אפענע אנקעטע - זענט איר געווארן מאלעסטירט?

זענט איר געווארן מאלעסטעט אלס קינד?

  • יא, אלס יונגל אונטער צען יאר

    Votes: 13 9.7%
  • יא, אין די יארן צווישן צען און דרייצן-פערצן

    Votes: 10 7.5%
  • יא, אלס בחור צווישן די בר-מצוה און די אכצן

    Votes: 13 9.7%
  • איך בין קיינמאל נישט געווארן מאלעסטעט

    Votes: 98 73.1%

  • Total voters
    134
די ציווילע גיזעץ נעמט אהן אז מען האט א דין פון
קטן ביז די 18 יאהר עלטער , אין די הלכה איז מען א גדול ביי די 13, סאו,עס מאכט א דיפערענץ צו מען
גייט נאך ציוויל אדער הלכה,לדוגמא,איינער פון 17
מיט 15 איז נישט מאלעסטעישן לויט ציוויל, אבער
איינער פון 18 מיט 15 איז יא מאלעסטעישן ,
אין פון די הלכה שטאנדפונקט איז נישט קיין דיפערענץ אין די פעלער , אזוי איז דא נאך חילוקים
אין סירקומסטענסעס , און יעדער קעיס דארף ווערן
עקסטרע עוועליועיטעט ווי הארב עס איז ,
אלע זענען פראבלעמען ,אבער עס איז דא דרגות
וואס אן אנקעטע מיט עטליכע אפשענס טיט נישט
קלעריפייען
 
געוויסע סטעיטס איז 16 17 אקעי.
 
וואו אין הלכה ווערט דיפיינד מאלעסטעישען און עידזש אף קאנסענט

עס האט לכאורה נישט מיט גדול אדער קטן וואס איז נוגע ביי מצוות, א שטיקל ראי׳ פון מפתה וואס געט קנס ביי א נערה וואס איז מחוייב במצוות
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

עס איז לכאורה א הערה , פונדעם וואס ביי א נערה
ביז זי ווערט א בוגרת 6 חדשים נאך נערות , דאס איז ביי צוועלף און א האלב יאהר, דארף מען באצאהלן קנס 50 שקלים כמוהר הבתולות .
אבער דער תירוץ איז פשוט , ווייל א מפתה צאהלט
נאר פאר די טאטע , ווייל א נערה איז ברשות אביה
ווי די לשון פון חז״ל״ כל שבח נעורים לאביה״ , און ער איז אויך מפר איהרע נדרים , נאך מיט א שטערקער כח ווי דער מאן - דער מאן איז נאר מפר נדרי עינוי נפש און לויט א תנא אויך דברים שבינו לבינה , אבער דער טאטע פון א נערה איז מפר אלע מיני נדרים ( שיטת רמב״ם ) ,
די הלכה איז אויך קלאהר אז אויב זי איז נישט ברשות אביה , לדוגמא א יתומה, אדער יתומה בחיי אביה (אז זי האט גיהייראט און גי׳געט) , און זי אלץ פנויה און זי איז נאך א נערה, לאזט זיך מפתה זיין , קריגט זי זערא .
עס איז ברור אין די הלכה,אז ווען מען איז מחוייב
במצוות איז מען א גדול לכל דבר .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אויך אין הלכה איז נאר מאלעסטענשן אקטועלע פענעטראציע.
אבער פון די אנדערע זייט שטייט און פסוק אויב איינער איז א רודף צו מאלעסטן איינעם איז עס פונקט ווי א רוצח.
ווייטער מענער אין די תורה ווערט נישט דערמאנט מענער ווערן מאלעסטעט פארקערט אין קישו אלא לדעת
 
די פראצענטן אויף די אנקעטע מאכט נישט קיין סענס. אז די רעכנסט צוזאם אלע נאמבערס קומט עס אויס מער ווי 100 פראצענט. מינינג, 88 פראצענט ניין, 11 פראצענט יא, נאך 9 פראצענט יא, נאך עטליכע פראצענט יא (פארשידענע סארט אומשטענדן). וואס גייט דא פאר?
 
