אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

איך האב געהערט און געלייינט די לעצטע פאר טאג גאר אינטערעסאנטע מופתים פון ר׳ ישעי׳לע
זייער אסאך קען מען נישט מסביר זיין על פי טבע, איז מעגליך אז טויזנטער מענטשן האבן סתם אויפגעמאכט מעשיות?
עס מוז נישט זיין אויפגעמאכט, אבער אן דאטא איז א מעשה גארנישט ווערט.
לדוגמא, זייער אזאך מעשיות גיין בערך אזוי, אמעזאן האט עם געלייגט א האלד אויף די אקאונט, די אינספעקטער האט געלייגט א סטאפ ארדער, ער האט זיך נישט געפילט גוט פאר א וואך צייט,
און ער איז געגאנגען צו ר׳ ישעילע, ר׳ שמעון בר יוחאי, זיין רבי, געגאסן בליי, געגעבען געלט פאר קופת העיר.

און ער איז געהאלפן געווארן.

די מענטשן זענען לאו דוקא ליגענערס, עס איז פשוט די הסבר וואס זיי לייגן אן די ישועה מוז נישט זיין אמת, ווייל פילע עמעזאן עקאונטס ווערן אויפגעשפארט אן ר׳ ישעילע, פילע סטאפ ארדערס גייען אוועק אן ר׳ שמעון, און פילע מענטשן היילן זיך אויס אן די רבי׳ס ברכה.

מילא די איינציגסטע וועג איז צו נעמען צעהן מענטשן וואס מען האט זיי פארמאכט די עקאונט, פינף וועלן גיין צו ר׳ ישעי׳לע און פינף זאלן נישט גיין, און לאמיר זעהן צו די וואס זענען געגאנגען צו ר׳ ישעי׳לע האבן טאקע געהאט א העכערע סוקסעס ראטע.
דערווייל האט נאך קיינער נישט געמאכט אזא שטודיע אויף עני סגולה.

אבל לגבי עסן פאר ר׳ ישעי׳לע כולי עלמא מודי דבעינן נמי לכם, ואין בודקין מן המזבח ולמעלה.
 
איך האב געהערט און געלייינט די לעצטע פאר טאג גאר אינטערעסאנטע מופתים פון ר׳ ישעי׳לע
זייער אסאך קען מען נישט מסביר זיין על פי טבע, איז מעגליך אז טויזנטער מענטשן האבן סתם אויפגעמאכט מעשיות?
הייב אן מיט איינס
 
הייב אן מיט איינס
די מעשה ווי ער האט ארויסגענומען נאך און נאך בילקעלעך פון א זעקל. און ס'איז געווען גענוג פאר יעדעם.

מ'זאגט עס אויך אויף באבא סאלי מיין איך (אפשר מיט גיסן אראק).

ענדלט צו אלישע הנביא מיט די אויל [מיט שולמית?]. (עיין מלכים)

ווי אויך זשיסעס מיט די ברויט. (וויקיפעדיע)

על כל פנים די מין מופת האט א לאנגע היסטאריע. מענטשן האבן זייער ליב זאל זיין עסן גענוג פאר יעדן .

אריינטראכטנדיג מאכט עס אסאך סענס. עסן איז דורכאויס היסטאריע געווען די וויכטיגסטע זאך אויפן געדאנק. הונגערן איז געווען אן אפטע ערשיינונג.
קוקט אויס אז עס וואס ווייזט איינער קען שפייזן הונגעריגע, אפי' ווען ס'איז נישט דא גענוג בדרך הטבע, לאזט א מורא'דיגע איינדרוק פאר די וואס הערט די מעשה.
 
הייב אן מיט איינס
למשל אן אייניקל פון ר׳ אלימלך (דאכצעך ר׳ אלימלך) איז ארויסגעפארן אויף מלוה מלכה די ערשטע מאל צו ר׳ ישעי׳לע און ר׳ ישעי׳לע האט געזאגט צוויי שעה פארדעם אז עס גייט קומען אן אן אייניקל פון ר׳ אלימלך

אדער די מעשה מיט די מייז אין בעקערי ווי א איד פון וויליאמסבורג האט געזאגט עדות ווי די מייז זענען ארויסגעגאנגען איינס ביי איינס

איך האב א חבר וואס עמעזאן האט אים געעפנט נאכן ווארטן חדשים ממש צען מינוט נאכן זיין אויפן ציון

