אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

איך האב אים נישט געקענט אבער וואס איז אזוי שווער צו זיך פארשטעלן? ער זעהט דער קליינער בחור'ל דוכנ'ט אויף אים מיט קעלבערנע אויגן, האט ער צוזאמען געשטעלט איינס מיט איינס און זיך ערקלערט

מען דארף נישט זיין קיין גרויסער נביא צו טראכטן וואס דער קינד טראכט יעצט, און אדער איז ער סתם אזוי געווען אין די גיסטע צו שעירן א באלערנדע ידיעה מיט א יונגער בחור'ל.
@דאקטאר-ראבינער איך האב דאס געמיינט.
איך האב פשוט געשריבן אביסל סארקאסטיש...

די עיקר איז אז ס'איז זייער פארשטענדליך על פי טבע, א פשוט'ע מענטשליכע באגעגעניש.
 
איין פון די גדולים איז געווען ר׳ יצחק מאשקאוויטש פון נייטרא וויליאמסבורג. איך בין געווען אין ביהמ”ד אונטער אים און געזען ווי ער קושט די מזוזה ביים טיר דורכ’ן לייגן די האנט. זייענדיג א אינגע בחור’ל האב איך מיך געטראכט אינטערסאנט ער קושט נישט די מזוזה אליינס. פלוצלינג גיבט ער זיך א דריי אויס צו מיר און זאגט ” רבי עקיבא איגר אין די הגהות אויפן שו”ע שרייבט אז דער עיקר איז לייגן די האנט אויפן מזוזה נישט די קושן.” ער האט זיך אויסגעדרייט און אוועקגעוואקט. איך בין געווען אזוי שאקירט אז איך בין געבליבן שטיין דארט אין נייטרא בהמ”ד פאר עטליכע מינוט ווי א קלאץ. די גענויע מראה מקום, על אף ער האט דאס געזאגט, האט זיך נישט רעגיסטרירט מיט מיך.
די צווייטע מעשה איז מיט א לעבעדיגן. עס איז זייער פריוואט סאו איי וויל ליעוו איט דעיר.
וויי איז מיר אז דיין אמונה איז געבויט אויף די "תפיסת מחשבה" (נעה. כ'ווייס אז נישט).

טאמער איינער זעהט ווי איך טו א מאדנע זאך האב איך אויך תפיסת מחשבה און כ'זאג עם פארוואס איך טו עס
 
ס׳דאך בכלל נישט מאדנע, ס׳איז דאך מנהג העולם אזוי…
 
האמיר שוין דא א דומ"ץ אויך?
יא! איך האב די הוראה. הגם היינט, אז איך פראקטיציר אנדערע זאכן פראקטיציר איך שוין נישט הוראה, אבער איך פרוביר צו חזר׳ן כסדר און צו זיין אפ טו פאר. און יא, איך האב שוין עטליכע מאל געשטעלט מורה מורינו הרב’ס אין פלאץ צוליב אן אמעראצישן פסק, שוין נאכ׳ן איבערלאזן די ראבינאט.
 
איך אליין קען מעיד זיין אויף מיר איך בין א יודע מחשבות, איך רעד מיט א בחור און איך זאג עם וואס איז מיט קדושה וטהרה??? רוב מאהל זעט מען ווי איך האב צו געטראפען
 
תפיסת מחשבה איז א חכמה ואינה רוח הקודש, ווען מ'זיצט אין סירקלס ווייסט מען אמאל אסאך מער ווי מחשבות.

ס'האט מיטן זיין אינטונד מיט זיך אליין, מיט די שכל און מיט די סובקאנשעס (וואס מאכט גאר שנעלע חשבונות וואס מ'כאפט אליין נישט).

