אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

האבן טויזנטער מענטשן אויפגעמאכט מעשיות?
AI זאגט אז צען פראצענט פון די פאפולאציע זענען פאטאלאגישע ליגנערס. כ'ווייס נישט צו די נומבער איז אקוראט אבער אין פערזענליכע לעבן קען איך מער ווי איינס. א רבי מיט טויזענט חסידים האט צענדליגע ליגנערס לכל הפחות... אויב איז די קולטור דארט אז מ'רעדט מופתים, וועלן אלע מענטשן מיט א נטיה אויף ליגענט לכאורה פראדעצירן מעשיות..

טויזענטע מעשיות מיינט אויך נישט אז טויזענט מענטשן האבן אויפגעמאכט, ס'קען איין מענטש אויפמאכן הונדערטע, למשל שבחי בעל שם אדער די גולם פון פראג.


כ'ווארט נאך אויף א מופת וואס האט איבערגעלאזט הארטע עווידענס, ס'וואלט געדארפט זיין כאטשיג אפאר(די סיבה פארוואס ס'בלייבט קיינמאל נישט באווייז איז, אז ס'זאל בלייבן א בחירה... ריכטיג?😏)

נאכדעם איז דא די פראבעביליטי מופתים, יענס איז דאך פשוט וויאזוי די סעלעקשאן ארבעט.
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס
קענסט זעהן magicians מאכן טריקס זאכן וואס ממש האט נישט קיין הסבר על פי דרך הטבע, קיינער טראכט נישט אז ס'מוז זיין עפעס העכער ווען ער זעהט אזא טריק. איינמאל מ'זעהט אפאר טריקס וויאזוי ס'ארבעט כאפט מען אז יעדער טריק האט ערגעץ אן אילוזיע וכו'

די זעלבע זאך מיט מופתים, שוין אסאך מאל געזעהן מעשיות וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט פאלש, אדער ארויס פון קאנטעקסט, (איין מעשה ווי די רבי האט געזעהן אויפ'ן קוויטל אז איינער איז קראנק, שטעלט זיך ארויס אז א קרוב משפחה האט שוין מזכיר געווען פריער..) וכו' נישטא קיין סיבה צו אננעמען אז די אנדערע מעשיות זענען יא אמת אזוי ווי מ'דערציילט עס. תפיסת מחשבה איז אסאך מאל פשוט'ע body language וואס מ'כאפט אליין נישט אז מ'קאמיוניקירט.



די עולם מאכט חוזק פון די חכמת הפרצוף זאך. איך פארשטיי גראדע וואס ער מיינט. Sadguru איז גראדע א גוטע עקזעמפל, זיין צורה זאגט עפעס... אזוי מיין איך...
 
ס׳דעפיניטלי דא א איידלקייט און א געוויסע purity ביי געוויסע תמימות׳דיגע ערליכע אידן - וואס מ׳זעהט נישט אויף א cynical לאיער וועלכער האט שוין געזעהן צופיל אומרעכט אין די וועלט
א כולל אינגערמאן נאך א טאג לערנען זעהט אויס זיין פנים רוחני, און נישט נאר ער זעהט אויס אזוי נאר דו אליינס נאכן לערנען צוויי שעה רצופות וועסטו פיהלן אסאך העכער און דעי פילינג קענסטו נישט באקומען אויף קיין שום אנדערע וועג!!
 
ס׳דעפיניטלי דא א איידלקייט און א געוויסע purity ביי געוויסע תמימות׳דיגע ערליכע אידן - וואס מ׳זעהט נישט אויף א cynical לאיער וועלכער האט שוין געזעהן צופיל אומרעכט אין די וועלט
הא גופא וויל איך פארשטיין
Purity קען מען זען נאר ביי איינער וואס איז ערליך
 
קודם כל א דאנק פארן שיינעם שמועס!
נאך אביסל ביסטו שוין נישט קיין אורח הכבוד, נאר א תושב!

אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
יעדע קולטור האט געוויסע גרימאסן און תנועות, די הייליגע חסידישע רבי'ס האבן למשל מיט די אויגן אויף ארויף, מיט א געוויסע סארט ערענסטן פנים וואס שטומט מיט די אהבת השם און ביטול צו זיין רצון (-צו וואס מ'לערנט אז זיין רצון איז,) לויט וויזוי זיי האבן געזעהן ביים רבין.

די ליטווישע האבן אן אנדערע סארט הייליגקייט גרימאסן פון דקדוק בהלכה, צו פון ידיעת התורה, וואס זיי זעהן ביי זייערע גדולים (פירערס).

