כלבין דחציפין
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 103
- רעאקציע ראטע
- 475
עס מוז נישט זיין אויפגעמאכט, אבער אן דאטא איז א מעשה גארנישט ווערט.איך האב געהערט און געלייינט די לעצטע פאר טאג גאר אינטערעסאנטע מופתים פון ר׳ ישעי׳לע
זייער אסאך קען מען נישט מסביר זיין על פי טבע, איז מעגליך אז טויזנטער מענטשן האבן סתם אויפגעמאכט מעשיות?
לדוגמא, זייער אזאך מעשיות גיין בערך אזוי, אמעזאן האט עם געלייגט א האלד אויף די אקאונט, די אינספעקטער האט געלייגט א סטאפ ארדער, ער האט זיך נישט געפילט גוט פאר א וואך צייט,
און ער איז געגאנגען צו ר׳ ישעילע, ר׳ שמעון בר יוחאי, זיין רבי, געגאסן בליי, געגעבען געלט פאר קופת העיר.
און ער איז געהאלפן געווארן.
די מענטשן זענען לאו דוקא ליגענערס, עס איז פשוט די הסבר וואס זיי לייגן אן די ישועה מוז נישט זיין אמת, ווייל פילע עמעזאן עקאונטס ווערן אויפגעשפארט אן ר׳ ישעילע, פילע סטאפ ארדערס גייען אוועק אן ר׳ שמעון, און פילע מענטשן היילן זיך אויס אן די רבי׳ס ברכה.
מילא די איינציגסטע וועג איז צו נעמען צעהן מענטשן וואס מען האט זיי פארמאכט די עקאונט, פינף וועלן גיין צו ר׳ ישעי׳לע און פינף זאלן נישט גיין, און לאמיר זעהן צו די וואס זענען געגאנגען צו ר׳ ישעי׳לע האבן טאקע געהאט א העכערע סוקסעס ראטע.
דערווייל האט נאך קיינער נישט געמאכט אזא שטודיע אויף עני סגולה.
אבל לגבי עסן פאר ר׳ ישעי׳לע כולי עלמא מודי דבעינן נמי לכם, ואין בודקין מן המזבח ולמעלה.