פראטעסטן אין איראן

Very stupid argument coz few reasons it's. A long conversation but in short
1 מענטשן פראטעסטן קעגן די עקשן פון זייער elected officials וועם זיי האבן א השפעה זיי זאלן פוילן אויף ישראל אויפצוהערן די שחיטה.
2 די expectations וואס מענטשן האבן פון א"י איז סאך גרעסער פון איראן
שלישית והעיקר די מציאות אין ווי אזוי עס שפילט זיך אויפ לדוגמא די גאנצע וועלט איז געווען איבערגעדרייט 2 וואכן צוריק ווען אמעריקע האט באמבארדירט א שיף וואס איז אפשר געווען 2 דראג-דילר-רוצחים וואס האבן זיך געהאט אונטער געגעבן ווען ביי די מעדורא איבערפאל זענען געווען איבער 40 ציווילע געהארגעטע און קיינער האט נישט גערעדט דערפון (אדרבה, האט איינער דא געוויסט פון דעם? איך גלייב שווער)
נאך א דוגמא די וועלט האט שוין זייט 9/11 געשפענדט צענדליגער טריליאנען דאלאר צו פראווענטען טעראר אטאקעס איבער די וועלט ווען ביי די גרעסטע נומערן איז נישט דא קיין גאנצע 10 טויזענט טויטע פון טעראר און 25 יאר, נו די ווייסט וויפיל מענטשן ווערן געהרגעט יעדע יאר דורך קאר עקסידענענטן אליין?? כמעט 1.5 מיליאן! אפגערעדט אלע אנדערע קרענק ווי cancer heart disease וכו
סארי באט כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דא. קען זיין ווייל ס'שוין כמעט חצות. כ'בלעים דיך נישט קען זיין די חסרון הבנה איז אין מיר
 
ער שלאפט ראהיג
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20260115_000225_046.webp
    IMG_20260115_000225_046.webp
    154.1 KB · געזען: 56
סארי באט כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דא. קען זיין ווייל ס'שוין כמעט חצות. כ'בלעים דיך נישט קען זיין די חסרון הבנה איז אין מיר
זייער פשוט, פראטעסטירן לשם פראטעסטירן געווענליך בויעט נישט אזא שטארקע מאוומענט, ווען דו פראטעסטירסט אז עס זאל האבן א השפעה אויף דיינע פירער ווערט עס א שטארקע זאך.

די אנטי איזראעל פראטעסטירער האבן פארלאנגט פון ביידן אויפצוהערן שטיצן די מדינה ("דזשענאסייד דזשאו") און זייער מלחמה אין עזה, אין די זעלבע צייט האט פוטין געהרגט פי כמה אין אוקריינע אבער עס זענען נישט געווען קיין מאסן פראטעסטן, פארוואס? ווייל דיינע פירער זענען אויפן זעלבן פעידזש ווי דיר און האמערן קעגן רוסלאנד בגוף ובממון,
ווען סאודי אראביע האט געהארגעט דעם וואשינגטאן פאוסט דזשערנאליסט איז געווען עפעס פראטעסטן אבער נישט שטארק, פארוואס? ווייל אמעריקע איז טאקע אויף איין זייט מיט סאודי אראביע אבער האט נישט געשטיצט דעם מערדעריי.

עס איז נישט די פוינט אז "מענטשן ווערן געהארגעט", עס איז אז "דו שטיצט די מלחמה וואו אומשולדיגע ווערן געהרג'ט".
 
אקעי, עט ליעסט איך פארשטיי וואס דו שרייבסט און איך הער דיין סברא אבער איך רעספעקטפולי דיסאגרי מיט דיר און איך האלט אז ס'הונדערט פראצענט א אנטיסעמיטיזם אישו, און נישט קיין שום אנדערע סיבה
 
לייק און קודאס פאר די רעספעקטפול דיסאגרימענט, אזוי ברויך יעדע ארגומענט דא אויסזען.