ווען איך בין ווען א קרוק, וואלטעך געווען א באבא. כ'האב אמאל וואס מענטשן פרעגן מיר "וויזוי האסטו געוויסט"? רוב מאל איז עס אזוי פשוט. (און דאס ווייזט מיר אז מ'קען האבן 'תפיסת מחשבה' אהן אידישקייט.)
-

כ'וועל דא געבן א דוגמא.
מיין טאטע האט אסאך ניגונים וואס ער לייגט ארויף אויף מנוחה ושמחה, יעדע שבת זינגט ער עפעס לויט זיין גיסטע. איין שבת האט ער זיך פראבירט צו דערמאנען ווי אזוי א געוויסע מנוחה ושמחה גייט, אבער קיינער קען אים נישט העלפן ווייל מ'ווייסט דאך נישט וועלכע ניגון ער וויל.
דער הייליגער שעפטי קוקט אים אהן פאר א קארצע וויילע און הייבט אהן זינגען דעם ניגון וואס ער האט געוואלט זינגן.

פשש. ווי אזוי האסטו געוויסט וועלכע ניגון?!!!
זייער סימפל, בשעתן פראבירן זיך צו דערמאנען האסטו געמאכט געוויסע שטריכן אויפן פנים וואס דו מאכסט ביים זינגן דעם הויעכן פאל פון יענע ניגון. (ווייל בשעתן פראבירן זיך צו דערמאנען דעם תנועה האט ער כאטש געדענקט א געוויסע הרגש וואס ער האט ביי יענעם ניגון און האט זיך פראבירט צו דערמאנען דעם ניגון דורכן פראבירן אריינצוגיין אין יענעם הרגשה).
-

די רביצין האט אויפגעשטאנען פריער און געפארן ערגעץ, די הייליגער שעפטאל מיט זיינע אפענע אויגן האט זי די ערשטע זאך געפרעגט אויפן פאון 'נו, ווי אזוי איז געווען די געקויפטע קאווע'?

וויזוי ווייסטו אז כ'האב געקויפט? געווענדליך מאך איך דאך אינדערהיים?

זייער סימפל, יעצט ווען מ'רעדט איז שוין לאנג נאך דיין קאווע צייט, דו גייסט נישט א טאג אהן קאווע, האסטו זיך אפגעשטעלט און געקויפט א קאווע.

אבער וויזוי ווייסטו אז כ'האב עס נישט געמאכט אינדערהיים? ווייל ווען דו קאכסט הייסע וואסער פיהלסטו אהן בשפע סאך מער פונעם מינימום. כ'האב געזעהן אז די קעסל האט קוים וואסער, מיינט עס אז דו האסט עס נישט גענוצט היינט...
-

דער פנים און גוף פון א מענטש זאגט דיר זיין געפיהל, פריילעך - צובראכן, קאנפידענס - פארלוירן, מלחמה מאוד מיט זיך אליין - מחילה עקסעפטענס, מסכים מיט וואס דו זאגסטו - נישט מסכים, האט הנאה - האט קיין נערווען.

אויף וואס קוקט ער, וואס פאר א סארט שמייכל האט ער געמאכט (הנאה, שעמעדיג, סארקאסטיש, וכדו')

די טאון פון זיין קול, די קלארקייט דערפון, די שטארקייט דערפון, וואס פאר א סארט שטארקייט, די תנועה, די הויעכקייט פון די נאוט און פיטש וואס ער האט גענוצט ווי, און אויב זיין גוף זאגט די זעלבע ווי זיינע ווערטער.

תפיסת מחשבה איז א פשוטע זאך ביי צדיקים אבער אויך ביי רשעים און בינונים (כלפי רעליגיע), ס'ווענד זיך ווי סאך דער מענטש איז אפן צו זיך, און די קליינע דעטאלן וואס ער כאפט אויף, ס'ווענד זיך וויזוי ער האט אויפגעוואקסן, (למשל, איך בין אויפגעוואקסן אלץ א פיפלס פליזער וואס מוז אפליינען יענעמס הרגשים פאר מיין סעיפטי) און ס'ווענד זיך אויך אין זייער מאאד און ראוגקייט צו אבזאווירן.

מיט אביסל מעדעטעישאן, קען מען ארויס האבן יענעמס מהלך המחשבה, יענעמס 'דעת', וואס ער גייט טראכטן ווען ער וועט זעהן וואס, וואס ער וועט פרעגן, ענטפערן, און אסאך מער.

