פרשת הפצרי"ת - הדלפת הסרטון שדה תימן

די רירסט אן א ריכטיגע נקודה. דהיינו עס איז מעגליך אז עס זענען דא מענטשן וואס בעצם זענען זיי גאר קעגן פייניגן טעראריסטן, נאר זיי האלטן אז ארויסרינען אזא ווידעא צום פובליק איז נאכאלץ פראבלעמאטיש.

איך פערזענליך האלט אז דאס איז זייער א קרומע וועג פון טראכטן. ס'איז אביסל אזוי ווי דער געדאנק-גאנג פון דער 'עסקנים' (וואס יעדער איז אזוי צופרידן זיי צו אינטעררייסן דא אויף קרעמל...) וואס באשוצן רעיפיסטס אין דער קהילה. דהיינו, פערזענליך האלטן זיי אלע אז רעיפ איז א שרעקליכע עוולה, נארוואס דען? מ'קען נישט לופטערן אונזערע שמוציגע וועש אין רשות הרבים! מ'דארף באשוצן אונזער אנזעהן פאר די אלגעמיינע גאס!

לדעתי איז דאס קרום פאר צוויי סיבות.
קודם כל, ס'איז נישט עטיש. איינע פון די פליכטן וואס ליגט אויף אן אחריות'דיגער יחיד/משפחה/ארגעניזאציע/קהילה/פאלק/מדינה איז צו זיין אמת'דיג און אפן מיט'ן וועלט איבער אירע שוואכקייטן. איי די בושות? היא הנותנת! די בושות איז די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין אמת'דיג! אזוי וועט איר זיכער מאכן נישט צו האבן נאך אזעלכע דורכפעלער.

צווייטענס, פארדעקן ארבעט פשוט נישט! סוף גנב לתליה, און ווען די וועלט געפונט אויס איז עס אסאך ערגער. וויבאלד רוב מענטשן נעמען אן (בארעכטיגטערהייט) אז דא איז נישט געשען אן אויסנאם נאר דאס איז די סטאטוס קווא פון דער אינסטיטוציע. והא ראיה, זעסט דאך זיי האבן פרובירט דאס צו פארדעקן!

אבער דאס אלץ איז א זייטיגע נקודה. ווייל אזוי ווי כ'האב שוין ערווענט אויבן, מיין אבזערוואציע איז אז דער מענטשן וואס זענען אזוי קעגן די ארויסרינונג פון דער ווידעא זענען אויך אט די מענטשן וואס שרייען אז עס בכלל פאלש! וואס פשט? א צופאל? מעגליך. אסאך מער מסתבר כדפירשנו לעיל.
מיין נקודה וואס איך האב געוואלט ארויס ברענגען איז מער קלארער ארויס געברענגט געווארן דורך @מלך דא
 
איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער
אזוי רעדסטו אויף די איד?
זיי פארטרעטן נישט די רעכטע, און האבן זיי פונקט אזוי פיינט ווי די לינקע,
און זיי דארפן זיך נישט שעמען אז זייער שונא איז א קרימינאל, זיי האלטן אז ביבי קומט אין תפיסה,
נאר וועלן אויכט באשמיצן די לינקע
 
איך זעה נישט פארוואס די פאקט אז די ווידעא איז צוזאמענגעשטעלט פון באזונדערע טיים-ליינס איז א נפקא מינה. ס'איז אן אנגענומע ערשיינונג צו אויסשניידן די אומאינטערסאנטע חלקים פון א לענגערע ווידעא איידער איר ארויסשיקן צום פובליק. אז נישט האבן רוב מענטשן נישט די זיץ-פלייש איר צו זעהן.

נאכמער, ס'איז גלוי וידוע פאר יעדע וואס זעהט די ווידעא אז מ'טאנצט טיים-ליינס. אויב ס'וואלט געווען דא א קאנספיראציע צו פארדעקן עפעס וואלטן די קאנספיראטארן גענומען די מינימום שריט פון עס מאכן אויסקוקן אומבארירט.
די פראבלעם איז געווען אז מ'האט לכאורה צוגעשטיקלט א ווידיא פון א אנדערע טאג.
ווי איך פארשטיי האט מען זיי ס''ה אנגעקלאגט אויף קלענערע עבירות.