די אנטי אייס פראטעסטן זענען נישט קיין אנטיסעמיטיזם,
די אנטי טראמפ פראטעסטן זענען נישט קיין אנטיסעמיטיזם,
די אנטי פאליציי ברוטאליטעט פראטעסטן זענען נישט אנטיסעמיטיזם,
די אנטי איראק מלחמה פראטעסטן זענען נישט געווען אנטיסעמיטיזם.

עס איז בדרך כלל די זעלבע גרופע וואס פראטעסטירן: יונגע ווייסע ליבעראלן,
צו די פירער פון די פרא פאלעסטינע פראטעסטן זענען אנטיסעמיטן? אפשר יא, אסאך פון די פירער זענען פאלעסטינע אפשטאמיגע אדער פון נאנטע לענדער ארום און פאר זיי איז עס פערזענליך אבער רובא דרובא פון די וואס קומען ארויס זענען נישט קיין אנטיסעמיטן, זיי באדערט באמת די אומרעכט אז אמעריקע שטיצט אזעלכע זאכן.
 
יונגע ווייסע ליבעראלן,
פון קאלעדזשעס וואס ווערן דארט געפיטערט מיט אן עקסטרע דאוז פון אנטיסעמיטיזם און דאס איז מער נישט קיין סוד היינצוטאגס, די קאלעדזשעס אפילו די בעסטע און פראמינענסטע פון זיי באהאלטן עס מער נישט און שעמען זיך נישט דערמיט פארקערט זיי זענען גאר שטאלץ דערמיט און זיי מאכן אויס א ריזיגע רוב פון די פראטעסטירערס
 
אזוי? חוץ די איזראעל אישו פרעדיגט מען אנטיסעמיטיזם? למשל מען לערנט די ציון פראטאקאלן? מען לערנט אז די יודן האבן געהרגט יוזל? איך פרעג מחמת חיסרון ידועה, די אויבנדערמאנטע זאכן פרעדיגט מען דווקא אין קאמיוניטיס וואס גייען "נישט" אין קאלעדזש.

איך קען גלויבן אז מען פרעדיגט ליבעראליזם וואס -היינט צוטאגס- רעכנט אריין שטארקע סימפאטיע מיט פאלעסטינע (אפילו פון יודישע פראפעסארן) אבער איך האב נישט געזען (דערווייל) קיין שטארקע עווידענס פון פשוטע אנטיסעמיטיזם, קען זיין איך בין wראנג
 
ביסט זייער Wראנג, קוק וואס גייט פאר אנליין.
וויפיל מענטשן האלטן אז די יידן קאנטראלירן די וועלט. און וויפיל ווייזן ארויס א ריזיגע שנאה קעגן יידן.
איך האב עס אליינס געזען מיט רעדן מיט אן א שיעור גויים. אוודאי איז עס נישט די majority אבער ס'איז מועט הניכר.

פארוואס כמעט יעדע יידישע פאסט אויף פעיסבוק אדער עקס גייט האבן פול מיט קמענטס "fews juck" וכדו'?

אבער איך האלט אז א גרויס חלק קומט אלס א self fulfilling prophecy וואס ישראל פראדשעקט אויף אנדערע, און זענען מגיב פון א דיפענסיוו פלאץ.
 
זענען דאס נישט ענדערש רעכטע ווי לינקע?
 
שאלו לו בחיטים והודו בזכר קדשו
מען האט דיר געפרעגט וועגן יוניווערסיטיס, ווי פרעדיגט מען אנטיסעמיטיזם?
 
עקזעקטלי, אנטיסעמיטיזם בכלל האט ליידער סקייראקעטעד אין אמעריקע איבער די לעצטע 10 יאר, לפע"ד איז די מאגא מאוומענט א גאר גרויסע פאקטאר דערין.