א אמת'ע גוטע חבר וועט דיר אמאל זאגן עפעס וואס ער פיהלט אז דו דארפסט יעצט הערן, הגם ער ווייסט ניטאמאל ווי אזוי זיין מוח ווייסט עס.
-

לאמיר ענדיגן מיט א גוטע טיפ פאר די רבי'ס. זאג זאכן גענוג וועיג, אז אויב דו האסט א טעות זאל עס זיך דורכגליטשן אומבאמערקטערהייט.

לדוגמא, ווען דו זאגסט עפעס און דו געדענקסט אז האסט לעצטענס געזאגט פאר איינעם עפעס וואס קוקט אויס ווי א סתירה, און דו זעהסט יענעמס פנים ציהט זיך איין מיט א פארווינדערטע מינע.
רוף זיך נישט אהן "דו ווינדערסט זיך אז ס'איז א סתירה" נאר זאג גלייך טאקע בשעתן אריינקוקן יענעם אין די אויגן, "ס'נישט קיין סתירה מיט כך וכך" (מיטן טאון אזוי ווי דו ענטפערסט אפ א קשיא)

אזוי ביסטו פארזיכערט, ווייל אויב ער האט עס נישט געטראכט, ענטפערסטו סך הכל אפ דיין אייגענע קשיא, און אויב זיין פנים נעמט זיך גלאנצן דערפון מיט התפעלות, קענסטו אפי' צולייגן אזוי אגב'דיג בשעתן קוקן אויפן ציבור עפעס בנוגע "מהרהר אחר רבו".
-

שוין גענוג סודות פונעם חדר פון רוה"ק און פויעלן ישועות. פון דא און ווייטער קאסט שוין געלט...
 
תפיסת מחשבה איז א חכמה ואינה רוח הקודש, ווען מ'זיצט אין סירקלס ווייסט מען אמאל אסאך מער ווי מחשבות.

ס'האט מיטן זיין אינטונד מיט זיך אליין, מיט די שכל און מיט די סובקאנשעס (וואס מאכט גאר שנעלע חשבונות וואס מ'כאפט אליין נישט).

ווען איך בין ווען א קרוק, וואלטעך געווען א באבא. כ'האב אמאל וואס מענטשן פרעגן מיר "וויזוי האסטו געוויסט"? רוב מאל איז עס אזוי פשוט. (און דאס ווייזט מיר אז מ'קען האבן 'תפיסת מחשבה' אהן אידישקייט.)
-

כ'וועל דא געבן א דוגמא.
מיין טאטע האט אסאך ניגונים וואס ער לייגט ארויף אויף מנוחה ושמחה, יעדע שבת זינגט ער עפעס לויט זיין גיסטע. איין שבת האט ער זיך פראבירט צו דערמאנען ווי אזוי א געוויסע מנוחה ושמחה גייט, אבער קיינער קען אים נישט העלפן ווייל מ'ווייסט דאך נישט וועלכע ניגון ער וויל.
דער הייליגער שעפטי קוקט אים אהן פאר א קארצע וויילע און הייבט אהן זינגען דעם ניגון וואס ער האט געוואלט זינגן.

פשש. ווי אזוי האסטו געוויסט וועלכע ניגון?!!!
זייער סימפל, בשעתן פראבירן זיך צו דערמאנען האסטו געמאכט געוויסע שטריכן אויפן פנים וואס דו מאכסט ביים זינגן דעם הויעכן פאל פון יענע ניגון. (ווייל בשעתן פראבירן זיך צו דערמאנען דעם תנועה האט ער כאטש געדענקט א געוויסע הרגש וואס ער האט ביי יענעם ניגון און האט זיך פראבירט צו דערמאנען דעם ניגון דורכן פראבירן אריינצוגיין אין יענעם הרגשה).
-

די רביצין האט אויפגעשטאנען פריער און געפארן ערגעץ, די הייליגער שעפטאל מיט זיינע אפענע אויגן האט זי די ערשטע זאך געפרעגט אויפן פאון 'נו, ווי אזוי איז געווען די געקויפטע קאווע'?

וויזוי ווייסטו אז כ'האב געקויפט? געווענדליך מאך איך דאך אינדערהיים?

זייער סימפל, יעצט ווען מ'רעדט איז שוין לאנג נאך דיין קאווע צייט, דו גייסט נישט א טאג אהן קאווע, האסטו זיך אפגעשטעלט און געקויפט א קאווע.

