פראגעס און ענטפערס איבער קרעמל

וואס איז די הלכה טאמער כ'האב געהאט אן אשכול אויף קאווע שטיבל, און כ'וויל פארזעצן די דיסקוסיע דאהי אויף קרעמל, זאל איך איבער פעיסטן די גאנצע געשרייבאכץ אהער? אז די נייע חברה זאלן פארשטיין פון ווי מיר קומען? אדער א לינק איז גענוג?
איך וואלט מער עפרישיעידאד קאפי פעיסט,
איך בון שוין ציגעוואינט צי דעי פאנד,
מתן שכרה בצדה וועסט באקומען נאכאמאל לייקס פאר עס..
 
איינער ווייסט וואס איז פשט פון דעיםView attachment 3663
די זייגער אויף דיין דיווייס איז א מינוט פרי. כ'האב איין טאג געהאט אז אלעס איז געווען אין צעהן מינוט ארום און פינעף מינוט ארום וכו' ס'געווען הילעריעס, ביז כ'האב געכאפט וואס גייט פאר.
 
לעצט רעדאגירט:
איינער ווייסט וואס איז פשט פון דעיםView attachment 3663

די זייגער אויף דיין דיווייס איז א מינוט פרי. כ'האב אין טאג געהאט אז אלעס איז געווען אין צעהן מינוט ארום און פינעף מינוט ארום וכו' ס'געווען הילעריעס, ביז כ'האב געכאפט וואס גייט פאר.
שוין.. כהאשוין געמיינט אז קרעמל סינקראנייזט מיט מיין רוח הקודש...
 
די זייגער אויף דיין דיווייס איז א מינוט פרי. כ'האב איין טאג געהאט אז אלעס איז געווען אין צעהן מינוט ארום און פינעף מינוט ארום וכו' ס'געווען הילעריעס, ביז כ'האב געכאפט וואס גייט פאר.
איך האב דעיס אויך געטראכט אבער איך האב נישט געטוישט גארנישט נישט פארדעים און נישט נאכדעים
 
אינטרעסאנט, כ'האב יעצט בדווקא צוריגערוקט מיין זייגער צען מינוט, קודם האט אלעס טאקע געוויזן אין פינעף מינוט ארום וכו' איינמאל כ'האב רילאודעד די פעידזש איז עס געווארן צוריק נארמאל, אפילו מיין זייגער איז נאך אלץ גערוקט. מאדנע bug דאס.
 
וואס באדייטן די נייע אפציעס אונטער 'מעמבערס' - 'Most resources', 'Most media items', און 'Most albums'?
דאס זייטל האט מסתמא באקומען אן אפדעיט לעצטענס מיט פרישע פונקציעס וואס מען דארף נאך באארבעטן און פאראידישן.
 
?what about writing in English
עס איז דא דא אפאר וואס האבן אנפאהנג געשריבן אין ענגליש
און מפעם לפעם כמעט יעדער שרייבט
רוב קענען און פארשטייען ענגליש
סאו מיין איך אז דו קענסט
באוט די רוב שפראך דא איז אויף אידיש
 
?what about writing in English
קוק אהער
סאיז נישט קיין מוז.

ממוז נישט שרייבן אויף אידיש, רוב עולם פארשטייט ענגליש, אבער בעסער אויב מקען, פרוביר צו שרייבן אידיש, עס איז די פירסט לענגוועדש פאר 99% פראצענט פונעם חבורה הקדושה פה קרעמל יצ"ו

ברק
 
Back
Top