סא מען פרעדיגט נישט אויף ווייט-רעכטע טשעננעלס פאר די לעצטע 10 יאר אז די יודן זענען אין אלעמען שולדיג? איך רעד נישט פון אנטי מדינת ישראל פראפאגאנדע, איך רעד פון אלטמאדישע אנטיסעמיטיזם וואס דער גלח אין אוקריינע האט שוין געפרעדיגט פאר 200 יאר צוריק
עס איז זייער א שיינע פורים תורה פון ביבי וואס לעבט אויף די זאכן אבער מיר ווייסן אז עס איז ב"ש פון קאפ ביז פיס, רוב פון די א. ג. "פרא פאלעסטינע אנטיסעמיטן " האבן נישט קיין פראבלעם מיט יודן אוועראלל, נאכמער, א חלק ניכר פון די יונגע ליבעראלן וואס פראטעסטירן קעגן איזראעל זענען אליין יודן.
יונגע ליבעראלן האבן אייביג געהאט א "קאוז" וואס האט זיי געדרייווט, צו עס איז די אנטי איראק, די אנטי פאליציי ברוטאליטעט, אנטי קליימעט טשעינדזש, אנטי אבארשן רעסטריקשנס פראטעסטן וכדו' יעדע 2 יאר עפעס אנדערש אבער פונקט ביי איזראעל (וואס לאמיר זיך נישט נארן, זיי האבן אראפגעקניידלט אסאך ציווילע און נאך בעפאר אקט 7 אויך אבער נאך אקט 7 איז עס פיל ארגער געווארן) האט מען זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן שרייען "אנטיסעמיטיזם!!", רעב יוד, אפשר האסטו א PR דורכפאל און פרוביר עס צו פיקסן? אין איראק האט אמעריקע עט ליעסט זיך געמאכט ווי זיי קעירן און אפילו אזוי ביי די אבו גרעיב סקאנדאל איז געווען פראטעסטן דערקעגן, איבעראל קענסטו עס אנלייגן אויף ליבעראלן זיך אננעמען פארן יעצטיגן "וויקטים" אבער דא מוזטו ארויסגיין אין מלחמה קעגן זיי און זיי טאקע מאכן פאר אנטיסעמיטן?