אמאל האב איך געהאט א תאוה (ווען כ'פלעג ליינען דער איד), יעדע וואך אריינצוסקענען די שטותים וואס דער א"ד שרייבער שרייבט, און עס צונעמען אויף פיץ-פיצלעך. די וואך האט
@קץ דוחק עס אריינגעסקענט, וועל איך טאקע פרובירן צו-צונעמען זיינע שטותים. ובזה החלי בעזר צורי וגואלי:
צווייטע שטיקל:
ווי שוין געשריבן, די אלע טאלקינג פוינטס כאילו די "רעכטע" רעגירונג קען גארנישט אדורכפירן און די בג"ץ און די יועמש"ית פירן אלעס, ווערן מיסטעריעז פארשוואונדן ווען די מדינה פירט אדורך א הצלחה'דיגע אפעראציע (ווי למשל
דא...). דאס ווייזט אז דאס אלעס איז נאר צו פארדעקן און פארענטפערן די עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות פון די רעכטע רעגירונג.
דאס איז פשוט אז די אלע באשולדינגען אקעגן די רעכטע פאליטיקאנטן 'זוכט מען ארויס פון אונטער די ערד', והראי' אז די שופטים האבן שוין
אליין געזאגט אז זיי זעהן נישט קיין שוחד. וואס איז פלוצלינג געשען צו די טאלקינג פוינט אז די שופטים פון בג"ץ זענען דא אונטערצוברענגען די רעכטע? קען זיין אז די מערכת המשפט קוקט אויף פאקטן און געזעצן, אנשטאט (ח"ו) אויף מענטשן און זייער אידיאלאגיע?
איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער, וואס קען זיך נישט אליינס א עצה געבן, און מוז צוקומען צום שטערקסטן מענטש פון די וועלט אים צו ארויסראטעווען פון תפיסה. אבער די רעכטע פרייען זיך דאס איבערצוזאגן. פארוואס? איין באשעפער ווייסט...
א מינוט צוריק האסטו געזאגט אז 'מ'זוכט ארויס פון אונטער די ערד פארשידענע באשולדיגונגען אויף די רעכטע מיניסטארן', וויאזוי איז פלוצלינג געווארן אז 'זיי זענען דאך די זעלבע מופקרים'?
גראדע איז גלייך ווען די פרשה איז באקאנט געווארן, האט מען געפנט א חקירה מלאה (וואס די יועמשי"ת איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין חלק פון דעם), די חקירה האט דורכגעקוקט אלע ווידיא'ס און מחליט געווען אז ס'איז נישטא גענוג עווידענס. קיינער פארשווייגט נישט גארנישט, מ'האט עס אויסגעפארשט געהעריג. וואס זאל מען טון אז די ראיות זענען נישט עפעס איי איי איי.
און דאס איז שוין אפגערעדט פון די קלייניגקייט פון די עוולה, וואס יעדער וואס איז געווען אין צבא, זאגט אז דאס זענען מעשים בכל יום. אבער דא איז ערוץ 14 ארויפגעשפרינגען אויף די מציאה, כדי צו באשמוצן די יועמש"ית.
דא איז שוין דער שרייבער אינגאנצן אראפ פון די רעלסן. די מענטשן וואס האבן געשאסן '
פייערווארקס' נעבן ביבי'ס הויז בשעת א מחאה, וואס איז אריינגעפלויגן נעבן זיין דירה, זענען נאך יענע נאכט געווארן ארעסטירט, אין צוויי וואכן אריינגעגעבן געווארן אקעגן זיי א כתב אישום מיט גאר הארבע עבירות: נסיון הצתה, פזיזות עם אש
במניע טרור. די פרקליטות האט געוואלט מעצר עד תום ההליכים, אבער בית משפט האט אראפגעווארפן די מניע טרור, און באפרייט צו מעצר בית, און מ'האלט נאך אינמיטן די קעיס.
אבער דער רעכטער שרייבער וואס האט לכאורה נישט געספענט א האלבע מינוט צו נאכגיין די פאקטן פון די מעשה, אים איז גענוג צו שרייבן אז לינקע האבן געווארפן א 'מיסיל' (!!) אויף די דירה, און זענען נישט געווארן באשולדיגט. און די תמימות'דיגע ליינער קענען נישט גענוג שטוינען, וואספארא סדום לאנד די מדינה איז געווארן. ווען די אמת איז פונקט פארקערט. אבער ווי שרייבט יענער Who cares?
דאס איז נאר איין שטיקל מיט מאניפולאציעס, שטותים און קאנספיראציעס. אויב דער עולם איז אינטרעסירט וועל איך בל"נ גיין ווייטער.