שטארקע מאַן
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 30, 2025
- מעסעדזשעס
- 23
- רעאקציע ראטע
- 163
- פונקטן
- 23
די ערשטע פרשיות אין די תורה זענען מיך אלעמאל געווען גאר אינטערעסאנט.
די מעשה פון די וועלט באשאף, די מבול, דור הפלגה, 10 נסיונות, שרה מיט פרעה וכו' וכו'
היי יאר ווען איך לערן די פרשיות, טראכט איך צו מיר אז כ'וועל מיטטיילן מיינע קרישקעלעך, ספיקות, געדאנקען. זאכן וואס ס'מיר איינגעפאלן אדער וואס כ'האב געהערט\געליינט.
ס'דא וואס האבן שוין געשריבן טיפזיניגע מאמרים דא אויף קרעמל על פרשת השבוע, כקום אלס כיהודה ועוד לקרא.
פרשת נח, פארציילט זיך גאר אינטערעסאנט.
זיצט זיך דער גרויסער באשעפער און קוקט, די זינד וואס גייט פאר אין מיין וועלטל וואס כ'האב באשאפן מיט קנאפע 1000 יאר צוריק איז אומדערהערט.
איז מ'גייט חרוב מאכן די וועלט!
איין מינוט, איז אמאל געווען עני קאמיוניקאציע צווישן גאט און די מענטשהייט אז דו זאלסט זיי קענען אויס'הרג'ענען?
מער פון דעם, 'והנה נשחתה' איז אמאל געווען א געוויסע 'נישט מושחת'דיגע' וועג פון לעבן?
ווער שטעלט אוועק די כללים פון לעבן?
ס'נישט געווען קיין תורה, ניטאמאל קיין שבע מצוות בני נח.
די זוהר שרייבט, אז די מבול איז געווען א געדאנק ווי cause and effect, יעדע זאך וואס דו טוסט גייט האבן שפעטער א תוצאה, לטב ולמוטב.
ענליך צו די בודהיסטישע לערנונגען פון קארמא.
אגב די overlap צווישן בודהיזם און קבלה\חסידות איז שרעקליך.
נאך שרייבט די זוהר, אז די זינד איז געווען אז די 'מאן וואסער' (זרע) און די 'פרוי וואסער' (מ"ן) זענען זיך נישט צוזאמגעקומען, נאר די מאן וואסער איז געווארן געגאסן אויף די ערד, ווייל דעם איז די עונש געווען מיט וואסער, און ווייל דעם איז עס געווען מין רותחים...
ר' נח, ווער איז ער?
מיר דערמאנט ער א טיפישע 'קרעמל' איד.
די אויבערשטער הייסט, אבער מ'שלעפט ארום...
מ'גלייבט אבער מ'גלייבט נישט....
נח האט בייגעוואוינט די גרעסטע קאטאסטראפע אין היסטאריע, ער איז געווען איינגעשפארט פאר חדשים לאנג מיט בהמות חיות ועל כולם מענטשן... אין זייער מיסט.
ניטאמאל געהעריגע געשלעכטליכע באציאונגען האט ער געמעגט האבן פאר א ריליעס.
שיעור נישט אויסגעבלוטיגט.
ער קומט ארויס פונעם תיבה, וימח כל היקום! ס'טויט!
גארנישט גארנישט חוץ די חברה מיט וועם ער האט געספענדט זיינע פריערדיגע חדשים. דער בחור פאלט אריין אין א טיפע דעפרעסיע, ער דארף בארואיגונגס מיטלען, די ערשטע זאך וואס ער טוט, ער פלאנצט איין א וויינגארטן, מ'דארף אלקאהאל!