עס איז דא זייער אסאך כהנה רבות
 
למשל אן אייניקל פון ר׳ אלימלך (דאכצעך ר׳ אלימלך) איז ארויסגעפארן אויף מלוה מלכה די ערשטע מאל צו ר׳ ישעי׳לע און ר׳ ישעי׳לע האט געזאגט צוויי שעה פארדעם אז עס גייט קומען אן אן אייניקל פון ר׳ אלימלך
ווער איז דארט געווען און איבערפארציילט די מעשה? און איז דא נאר איין אייניקל פון ר"ר אלימלך?
אדער די מעשה מיט די מייז אין בעקערי ווי א איד פון וויליאמסבורג האט געזאגט עדות ווי די מייז זענען ארויסגעגאנגען איינס ביי איינס
עס איז דא א ווידיא דערפון?
איך האב א חבר וואס עמעזאן האט אים געעפנט נאכן ווארטן חדשים ממש צען מינוט נאכן זיין אויפן ציון
וויפיל מענטשן מיט עמעזאן אקאונטס האט ר' ישעי'לע גארנישט אויפגעטוהן? און אויב אזוי ווער זאגט אז עס איז עפעס מער ווי א צופאל? איך שטעל מיך פאר ער האט געטוהן השתדלות צוריק צו עפענען זיין אקאונט.
 
למשל אן אייניקל פון ר׳ אלימלך (דאכצעך ר׳ אלימלך) איז ארויסגעפארן אויף מלוה מלכה די ערשטע מאל צו ר׳ ישעי׳לע און ר׳ ישעי׳לע האט געזאגט צוויי שעה פארדעם אז עס גייט קומען אן אן אייניקל פון ר׳ אלימלך

אדער די מעשה מיט די מייז אין בעקערי ווי א איד פון וויליאמסבורג האט געזאגט עדות ווי די מייז זענען ארויסגעגאנגען איינס ביי איינס

איך האב א חבר וואס עמעזאן האט אים געעפנט נאכן ווארטן חדשים ממש צען מינוט נאכן זיין אויפן ציון

עס איז דא זייער אסאך כהנה רבות
צו האט רבי שייעעלע ספעציעלע מעגליכקייטן, למשל פּעסט קאנטראל, פארמיידן טיקעטס, און עפענען אמעזאן אקאונטס? אויב יא פארוואס פונקט די זאכן.

וויאזוי קען זיין אז די פּעסט קאנטראל קאמפעניס זענען נאך אין ביזנעס?

אלא מאי? טויזנטער מענטשן האבן פראבלעמען, טויזנטער מענטשן גייען אויפן ציון, טויזנטער מענטשן ווערן נישט געהאלפן, געוויסע ווערן יא געהאלפן ווייל אזוי ארבעט די וועלט. און דו הערסט נאר די איין מעשה וואס האט געארבעט.

א חרפה און א בושה צו פארוואנדלען אזא חשובער איד צו א טיקעט פייטער און עקסטערמינעטער.

אלעס ווייל מ'האט נישט געלערנט "סטאטיסטיקס" און "פראבעביליטי" ביי ענגליש, ווייל ס'איז נישט נוגע שפעטער אין לעבן.
 
למשל פונעם ריבניצער אדער פון ר׳ ישעי׳לע און נאך אסאך וויאזוי אן א שיעור מענטשן דערציילן ווי זיי האבן געזאגט זאכן אפען און מ׳האט טאקע געזען אזוי ממש חוץ לדרך הטבע,
איך רעד פון מענטשן וואס זעהן אויס זייער אמתדיג און אפילו זיי טרייבן איבער בלייבט נאך אלס די מעשה גאר אינטערעסאנט
@אורח הכבוד איך זעה דו האסט געעפנעט די שנירל.

1. יישר כח פארן אנהייבן אזא אינטערסאנטע טאפיק. מ'האלט שוין פעיזש 11. קוקט אויס דער עולם האט הנאה.

2. נאך 11 פעידזשעס ביסטו נאך אלץ צומישט? 😄
 
צו האט רבי שייעעלע ספעציעלע מעגליכקייטן, למשל פּעסט קאנטראל, פארמיידן טיקעטס, און עפענען אמעזאן אקאונטס? אויב יא פארוואס פונקט די זאכן.

וויאזוי קען זיין אז די פּעסט קאנטראל קאמפעניס זענען נאך אין ביזנעס?

אלא מאי? טויזנטער מענטשן האבן פראבלעמען, טויזנטער מענטשן גייען אויפן ציון, טויזנטער מענטשן ווערן נישט געהאלפן, געוויסע ווערן יא געהאלפן ווייל אזוי ארבעט די וועלט. און דו הערסט נאר די איין מעשה וואס האט געארבעט.

א חרפה און א בושה צו פארוואנדלען אזא חשובער איד צו א טיקעט פייטער און עקסטערמינעטער.