פונקט ווי א קאפל הייבט אמאל אהן אויסקוקן ענדליך נאך אפאר יאר צוזאמען, אזוי אויך דער מענטש וואס לעבט אפאר יאהר אין א געוויסע פרעים וואס שטומט מיט וואס ער זעהט אלץ הייליג הייבט אהן אויסקוקן אזוי.

כ'האף כ'בין זיך גענוג מסביר.
 
און וויאזוי פארענפערסטו די טויזנטע מעשיות ווי צדיקים האבן אפען פאראויס געזאגט זאכן און ממש אזוי איז געווען?
ברענג איינס, מיט די פאלגענדע תנאים:
עס איז עפעס וואס מ'קען נישט פאראויסשאצן אדער פונקט צוטרעפן (למשל די נומבער פון א לאטערי טיקעט)
עס איז עפעס וואס איז זייער קלאר און נישט אריינגעלערנט
עס איז קראנט אז יענער האט עס טאקע געזאגט
 
הא גופא וויל איך פארשטיין
Purity קען מען זען נאר ביי איינער וואס איז ערליך
וואס דו זעהסט אלץ ריינקייט, זעה איך אמאל אלץ אומגעזונטקייט און דיסאסאוסיעישאן. און מ'זעהט עס טאקע ביי א געוויסע פארמולע, אבער דאס צייגט נישט אויף די הייליגקייט אדער אמתדיגקייט פון אזא מהלך החיים.

אלהים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים
 
קודם כל א דאנק פארן שיינעם שמועס!
נאך אביסל ביסטו שוין נישט קיין אורח הכבוד, נאר א תושב!


יעדע קולטור האט געוויסע גרימאסן און תנועות, די הייליגע חסידישע רבי'ס האבן למשל מיט די אויגן אויף ארויף, מיט א געוויסע סארט ערענסטן פנים וואס שטומט מיט די אהבת השם און ביטול צו זיין רצון (-צו וואס מ'לערנט אז זיין רצון איז,) לויט וויזוי זיי האבן געזעהן ביים רבין.

די ליטווישע האבן אן אנדערע סארט הייליגקייט גרימאסן פון דקדוק בהלכה, צו פון ידיעת התורה, וואס זיי זעהן ביי זייערע גדולים (פירערס).

פונקט ווי א קאפל הייבט אמאל אהן אויסקוקן ענדליך נאך אפאר יאר צוזאמען, אזוי אויך דער מענטש וואס לעבט פאר יאהר אין א געוויסע פרעים וואס שטומט מיט וואס ער זעהט אלץ הייליג הייבט אהן אויסקוקן אזוי.

כ'האף כ'בין זיך גענוג מסביר.
זייער אסאך ליבאוויטשע חסידים זעען מיר אויס ענליך צו זייער רבי׳ן
 
אויב א מענטש וואס דו ווייסט קלאר אז ער איז אן איש אמת און ער דערציילט בדידיה הוו עובדא איז גאנץ שווער צו זאגן אז ער האט עס פלעין אויסגעזויגן פון פינגער
דו ווייסט פארוואס דו גלייבסט יענעם? אפשר ווייל יענער גלייבט עס אויך, ווען יענער איז אן איש אמת מיינט עס אבער נישט אז ער איז נישט פארנארט געווארן, ווי @אפענער האט אויבן דא געברענגט א לינק וועגן די פסיכאלאגיע וויאזוי שארלאטאנען קענען ארומשפילן מיט מענטשן

פונקט ווי ס׳דא confirmation bias

איז דא אסך וועגן וויאזוי מענטשן קענען ווערן אריינגעשלעפט אין גלייבן עפעס וואס איז נישט אמת

הלוואי האט איינער די צייט און skill איבערצוטייטשן דאס אויף א גרינגע אידיש:

Master List of Logical Fallacies

אדרבא געווענטליך זענען תמימות׳דיגע מענטשן די בעסטע קאנדידאטן צו פארשפרייטן ״אמונת צדיקים״ מיט זייערע מעשיות
ווייל רוב מענטשן ענדשויען די comforting feeling פון וואונדערליכע מופתים וואס געבט האפענונג אז גוטע אומערווארטעטע זאכן קענען געשעהן. (און ס׳אמת! ס׳דא אסך וואונדערליכע זאכן וואס איך האב קלאר געזעהן אין מיין אייגענע לעבן )
אבער דאס באשטעטיגט בכלל נישט תורה מן השמים

