איך בין געװארן מאלעסטעד אלס קינד, עטליכע מאל. פאר א לאנגע זמן האב איך מיך אײנגערעדט אז ס'האט מיר נישט געשאדט אבער הײנט בין איך מודה אז ס'האט מיר יא געשאדט אבער איך שעם מיך צוזאגן װי-אזױ ס'האט מיר געשאדט [עטס קענטס מסתמא געסן] סאו פרעגטס אפי' נישט.
הגם איך בין מאלעסטעד געװארן נאך זײענדיג גאר קלײן האט אבער דאס מערסטע א רושם איבערגעלאזט, נעמליך ס'האט מיר דאס מערסטע װײ-געטוהן בשעתו, װען איך בין מאלעסטעד געװארן בײ די 13 פון א בחור פון 15, אין װאָדריזשער ישיבה אין די קעטסקילס.
דער בחור האט מיך מסית געװען און שפעטער געגאנגען זאגן די מנהל אז ס'געװען פארקערט - איך האב אים איבערגערעדט, אױף װאס איך האב געכאפט מכות אכזריות ונמרצות פון דעם ראש ישיבה װײל דער ר"י האט מיך נישט געגלײבט. אפּפּערענטלי, יענעם'ס טאטע האט מער געלט געגיבן דעם ראש ישיבה. צוריקקוקענדיג טראכט איך אז דער בחור האט פשוט געהאט א תאװה פון זעהן זײנע קרבנות לײדן, כידוע אז די צװײ תאװת (סעקס און טאָרטשער), בײ מאנסים, גײען אסאך מאל בקנה אחד.
דער סיפור האט צוגעפירט צו געפערליכע רדיפות פון די רעסט פון די בני-הישיבה, װײל דער בחור איז געװען א פאפולערע בחור אזש איך האב געמוזט איבערלאזן די ישיבה אינמיטן זמן און יענער בחור וחביריו האבן דערנאך אפגעשיקט מײן רענצל, מיט מײנע זאכן אהײם, מיט די קאָנטענט דורכגעװײקט אין מילך, אױסגעמישט מיט א ביליאן קלײנע שרעדעד פײפערלעך, און מײנע װעש פארשמירט אין קאקאש קײק. בכלל האב איך געליטן דארטן כמעט א פולן זמן רדיפות. כ'האב דעמאלס כמעט געשװױרן אז איך גײ מער נישט צוריק אין ישיבה. למעשה האבן "גוטע" אידן זיך ארײנגעמישט און מיר געהאלפן טױשן ישיבה. איך האב דארטן אױך נישט מאריך ימים געװען אבער דאס פאר א אנדערע מאל.
דער ר"י הײסט יעקב משה לעבאװיטש, א זוהן פון ר' יצחק לעבאװיטש; ער האט שפעטער געפירט א ישיבה, אין מאנסי, 'בית הלל' דאכצעך האט עס געהײסן. בכלל איז יעקב משה געװען גאר אַן עקסטרימער, עצבני און פלעגט פראסקענען מיט א רציחה נוראה. הגם מען זאגט שפעטער איז ער בעסער געװארן. כנראה האט ער זיך געלערנט אױף אונזערע בײנער. איך געדענק ער האט מיר ארײנגענומען אין א צימער. איך פלעג מיט אים לערנען בחברותא ספר קב הישר פריװאט. איך האב געמײנט ס'איז א טאג כתמול שלשום. פלוצלונג װערט ער ערנסט, ער נעמט ארױס א באנטש פון 'פֿלעכטערס, פלעגט מען זײ רופן, און הײבט אָן ארײנהױבן אין מיר געהארגעטע מכות. ער האט מיר שיער אראפגעפליקט די לאפע.
ער איז מיר שפעטער יארן נאכגעלאפן און פרובירט איבערצובעהטן; איך האב אים איגנארירט. כ'האב נאך דעמאלס געמײנט אז נישט מוחל זײן = הײסערע גיהנום... הײנט װינדער איך מיר אױב דער בחור איז נישט א רודף נשים און רײפּיסט רח"ל, װער װײסט; אין פארטיקוּלאַר, אױב מען באריכט נישט די סארטן עבירות, אין די הײמישע צײטונגען און אַאוּטלעטס, און אױב אינפאָרמען צו פאליצײ איז מסירה, װי-אזױ דאַן גיבט מען זיך אין די קהילה אַן עצה מיט סעקס פּעסטס? ס'איז מיר נאך ביז הײנט א חידה סתומה.
איך קען אגב נאך אײנער, א קרוב, אױך א סעקס פעסט אין ישיבה געװען. די ערשטע דזשאב װאס ער האט גענומען נאך די חתונה איז אין הצלה...