אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

דערמאנט מיך פון אלץ בחור אין קווינס (אוי גילוי 🫣🤫) האביך געשמועסט מיט א חבר און ער האט ארויסגעברענגט התפעלות פונעם רבינ׳ס הייליגע צורה.. האביך אים געפרעגט אויב לו יצוייר אז מארגן וואקט ער אריין אינגאנצן אפגעגאלט (די בארד עספעשעלי) צו ער וואלט נאכאלץ געהאלטן פונעם די זעלבע…
לאמיר נישט רעדן פון צדיקים,
פלעינע אינגעלייט! וואס איז דאס וואס מען זעהט אויפן פנים אנדערש ביי ערליכע ווי נישט, אפילו ליטווישע און אפילו ביי בחורים
 
און ווער זאגט אז די מעשה איז אמת? איז דא נאך באווייזן חוץ א מענטש וואס פארציילט עס?

בכלל, פון די הונדערטער/טויזענטער/מיליאנען מופתים, פארוואס איז נישטא קיין איינס וואס האט קלארע באווייזן וואס מ'קען עס נישט אפפרעגן?
אויב א מענטש וואס דו ווייסט קלאר אז ער איז אן איש אמת און ער דערציילט בדידיה הוו עובדא איז גאנץ שווער צו זאגן אז ער האט עס פלעין אויסגעזויגן פון פינגער
 
איך מיין אז דו זאלסט מאכן א בליינד טעסט.. העסטו קענען מברר זיין צו דו זעיסט עכט די קדושה.. אדערווייז קענעס זייער מעגליך זיין פסיכאלאגישע סימנים..
 
איך מיין אז דו זאלסט מאכן א בליינד טעסט.. העסטו קענען מברר זיין צו דו זעיסט עכט די קדושה.. אדערווייז קענעס זייער מעגליך זיין פסיכאלאגישע סימנים..
אדרבה קענסט מסביר זיין וואס זייער פנים צייגט אנדערש?
 
אדרבה קענסט מסביר זיין וואס זייער פנים צייגט אנדערש?
ס׳זייער דקות׳דיג… ס׳דא מענטשן וואס האבן א חוש (חכמת הפרצוף?) און וואס דו זעיסט איז לאוו דוקא קדושה.
למשל, דו קענסט אפשר אויך זעין ווער ס׳איז א בעל הבית/ארבייטער… חתונה געהאט/סינגל… וכדומה…
 
ס׳זייער דקות׳דיג… ס׳דא מענטשן וואס האבן א חוש (חכמת הפרצוף?) און וואס דו זעיסט איז לאוו דוקא קדושה.
למשל, דו קענסט אפשר אויך זעין ווער ס׳איז א בעל הבית/ארבייטער… חתונה געהאט/סינגל… וכדומה…
אמת, קוק אבער ביי עכט ערליכע אידן עס שרייט קדושה אויפן פנים!
וויפיל איך האב פרובירט הסברים האב איך נישט געקענט דאס מסביר זיין
להבדיל די פויפסט האט אביסל א העכערע פנים אבער נישט דאס בכלל
 
@אורח הכבוד עס איז א שאד די וויכוח, אויב דו זעהסט זעהסטו. אבער אויב ווילסטו א הסבר דארפסטו קודם מסביר זיין פונקטליך וואס דו זעהסט דארט ווייל איך ווייס נישט וויאזוי קדושה זעהט אויס
 
@אורח הכבוד עס איז א שאד די וויכוח, אויב דו זעהסט זעהסטו. אבער אויב ווילסטו א הסבר דארפסטו קודם מסביר זיין פונקטליך וואס דו זעהסט דארט ווייל איך ווייס נישט וויאזוי קדושה זעהט אויס
זיייער שווער דאס צו מסביר זיין אבער א ערליכע אינגערמאן זעט מען גלייך אויפן פנים / מהות
 
ברענג מיר א גוי מיט א בארד וואס האט א צורה פון עני צדיק
isha-home-mystic_new.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי דא מגלה זיין חכמת הפרצוף.

אויב האט ער א שמוציגע טלית קטן, און ער געט ארויס א לייכטע-שוויץ-שמעק, איז ער א אינגערמאן וואס רעדט איין זיין שווער אז ער לערנט אין כולל אבער עכט דרייט ער מיט קרעדיר קארד פוינטס.