ס'איז נישט 88 פראצענט, ס'איז 88 געשטימט, פראצענט איז 75.9 - 8.6 וכו', ס'קומט יא אויס %100
 
אויך אין הלכה איז נאר מאלעסטענשן אקטועלע פענעטראציע.
אבער פון די אנדערע זייט שטייט און פסוק אויב איינער איז א רודף צו מאלעסטן איינעם איז עס פונקט ווי א רוצח.
ווייטער מענער אין די תורה ווערט נישט דערמאנט מענער ווערן מאלעסטעט פארקערט אין קישו אלא לדעת
נישט פונקטליך , לגבי חיוב מיתת בית דין אדער
א קרבן חטאת איז דוקא ביאה - וואס איז כולל
העראה - אבער איסור תורה איז דא אויך ביי קריבה חיבוק ונישוק און כש״כ ביי דרך אברים .
לויט ראשונים גיט מען מלקות בבית דין אויך פאר קריבה,ווייטער ביי זכר איז דא שוכב ונשכב - אבוויוס אז נשכב האט נישט קיין שייכות צו -אין קישוי אלא לדעת -אז איינער איז מאנס א צווייטער מיט קריבה
לדוגמא חיבוק אדער נישוק באונס איז ער א רודף,
א קטן קען על פי הלכה, נישט געבן קאנסענט,איז עס אלץ א אונס ,די הלכה זאגט פיתוי קטנה איז אונס .
 
קען זיין עס איז אבוויוס אבער אין הלכה ווערט נישט דערמאנט נשכב באונס און אויך נישט חיבוק ונישוק הל‘ רודף
 
נשכב באונס ווערט דערמאנט ביי הבא על יבמותו
באונס איז עס א ביאה , און ער איז קונה די יבמה
ווייל ויבמה מיינט אפילו באונס
אז איינער איז מאנס א בתולה דארף ער באצאהלן
קנס און ולו תהיה לאשה ,
די זענען נשכבין מען רעדט פון נשים , ביי אנשים
איז אויך דא צוויי בני חיובא , עס איז פשיטא אויב
דער שוכב איז מאנס איז דער שוכב חייב, און דער
אנדערער איז פטור , סאו, דיין תגובה איז צריך
עיון , וקל להבין
דעס וואס די זאגסט אז ביי חיבוק ונישוק טרעפט
מען נישט דין רודף , ביסטו גירעכט,
אבער עס דארף קלעריפיקעישן , ווייל אז מען זעהט
א רודף נאך אשת איש איז ניתן להצילה בנפשו , מען מעג איהם אפרוימען , אויב מען קען נישט מציל
זיין באחד מאיבריו , שטעלט זיך א קשיא פונוואנעט
ווייסט וואס ער וויל טהון , ווער זאגט ער וויל כמכחול
בשפופרת , אפשר וויל ער ארעל , איז משמע אז
איינער איז רודף אפילו פאר עני קריבה,וואס איז נישט וועלקאם, איז דער פערפעטרעיטער, נידון
כרודף כנלענ״ד .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך בין סופרייזט און אביסל געשאקט פון די רעזולט. איך האב געהאלטן לכתחילה אז בערך 50% פון היימישע אידן, זענען געווארן ערגעצוואו מאלעסטעט אין אונזער קאמיונטי. אבער די מציאות זאגט אנדערש.
 
עקזעטלי! נחום זאגט אז איינס פון דריי, וואס מאכט טראכטן אז אפשר טרייבט ער איבער אבער סאיז זיכער א ריזיגע פראצענט.

איך האב אייביג געהאלטן אז ס׳איז א ריזיגע פראצענט.

(אגב דער איינציגסטער פלאץ וואס קען האבן אזא אפענע אנקעטע פאר אונז חסידים איז קרעמל)
 
אדער שעמט מען זיך פלעין
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איז דא זיך צו שעמען ווען מען פרעגט ווער עס האט שוין געטאשט קינדער פארשטיי איך מען זאל זיך שעמען אבער פון ווערן געטאשט? זיך שעמען אז מען איז געוווען א שיינע קינד?
 
עקזעטלי! נחום זאגט אז איינס פון דריי, וואס מאכט טראכטן אז אפשר טרייבט ער איבער אבער סאיז זיכער א ריזיגע פראצענט.

איך האב אייביג געהאלטן אז ס׳איז א ריזיגע פראצענט.

(אגב דער איינציגסטער פלאץ וואס קען האבן אזא אפענע אנקעטע פאר אונז חסידים איז קרעמל)
די אנקעטע דא אויבן זאגט אז איינס פון 4 זענען געווארן מאלעסטעט. א שרעק פון א נומער.

א מאלעסטירטער
 
פון די וואס זענען נישט מאלעסטירט , איז לכאורה
נאך דא מערערע וואס - סיי מענער סיי פרויען -
וואס זענען גיווארן אינוואלווד מיט זייערע חבירים וחבירות,וואס קען אויך האבן אן עפעקט שפעטער אין שלום בית אויף פארשידענע אופנים , און מיט פראפער עדיוקעישן קען מען פיעל מתקן זיין ,
 
Back
Top