אבער וויזוי ווייסטו אז כ'האב עס נישט געמאכט אינדערהיים? ווייל ווען דו קאכסט הייסע וואסער פיהלסטו אהן בשפע סאך מער פונעם מינימום. כ'האב געזעהן אז די קעסל האט קוים וואסער, מיינט עס אז דו האסט עס נישט גענוצט היינט...
-

דער פנים און גוף פון א מענטש זאגט דיר זיין געפיהל, פריילעך - צובראכן, קאנפידענס - פארלוירן, מלחמה מאוד מיט זיך אליין - מחילה עקסעפטענס, מסכים מיט וואס דו זאגסטו - נישט מסכים, האט הנאה - האט קיין נערווען.

אויף וואס קוקט ער, וואס פאר א סארט שמייכל האט ער געמאכט (הנאה, שעמעדיג, סארקאסטיש, וכדו')

די טאון פון זיין קול, די קלארקייט דערפון, די שטארקייט דערפון, וואס פאר א סארט שטארקייט, די תנועה, די הויעכקייט פון די נאוט און פיטש וואס ער האט גענוצט ווי, און אויב זיין גוף זאגט די זעלבע בשעת מעשה.

תפיסת מחשבה איז א פשוטע זאך ביי צדיקים אבער אויך ביי רשעים און בינונים, ס'ווענד זיך אין זייער מאאד און ראוגקייט צו אבזאווירן.

מיט אביסל מעדעטעישאן, קען מען ארויס האבן יענעמס מהלך המחשבה, יענעמס 'דעת', וואס ער גייט טראכטן ווען ער וועט זעהן וואס, וואס ער וועט פרעגן, ענטפערן, און אסאך מער.

א אמת'ע גוטע חבר וועט דיר אמאל זאגן עפעס וואס ער פיהלט אז דו דארפסט יעצט הערן, הגם ער ווייסט ניטאמאל ווי אזוי זיין מוח ווייסט עס.
-

לאמיר ענדיגן מיט א גוטע טיפ פאר די רבי'ס. זאג זאכן גענוג וועיג, אז אויב דו האסט א טעות זאל עס זיך דורכגליטשן אומבאמערקטערהייט.

לדוגמא, ווען דו זאגסטו עפעס און דו געדענקסט אז האסט לעצטענס געזאגט פאר איינעם עפעס וואס קוקט אויס ווי א סתירה, און דו זעהסט יענעמס פנים ציהט זיך איין מיט א פארווינדערטע מינע.
רוף זיך נישט אהן "דו ווינדערסט זיך אז ס'איז א סתירה" נאר זאג גלייך טאקע בשעתן אריינקוקן יענעם אין די אויגן, "ס'נישט קיין סתירה מיט כך וכך" (מיטן טאון אזוי ווי דו ענטפערסט אפ א קשיא)

אזוי ביסטו פארזיכערט, ווייל אויב ער האט עס נישט געטראכט, ענטפערסטו סך הכל אפ דיין אייגענע קשיא, און אויב זיין פנים נעמט זיך גלאנצן דערפון מיט התפעלות, קענסטו אפי' צולייגן אזוי אגב'דיג בשעתן קוקן אויפן ציבור עפעס בנוגע "מהרהר אחר רבו".
-

שוין גענוג סודות פונעם חדר פון רוה"ק און פויעלן ישועות. פון דא און ווייטער קאסט שוין געלט...
איך בין מורא'דיג נתפעל פון דיר! פון איין זייט ביסטו מלא הארץ און רגש, אבער פון די אנדערע זייט לאזטו זיך נישט נארן און דו האסט ארויס די טרוקענע מציאות גאר גוט!
 
ס׳זייער דקות׳דיג… ס׳דא מענטשן וואס האבן א חוש (חכמת הפרצוף?) און וואס דו זעיסט איז לאוו דוקא קדושה.
למשל, דו קענסט אפשר אויך זעין ווער ס׳איז א בעל הבית/ארבייטער… חתונה געהאט/סינגל… וכדומה…
גראדע האב איך א 90% סוקסעס רעיט אין אלע אויבערדערמאנטע
 
Back
Top