זינט די סיוויל רייטס מאוומענט איז געווארן אומפאפולער צו זיין פובליקלי אן אנטיסעמיט אדער בכלל א ראסיסט, יעדע מאל איינער האט נאר געזאגט א קאמענט קעגן יודן/שווארצע/אראבער/לאטינאס איז ער געווארן פארשריגן און פארדאמט דורך יעדן פובליק פיגור פון ביידע זייטן,
די מאגא מאוומענט האט ענקארעדזשט יעדן העיטער צו "זאגן וואס ער טראכט" און נישט זיין "פאליטיקלי קארעקט", דאס צוזאמען מיט סאושל מידיע האט געפירט אז מיליאנען אמעריקאנע האבן אנגעהויבן גלייבן און נאכפאלגן די אנטיסעמיטן און זיי זענען גאר "העראוס" פארן נישט האלטן דאס פרעסער פארמאכט.

בעפאר די מאגא מאוומענט וואלט א ניק פוענטעס, טאקער קארלסאן און קענדעס אוענס קיינמאל נישט געקענט גרויס ווערן, והא ראי' אז אלעקס דזשאונס פרעדיגט שוין זיינע שטותים פאר 20 יאר און הערשט די לעצטע 10 יאר האט ער באקומען אן ערנסטע פאלאואינג.

מאגא גייט זיך ארויסשטעלן אלס דאס גרעסטע דיזעסטער פאר כלל ישראל זינט נאציזם, נישט ווייל טראמפ האט פיינט יודן נאר ווייל ער האט געעפנט א קען פון ווערים וואס ער קען נישט (און וויל נישט) צומאכן.
 
אזוי? חוץ די איזראעל אישו פרעדיגט מען אנטיסעמיטיזם? למשל מען לערנט די ציון פראטאקאלן? מען לערנט אז די יודן האבן געהרגט יוזל? איך פרעג מחמת חיסרון ידועה, די אויבנדערמאנטע זאכן פרעדיגט מען דווקא אין קאמיוניטיס וואס גייען "נישט" אין קאלעדזש.

איך קען גלויבן אז מען פרעדיגט ליבעראליזם וואס -היינט צוטאגס- רעכנט אריין שטארקע סימפאטיע מיט פאלעסטינע (אפילו פון יודישע פראפעסארן) אבער איך האב נישט געזען (דערווייל) קיין שטארקע עווידענס פון פשוטע אנטיסעמיטיזם, קען זיין איך בין wראנג
ביסט 100% ראנג! ביודעי ומכירי קאמינא
איך ווייס פינקטלעך וואס גייט פאר אין די אייווי ליג אדער אפילו אין די מער מיטעלע קאלעדזשעס. כ'רעד נישט אין די וועלט אריין.
די קאלעדזשעס איבער אמעריקע און אין די מעריב וועלט איז דורכגעווייקט מיט אנטיסעמיטיזם. און בעצם ברויכסטו נישט צוקומען צו מיינע ידיעות איבערדעם קענסט אליין טוהן דיין ריסערטש אנליין איז פיל מיט אינפארמאציע איבער דעם.
אויב זאגסטו אז דו ווייסט גארנישט פון אזא זאך, דאן לייקענסטו פשוט אין פאקטן ווי כאילו דו זאגסט מיר יעצט אז יעצט איז בעצם נאכט אין ניו יארק.
כ'מיין ח"ו נישט פערסאנאל
 
עקזעקטלי, אנטיסעמיטיזם בכלל האט ליידער סקייראקעטעד אין אמעריקע איבער די לעצטע 10 יאר, לפע"ד איז די מאגא מאוומענט א גאר גרויסע פאקטאר דערין.

זינט די סיוויל רייטס מאוומענט איז געווארן אומפאפולער צו זיין פובליקלי אן אנטיסעמיט אדער בכלל א ראסיסט, יעדע מאל איינער האט נאר געזאגט א קאמענט קעגן יודן/שווארצע/אראבער/לאטינאס איז ער געווארן פארשריגן און פארדאמט דורך יעדן פובליק פיגור פון ביידע זייטן,
די מאגא מאוומענט האט ענקארעדזשט יעדן העיטער צו "זאגן וואס ער טראכט" און נישט זיין "פאליטיקלי קארעקט", דאס צוזאמען מיט סאושל מידיע האט געפירט אז מיליאנען אמעריקאנע האבן אנגעהויבן גלייבן און נאכפאלגן די אנטיסעמיטן און זיי זענען גאר "העראוס" פארן נישט האלטן דאס פרעסער פארמאכט.