אלעס ווייל מ'האט נישט געלערנט "סטאטיסטיקס" און "פראבעביליטי" ביי ענגליש, ווייל ס'איז נישט נוגע שפעטער אין לעבן.
וויפיל אינגע מענטשן ליגן שוין באהאלטן אין בתי חיים'ס על אף וואס זייערע נאענטע האבן מתפלל געווען צו ביי ר' שייעלע צו ביי אנדערע צדיקים, מנדב געווען פרישטאגס און פלעשלעך ברוינפן, און אפילו ארום געלאפן אומעטום ביי לעבעדיגע רבי'ס און זיך מקבל געווען קבלת טובות און באקומען צוגעזאגעכצער פון עוד יניבון בשבה און ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט תכריכים אין קבר.
וויפיל מענטשן האבן ערליך געגעבן מעשר און חומש און פארלוירן זייער פארמעגן.
וויפיל מענטשן האבן זיך ג'קנאבעלט ג'עפלט און ג'בּיינט מיטשען זיך נאכאלץ מיט שידוכים, קינדער ענד וואט נאט.
וויפיל וויין און גרעיפ דזשוס פון די אפגעגאסענע צען מכות בצירוף מיט די סמנים פון דצ"ך עד"ש באח"ב און ס'האט אויפגעוטוהן אקוראט דאס "מכות"
ענד דע ליסט גאוס אן ענד אן.
אדרבה זאל מיר איינער ברענגן סטאטיסטיקס צו ביי אידן צוליב די אלע סגולות ווערן מער מענטשן עשירים, אדער מער מענטשן ווערן אויסגעהיילט פון קרענק צו מער קינדערלאזע האבן קינדער!
סתם צו שיסן און פארציילען מעשה'ס קען יעדער
 
אן אפענער מופת!

געווען א איד אין בארא פארק אפאר יאר צוריק וואס האט געלייגט א ווידעא אויף סטעטוס ווי ער פארמיידט א טיקעט פונעם פאליציאנט (דאכט זיך ס'איז געווען א פארקינג טיקעט) דורך א בילד פון רבי שייעלע ביים דעזשבאורד.

איז א קלוגער איד געגאנגען נאכקוקן יענעמס לייסענס פלעיט נומער ביי די אינסטאנצן. שטעלט זיך ארויס די איד האט געהאט אן ערך פון צוואנציג/דרייסיג אומבאצאלטע טיקעטס ווארטן רוהיג אין די רייע אויף א ישועה פון רבי שייעלע.
 
איך קען נישט אנהייבן מיט וויפיל מעשיות איך האב מיטגעהאלטן וואס כ׳האב געהערט, און ווען דו הערסט עס פונעם מקור ראשון אדער אפי׳ פון א נאנטערע, איז עס בכלל נישט די זעלבע.

וויפיל מעשיות האב איך מיטגעהאלטן וואס איינער האט פארציילט אויף זיך, וואס מיט די יארן איז די מעשה וואס ער אליין פארציילט געווארן בעסער און בעסער.

וויפיל מעשיות האב איך מיטגעהאלטן וואס מענטשן מאכן א מעשה אויסקוקן בעסער ווי ס׳איז געווען.

וויפיל מעשיות האב איך פרעזענליך מיטגעהאלטן וואס א צווייטער וואס איז געווען דארט פארציילט גאר א צווייטע מעשה, אדער האט פאנטאזירט הוספות.

לדוגמא איך האב געהערט א מעשה פון א גרויסע "גדול" וואס גייט אזוי.
ס׳איז געווען איינער א תינוק שנשבה וואס זיין טאטע די פרייער האט מען געטראפן ביי עם יענע מחלה ל"ע.

האט עם איינער א חבר געזאגט אפשר גיי אריין צו א ראביי, פרעגט וואו איז דא א ראביי? ווייזט ער עם אן די הויז פון יענע גדול.

שוין גייט ער אריין רעדט זיך אויס צו עם די הארץ, זאגט עם די גדול, טו אן תפילין פאר 40 טעג און די מחלה וועט אוועק גיין פון זיך אליינס, האט ער אזוי געטון.

פונקט האט זיין טאטע געהאט באשטימט א אפעראציע אין 40 טעג ארום.

ויהי היום און די דאקטער שנייט אויף... ואיננו די מחלה איז נישטא..
און ער איז געווארן א בעל תשובה.

די מעשה האב איך געהערט מיט די נעמען.

איין טאג טרעף איך זיך אן מיט דעם מענטש וואס האט מיך אליינס פארציילט די מעשה ווי פאלגענד.

ביי זיין טאטע האט מען געטראפן יענע מחלה, האט עם א חבר געזאגט גיין צום ראביי, איז ער אריין.

די רב האט עם געזאגט אז ער זאל אנטון תפילין יעדן טאג און מקבל זיין צו ווערן פרום, און שוין.

זיין טאטע האט שפעטער געהאט אן אפעראציע וואס זיי האבן מצליח געווען צו ארויס נעמען די מחלה.

בערך צוויי יאר שפעטער איז די מחלה צוריק און זיין טאטע איז אוועק פון דעם.

אזוי מער ווייניגער ארבעט אלע מעשיות.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top