אויב האט ער די נייע פענסי מינע טאטש-סקרין פליפ פאון, האט ער א ניק אויף אייוועלט.

אויב האט ער א גרויסע ברייטע הוט און א לאנגע בארד ווענדט זיך, אויב גייט ער שווארץ-ווייס גלעזער וויל ער זיין א רבי׳לע, אבער אויב גייט ער העלף-פרעים גלעזער וויל ער זיין א רב׳עלע.

אויב האט ער א איינגעדרייטע בארד און פיאות ארום די אויערען, האט ער א סמארטפאון און ער איז קובע עיתים און דאווענט מיט מנין יעדע טאג.

אויב זאגט ער האַלאָו אין איעדע צווייטע סענטענס, איז ער א חברים מעמבער.

אויב רעדט ער אין קאודס, דהיינו 43 האט געזאגט פאר 65 אז 21 האט זיך משדך געוועהן מיט 32, איז ער א הצלה מעמבער.

אויב רבינו הקדוש מיינט ביי עם נישט די רעבע זכיסע, האט ער א ניק אויף קרעמל.

אויב refered ער צי weed אלץ דראגס, איז ער שטעקן געבליגען אין די פריערדיגע יאר-צענדליג.

אויב קען ער נישט אויפהערן זאגן באשעפער איי לאוו יו, האט ער פיינט דעם אייבערשטען.

אויב נחמיה וועבערמן איז ביי עם אומשולדיג אוו נחום ראזענבערג איז א שייגעץ, דאווענט ער אין ראדני.
 
איך הער אסאך מאל גאר אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים פון מענטשן וואס האבן דאס אליינס מיטגעלעבט, איך קען שטעלן הונדערטער אבער אין כאן המקום להאריך..
איך פארשטיי אז די ערשטע זאך וועט מען ענטפערן אז דעי מענטשן וואס דערציילן טרייבן איבער, איך רעד אבער פון מעשיות פון כלי ראשון וויאזוי צדיקים האבן געזאגט אפענע זאכן פאראויס און ממש אזוי האט פאסירט, און עס האט פאסירט זאכן וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע,

למשל פונעם ריבניצער אדער פון ר׳ ישעי׳לע און נאך אסאך וויאזוי אן א שיעור מענטשן דערציילן ווי זיי האבן געזאגט זאכן אפען און מ׳האט טאקע געזען אזוי ממש חוץ לדרך הטבע,
איך רעד פון מענטשן וואס זעהן אויס זייער אמתדיג און אפילו זיי טרייבן איבער בלייבט נאך אלס די מעשה גאר אינטערעסאנט

ווער רעדט נאך פון די טויזנטער מעשיות פון פריעדיגע צדיקים פון 100-200 יאר צוריק.

האבן טויזנטער מענטשן אויפגעמאכט מעשיות?? איך רעד נישט פון מופתים וואס זענען געלונגען איך רעד פון מעשיות וואס האבן ממש נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נעכטן האב איך געזען פון באבא סאלי וויאזוי מענטשן דערציילן אפענע זאכן וכו׳

דאס גיבט לכאורה א שטארקע אמונה אז אונזער אידישקייט כהיום איז דאס וואס דער באשעפער וויל, הגם מ׳זעהט אין חז"ל און ווער רעדט נאך פון תנ"ך גאר אן אנדערע אידישקייט...
לכאורה אבער איז שווער פארוואס זעהט מען נישט אין די ראשונים אזעלכע מעשיות, פארקערט דער רמב"ם און נאך מאכן אוועק די אלע זאכן
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס

בקיצור איך בין זייער צומישט אויף דעם נושא.

דא וועל איך לייגן א דוגמא וויאזוי איינער דערציילט א מעשה פון באבא סאלי וואס האט בשום אופן נישט א תירץ בדרך הטבע
אדרבה אויב איינער קען שטעלן נאך אנדערע מופתים פון אנדערע כלי ראשון וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצושמועסן.

