטש פון נייטרא וויליאמסבורג. איך בין געווען אין ביהמ”ד אונטער אים און געזען ווי ער קושט די מזוזה ביים טיר דורכ’ן לייגן די האנט. זייענדיג א אינגע בחור’ל האב איך מיך געטראכט אינטערסאנט ער קושט נישט די מזוזה אליינס. פלוצלינג גיבט ער זיך א דריי אויס צו מיר און זאגט ” רבי עקיבא איגר אין די הגהות אויפן שו”ע שרייבט אז דער עיקר איז לייגן די האנט אויפן מזוזה נישט די קושן.” ער האט זיך אויסגעדרייט און אוועקגעוואקט. איך בין געווען אזוי שאקירט אז איך בין געבליבן שטיין דארט אין נייטרא בהמ”ד פאר עטליכע מינוט ווי א קלאץ. די גענויע מראה מקום, על אף ער האט דאס געזאגט, האט זיך נישט רעגיסטרירט מיט מיך.
די צווייטע מעשה איז מיט א לעבעדיגן. עס איז זייער פריוואט סאו איי וויל ליעוו איט דעיר.
 
איך האב צוויי מאל אין מיין לעבן געהאט וואס היינטיגע גדולים האבן מיך תופס מחשבה געווען אויף א שרעקעדיגע פארנעם. איך האב נישט ווידיאו דערפון, די גענויע מעשיות זענען נישט אינטערסאנט דא צוברענגען אן א נאמען. צו עס פראווט עפעס? איי העוו נאו איידיע. אבער איך האב צוויי מאל געהאט וואס איך האב געטראכט עפעס און באקומען א ווערבעל ענפער אויף מיינע אומגעזאגטע מחשבות פון צוויי אנדערע גדולים. תפיסת מחשבה? רוח הקודש? טלעפעטי? איי דזשאסט דאונט קנאו.
איך האב שוין תופס מחשבה געוועהן מיט חבירים, ס׳מיינט נישט גארנישט. ס׳פונקט ווי ווארפן נומבערס א גאנצע טאג און עט סאמפוינט גייט עס אויסוועלן די נומבער פון די לאטערי, לויט טשעטגפט איז די פראבעביליטי פון תופס מחשבה זיין ארום 0.1%

ס׳איז די זעלבע ווי דער רבי וואס געט א ברכה וואס ווערט מקוים, אויב איין פראצעט פון קינדערלאזער פארפעלקער ווערן נאטורליך עווענטועל געהאלפען, און די רבי׳ס ברכה סוקסעס ראטע איז אויכט איין פראצענט, מיינט עס אז די רבי׳ס ברכה איז גארנישט ווערט.
 
איך האב שוין תופס מחשבה געוועהן מיט חבירים, ס׳מיינט נישט גארנישט. ס׳פונקט ווי ווארפן נומבערס א גאנצע טאג און עט סאמפוינט גייט עס אויסוועלן די נומבער פון די לאטערי, לויט טשעטגפט איז די פראבעביליטי פון תופס מחשבה זיין ארום 0.1%
לייק איי סעיד, פאר מיך איז עס געווען א שרעקעדיגע איבעלעבעניש. צו עס מיינט עפעס? איי העוו נאו איידיע.
 
לייק איי סעיד, פאר מיך איז עס געווען א שרעקעדיגע איבעלעבעניש. צו עס מיינט עפעס? איי העוו נאו איידיע.
היימישע רבנים זענען זייער סעלף קאנשעס, אז מ'קוקט זיי נאך. זיי לעבן אינטער געפערליכע דרוק. ער האט זיך אויסגעדרייט און געזעהן אז בחור'ל קוקט אויף איהם, האט זיין מח איהם גלייך גענומען רידערן.

ער האט דיר עס געזאגט להוציא מלבך אז ער ווייסט ח"ו נישט וויאזוי מען פירט זיך... פערצופאל האט ער צוגעטראפן.
 
דו האסט ר׳ יצחק׳ן נישט געקענט...
 
איך האב אים נישט געקענט אבער וואס איז אזוי שווער צו זיך פארשטעלן? ער זעהט דער קליינער בחור'ל דוכנ'ט אויף אים מיט קעלבערנע אויגן, האט ער צוזאמען געשטעלט איינס מיט איינס און זיך ערקלערט

מען דארף נישט זיין קיין גרויסער נביא צו טראכטן וואס דער קינד טראכט יעצט, און אדער איז ער סתם אזוי געווען אין די גיסטע צו שעירן א באלערנדע ידיעה מיט א יונגער בחור'ל.
 
יא יא דערמאנסט מיך, איינער א הייסע חסיד האט מיך פארציילט א מופת פון זיין רבי ז"ל א געוויסע אדמו"ר א קנאפע צדיק מילד גערעדט, נאכן זאגן שיינערהייט אז דאס איז בכלל נישט א מופת סאיז סתם געוועהן אויפגעבלאזן , זאגט ער מיר, דו האסט איהם נישט געקענט...................
 
איך האב אים נישט געקענט אבער וואס איז אזוי שווער צו זיך פארשטעלן? ער זעהט דער קליינער בחור'ל דוכנ'ט אויף אים מיט קעלבערנע אויגן, האט ער צוזאמען געשטעלט איינס מיט איינס און זיך ערקלערט

מען דארף נישט זיין קיין גרויסער נביא צו טראכטן וואס דער קינד טראכט יעצט, און אדער איז ער סתם אזוי געווען אין די גיסטע צו שעירן א באלערנדע ידיעה מיט א יונגער בחור'ל.
די חלק ביזטו גערעכט. איך האב גערעדט לגבי די חלק וואס מר שושני רעדט וועגן זיין שרעקליך סעלף-קאנשיעס.
איגעין. וואס די מעשה זאגט? איך ווייס נישׂט. פאר מיך איז דאס געווען סתם א ספוקי עקספיריענס.
אגב, שפעטער אין מיין לעבן, ווען איך האב געלערנט די הוראה, פלעג איך אפט ארויפגיין צו אים. ער איז געווען די מאוסט אנדעררעיטעד תלמיד חכם וואס איך האב אמאל באגעגנט.
 
Back
Top