די לינקע טענה'ן אז נאר צוליב דרוק פון די רעכטע האט מען גענידערט די קלאגעס, און די רעכטע טענה'ן אז מ'האט זיי ניטאמאל אנגעקלאגט מיט די אנגעבליכע גאר הארבע קלאגעס ווייל די גאנצע מעשה איז א בילבול.
מ'האט זיי למעשה נישט אנגעקלאגט אויף אונס, פון שיקולים משפטיים (די ראיות זענען נישט אינגאנצן קלאר אויפצואווייזן א סעקסואלע באלעסטונג, און נישט סתם א פייניגונג וכדו'), אבער אלעס ארום איז א חלק פון די קעיס, דאס נעמט אריין: תקיפה חמורה והתעללות, התנהגות בלתי הולמת, התעללות במשמורת.
אין ישראל איז אבער דא א גרויסע פראבלעם אז די שופטים נעמען אויף שופטים און ביוראקראטן נעמען אויף ביוראקראטן (איך בין מקצר, אבער בערך אזוי), משא''כ די רעשט ציוויליזירטע וועלט. דאס פירט צו דער מציאות אז ס'נישט דא קיין עכטע פידבעק לופ פונעם פאלק צום אדמיניסטראטיווער און יוסטיץ סיסטעם אין לאנד. אלס רעזולטאט, בעת וואס די מדינה האט זיך אסאך געריקט אויף רעכטס זינט איר גרינדונג, זענען אירע אינסטיטוציעס געבליבן לינק. און דאס איז נישט דעמאקראטיש.
נישט אינגאנצן אמת, די שופטים האבן א כח פון א וועטא לגבי אויפנעמען נייע שופטים, אבער די קאאליציע האט אויך א כח פון א וועטא. וואס דארפסטו מער אז היינטיגע צייטן איז שוין רוב בג"ץ רעכט?
 
נישט אינגאנצן אמת, די שופטים האבן א כח פון א וועטא לגבי אויפנעמען נייע שופטים, אבער די קאאליציע האט אויך א כח פון א וועטא. וואס דארפסטו מער אז היינטיגע צייטן איז שוין רוב בג"ץ רעכטס?
ס'העלפט מיר נישט אז די בג"ץ איז היינט מער רעכט, מד"י שופטים פאליסיס איז אום דעמאקראטיש, און ברויך געטוישט ווערן דחוף!
די וועג וויאזוי מען נעמט אויף נייע שופטים איז אויף א צוריקגעשטאנען וועג, וואס געט גאר אסאך פלאץ פאר פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע,

#העם דורש רפורמה משפטית
 
די וועג וויאזוי מען נעמט אויף נייע שופטים איז אויף א צוריקגעשטאנען וועג, וואס געט גאר אסאך פלאץ פאר פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע,
ווי למשל? אפי נוה און אתי כרייף? אה ניין, נישט זיי, זיי זענען רעכטע...

כ'מיין, פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע, פאנגען זיך אן ווען פאליטיקאנטן מישן זיך אריין.

און נאכאמאל, ס'דא זייער ווייניג, אפי' ביי די גאר לינקע, וואס האלטן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס קיין רעפארם אין די יוסטיץ סיסטעם. אבער ס'דא א וועג וויאזוי מ'מאכט אזעלכע רעפארמען, אזעלכע רעפארמען דארף קומען פון כאטשיג 75-80 פראצענט פון די לאנד וכדו', רעפארמען דארפן זיין קודם כל אוועקצושטעלן א קאנסטוטציע אדער א כמו-קאנסטוטציע (ווי אוועקשטעלן חוקי יסוד, וויפיל ח"כ דארף מען האבן אדורכצופירן א חוק יסוד) וכדו' וכדו', כדי קלארצושטעלן ביי יעדן, אז מ'איז נישט דא אריינצולייגן די גאנצע פאוער אין איין פארטיי'ס הענט וכו' וכו'.
 
Back
Top