View: https://youtu.be/sDCDCPvDWGE?si=LL-qgz_G1MEes5Jt
Placebo effect is real
ס׳דא אסך שטודיעס דערויף און קלארע proof וויאזוי מ׳האט געגעבן איינעם א באטעלע טראפן אלס ״מעדיצין״ פאר א רפואה און טראצדעם וואס קיין מעדיצין איז נישט געווען דערין, נאר פשוט׳ע צוקער וואסער, האט עס געהאלפן דעם מענטש פילן בעסער זייער שנעל. וויאזוי? ווייל אונזער כח הדמיון האט א געוואלדיגע כח אז געוויסע זאכן וואס דו גלייבסט דערין וועט עס ברענגען מכח אל הפועל די וואונטש וואס דו האסט
into reality

איך רעד נישט פון געווינען א לאטערי, וואס דו אליין ווייסט אויך אז ס׳נאר wishful thinking און דו גלייבסט נישט אמת׳דיג.

ס׳איז א בחינה פון צדיק גוזר והקב״ה מקיים - נישט נאר פאר דערהויבענע צדיקים, נאר יעדער פשוט׳ער מענטש האט אזא כח (there are ways to cultivate it)

ס׳דא מופתים מאכער אין די גוי׳שע וועלט אויך! ס׳נישט קיין proof אויף תורה מן השמים (בד״וו די רמב״ם האט אויך נישט געגלייבט אין די תורה מן השמים וואס מ׳האט אונז איינגעבאקן

״ווען מ׳זעהט וואונדער, מיינט עס נישט א ״סימן פון הימל אז אלס וואס מ׳האט מיר געלערנט מוז זיין אמת״

ס׳פשוט א סימן אז מיר האבן אין זיך אסך מער
כוחות אין אונז ווי מיר באגרייפן

*כ׳וועל זעהן אויב איך קען דיר טרעפן די גוי׳שע נסים - אבער איך ווייס מינימום צוויי - ערשט האנטיגע מעשיות, איינע פון זיי איז געווארן אויסגעפארשט דורך אן אינוועסטיגעיטער וואס האט עס נישט געוואלט גלייבן - און ס׳זייער אינטערעסאנט וואס ס׳געווארן אנטפלעקט
 
אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
ס׳דעפיניטלי דא א איידלקייט און א געוויסע purity ביי געוויסע תמימות׳דיגע ערליכע אידן - וואס מ׳זעהט נישט אויף א cynical לאיער וועלכער האט שוין געזעהן צופיל אומרעכט אין די וועלט
 
Placebo effect is real
ס׳דא אסך שטודיעס דערויף און קלארע proof וויאזוי מ׳האט געגעבן איינעם א באטעלע טראפן אלס ״מעדיצין״ פאר א רפואה און טראצדעם וואס קיין מעדיצין איז נישט געווען דערין, נאר פשוט׳ע צוקער וואסער, האט עס געהאלפן דעם מענטש פילן בעסער זייער שנעל. וויאזוי? ווייל אונזער כח הדמיון האט א געוואלדיגע כח אז געוויסע זאכן וואס דו גלייבסט דערין וועט עס ברענגען מכח אל הפועל די וואונטש וואס דו האסט
into reality

איך רעד נישט פון געווינען א לאטערי, וואס דו אליין ווייסט אויך אז ס׳נאר wishful thinking און דו גלייבסט נישט אמת׳דיג.

ס׳איז א בחינה פון צדיק גוזר והקב״ה מקיים - נישט נאר פאר דערהויבענע צדיקים, נאר יעדער פשוט׳ער מענטש האט אזא כח (there are ways to cultivate it)

ס׳דא מופתים מאכער אין די גוי׳שע וועלט אויך! ס׳נישט קיין proof אויף תורה מן השמים (בד״וו די רמב״ם האט אויך נישט געגלייבט אין די תורה מן השמים וואס מ׳האט אונז איינגעבאקן

״ווען מ׳זעהט וואונדער, מיינט עס נישט א ״סימן פון הימל אז אלס וואס מ׳האט מיר געלערנט מוז זיין אמת״

ס׳פשוט א סימן אז מיר האבן אין זיך אסך מער
כוחות אין אונז ווי מיר באגרייפן

*כ׳וועל זעהן אויב איך קען דיר טרעפן די גוי׳שע נסים - אבער איך ווייס מינימום צוויי - ערשט האנטיגע מעשיות, איינע פון זיי איז געווארן אויסגעפארשט דורך אן אינוועסטיגעיטער וואס האט עס נישט געוואלט גלייבן - און ס׳זייער אינטערעסאנט וואס ס׳געווארן אנטפלעקט
און וויאזוי פארענפערסטו די טויזנטע מעשיות ווי צדיקים האבן אפען פאראויס געזאגט זאכן און ממש אזוי איז געווען?
 
Back
Top