בקיצור, צוריק צום ערשט-האנטיגן מעשה נס: Just because יענער וואס דערציילט דיר איז אן אמת׳דיגער מיינט עס נאכנישט אז די מעשה איז אמת,
יענער איז קאנווינסט אז ס׳אמת און דערפאר האט ער א כח דיר צו קאנווינסן

קען זיין ער כאפט נישט אז מ׳האט פשוט ארומגעשפילט מיט אים
 
לעצט רעדאגירט:
אויב א מענטש וואס דו ווייסט קלאר אז ער איז אן איש אמת און ער דערציילט בדידיה הוו עובדא איז גאנץ שווער צו זאגן אז ער האט עס פלעין אויסגעזויגן פון פינגער
איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, טאקע ווייל איך וואלט מיך נישט געקענט זעהן טוהן אזא זאך, ביז איך האב מיך איבערצייגט אז עס איז דא מענטשן וואס האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט ליגענט. אסאך מאל קען זיין אז די בעל מספר איז נישט דער ליגענער נאר דער בעל מופת וואס האט אונטערגעשטעלט א שפיל יענעם צו פאר'נער'ן.

אסאך מאל איז נישט די גאנצע מעשה אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אביסל צוגעפיצט עס צו מאכן אויסקוקן ווי א נס, און לאו דוקא מיט א שלעכטע כונה, נאר דער מספר אליינס גלייבט עניוועי עס איז א נס (ווייל עס פעלט אים קריטיקעל טינקינג) און ער כאפט נישט אז מיטן צולייגן די נקודה מאכט ער ס'זאל טאקע דארפן זיין א נס, און אפט מאל דמיונ'ט ער אז די מעשה איז טאקע געווען אזוי ווען עס איז געווען אביסל אנדערש.

איך האב א טענדענסי אז אייביג ווען איך טרעף א מעשה פון א נס וואס איז דא א וועג עס צו מברר זיין אבדזשעקטיוולי וועל איך עס פרובירן נאכצוגיין, און איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין נס וואס איז אבדזשעקטיוולי וועריפייעבל. און אסאך גרעסערע פון מיר האבן אויך שוין געזוכט און נישט געטראפן.
 
אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך זעה כסדר, ווען איינער קומט מיט טענות פון ניסים וועט ער געווענליך ברעגנען איין ספעציפישע מעשה, און ווען מ'וועט אים אויפווייזן די פעלערהאפטיגקייט פון די מעשה וועט ער זאגן "ביסט אפשר גערעכט ביי די מעשה, אבער עס איז דא אזוי סאך אנדערע מעשיות". ער כאפט אבער נישט אז די מעשה איז נישט קיין אויסנאם נאר פונקט ווי ער האט נישט עפלייעט קריטיקעל טינקינג צו די מעשה האט ער עס נישט אפלייעט צו די אנדערע מעשיות, דאס וואס ער איז אזוי זיכער אז עס איז דא מעשיות וואס מ'קען נישט מסביר זיין איז נאר ווייל ער האט קיינמאל נישט אריינגעטראכט אין די מעשיות, און ער מאכט א בארג מיט עווידענס פון זאכן וואס קיין איינס פאר זיך איז נישט מאסגעבנד.
 
וואו קען מען היינט גיין, און אפכאפן קלאר מיט א ווידיאו ווי א רבי, צדיק, רב, ראש ישיבה, יו נעים איט, פראוועט א מופת חוץ לדרך הטבע?

פארוואס פינקט ווען ריקארדינגס און ווידיאוס האבן זיך פארמערט, האבן זיך די אלע מופתים פארמינערט?

ס'א שאד אז פאר 300 יאר צוריק איז נישט געווען קיין ווידיאו, ווען יא וואלט זיכער געווען כאטש איין אוקריינישע גוי וואס וואלט אפגעכאפט ווי די בעש"ט פליט מיטן וואגן אין די ליפטן ווי סענטע מיט די הייליגע הערשן.
 
און וויאזוי ביסטו מסביר דעי העכערע פילינג נאכן לערנען א בלאט גמרא וואס קיין שום אנדערע תענוג אדער חכמה קען ברענגען דעי גוטע העכערע געפיל?
 
און וויאזוי ביסטו מסביר דעי העכערע פילינג נאכן לערנען א בלאט גמרא וואס קיין שום אנדערע תענוג אדער חכמה קען ברענגען דעי גוטע העכערע געפיל?
דעי זעלבע גוטע פילינג איז אויכט דא נאכן שטודירן א גיטע שטיקעל סייענס, גוט דורכלערנען א נושא ברענגט א היי, זאל עס זיין גמרא אדער סעקולערע שטודיעס.
 
דעי זעלבע גוטע פילינג איז אויכט דא נאכן שטודירן א גיטע שטיקעל סייענס, גוט דורכלערנען א נושא ברענגט א היי, זאל עס זיין גמרא אדער סעקולערע שטודיעס. .
קלאר נישט, וועסט קיינמאל נישט זעהן איינעם נאך א גאנצן טאג שטודירן מיט אזא ליכטיקייט אויפן פנים, און פרעג אידישע דאקטוירים לויערס וואס האבן זיך געלערנט אנדערע זאכן, גארנישט קומט נישט צו צו א בלאט גמרא
 
וואס דו זעהסט אלץ ריינקייט, זעה איך אמאל אלץ אומגעזונטקייט און דיסאסאוסיעישאן. און מ'זעהט עס טאקע ביי א געוויסע פארמולע, אבער דאס צייגט נישט אויף די הייליגקייט אדער אמתדיגקייט פון אזא מהלך החיים.

אלהים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים
טאהשע רבי למשל, מען האט געקענט פלעין שטיין אין קוקן אויף די צורה מען האט געזען א העכערע געשטאלט, מ׳האט געקענט קוקען און קוקען און נישט זאט ווערן
און איך מיין יעדער דא וואס קומט מיט אלע הסברים אויב גייט ער יעצט אריין צום ריבניצער וועט ער שטיין מיט א זעלטענע יראת הכבוד! ווייל טיף אינסייד ווייסט ער אז עפעס א העכערע מענטש איז דא
 
קלאר נישט, וועסט קיינמאל נישט זעהן איינעם נאך א גאנצן טאג שטודירן מיט אזא ליכטיקייט אויפן פנים, און פרעג אידישע דאקטוירים לויערס וואס האבן זיך געלערנט אנדערע זאכן, גארנישט קומט נישט צו צו א בלאט גמרא
@אלפא @מי אני וואס זאגען ענק?
 
פארוואס פינקט ווען ריקארדינגס און ווידיאוס האבן זיך פארמערט, האבן זיך די אלע מופתים פארמינערט?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ׳מעג שוין וואקן אויף די גאס באנאכט און מ׳דארף שוין נישט מורא האבן פון שידים, די שידים האבן מורא פון לעקטער…
 
קלאר נישט, וועסט קיינמאל נישט זעהן איינעם נאך א גאנצן טאג שטודירן מיט אזא ליכטיקייט אויפן פנים, און פרעג אידישע דאקטוירים לויערס וואס האבן זיך געלערנט אנדערע זאכן, גארנישט קומט נישט צו צו א בלאט גמרא
איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער האט אויפגעהערט פילן טעם אין א בלאט גמרא, זייט ער גלייבט שוין נישט אז ס'איז מיענינגפול צו לערנען.

כ'ווייס נישט אויב די פארגלייך צו דאקטוירים און לויערס איז בכלל פעיר, ווען א מענטש טוט עפעס פאר רעליגיעזע צוועקן טריגערד עס גאנץ אנדערע סיגנאלן אין די מוח. אויב עפעס פארגלייך עס צו אנדערע רעליגיעס וואס שטודירן זייערע טעקסט אויף אזא לעוועל. איז בכלל דא נאך אזא רעליגיע?

די הינדוס און בודהיסטן רעדן פון ספיריטואלע פילינגס ווי זיי קומען אן, כ'האב קיינמאל נישט פרובירט צו מעדיטעיטן פאר צוויי וואכן אין א צי אבער כ'גלייב זיי.. מיינט דעיס אז זיי האבן די ריכטיגע רעליגיע?

אידישקייט איז ווייט נישט די איינציגסטע רעליגיע וואו מענטשן באקומען א religious experience.
 
מ'פארציילט אויף א רבי אז ער האט געזאגט פאר זיין גבאי, אז מ'קומט מיט א הזכרה אינמיטן די נאכט וועגן א שידוך וכדומה זאל מען אים נישט אויפוועקן, מזאל ווארטן אויף צופרו, אבער אז ס'מאכט זיך א מקשה לילד זאל מען גלייך אויפוועקן אינמיטן די נאכט, ווייל די בעבי גייט עניוועי געבוירן ווערן, נישט קיין חילוק אויב ער ווינטשט אן אדער נישט, סאו מזאל אים באצייטנס אויפוועקן אז ער זאל נאך קענען ווינטשן פאר די בעבי ווערט געבוירן...
 
Back
Top