בעפאר די מאגא מאוומענט וואלט א ניק פוענטעס, טאקער קארלסאן און קענדעס אוענס קיינמאל נישט געקענט גרויס ווערן, והא ראי' אז אלעקס דזשאונס פרעדיגט שוין זיינע שטותים פאר 20 יאר און הערשט די לעצטע 10 יאר האט ער באקומען אן ערנסטע פאלאואינג.

מאגא גייט זיך ארויסשטעלן אלס דאס גרעסטע דיזעסטער פאר כלל ישראל זינט נאציזם, נישט ווייל טראמפ האט פיינט יודן נאר ווייל ער האט געעפנט א קען פון ווערים וואס ער קען נישט (און וויל נישט) צומאכן.
זייט אקטאבער 7,
נישט זייט מאגא.

ווייל די אפרעסאר אידיעלאגיע ארבעט בעסער בשעת מלחמה.
 
אזוי? חוץ די איזראעל אישו פרעדיגט מען אנטיסעמיטיזם? למשל מען לערנט די ציון פראטאקאלן? מען לערנט אז די יודן האבן געהרגט יוזל?
היינטצוטאגס איז פארהאן א נייע מין אנטיסעמיטיזם וואס רופט זיך מאדערן דעי אנטיסעמיטיזם וואס טראגט דעם שיינעם קלינגעדיגע נאמען אנטי זייעניזם און זיי באהאלטן עס אינטער א שלייער פון יושר און כשר'ן עס מיט דעם אז בעצם האבן זיי גארנישט קעגן אידן נאר קעגן ציונות.
די פראבלעם איז נאר אז דער חזיר פיסל טראגט נאך א גאנצער גוף העכער זיך און באשטייט נישט נאר פון דעם כשר חזיר פיסל
 
כ'האב געליינט ערגעצווי א באריכט אז קאטאר שיקט גרויסע געלטער צי אוניווערסיטיס איבער אמעריקא און לכבוד דעהם (פארשטייט זיך אומדירעקט) נעמען זיי אריין מער מוסלמענע פראפעסארס און די ריזאלטס זענען דאס...
א חלק פון זייער גרעסערע פלאן צי פארשפרייטן איסלאם איבער די וועלט
 
עקזעקטלי, אנטיסעמיטיזם בכלל האט ליידער סקייראקעטעד אין אמעריקע איבער די לעצטע 10 יאר, לפע"ד איז די מאגא מאוומענט א גאר גרויסע פאקטאר דערין.

זינט די סיוויל רייטס מאוומענט איז געווארן אומפאפולער צו זיין פובליקלי אן אנטיסעמיט אדער בכלל א ראסיסט, יעדע מאל איינער האט נאר געזאגט א קאמענט קעגן יודן/שווארצע/אראבער/לאטינאס איז ער געווארן פארשריגן און פארדאמט דורך יעדן פובליק פיגור פון ביידע זייטן,
די מאגא מאוומענט האט ענקארעדזשט יעדן העיטער צו "זאגן וואס ער טראכט" און נישט זיין "פאליטיקלי קארעקט", דאס צוזאמען מיט סאושל מידיע האט געפירט אז מיליאנען אמעריקאנע האבן אנגעהויבן גלייבן און נאכפאלגן די אנטיסעמיטן און זיי זענען גאר "העראוס" פארן נישט האלטן דאס פרעסער פארמאכט.

בעפאר די מאגא מאוומענט וואלט א ניק פוענטעס, טאקער קארלסאן און קענדעס אוענס קיינמאל נישט געקענט גרויס ווערן, והא ראי' אז אלעקס דזשאונס פרעדיגט שוין זיינע שטותים פאר 20 יאר און הערשט די לעצטע 10 יאר האט ער באקומען אן ערנסטע פאלאואינג.

מאגא גייט זיך ארויסשטעלן אלס דאס גרעסטע דיזעסטער פאר כלל ישראל זינט נאציזם, נישט ווייל טראמפ האט פיינט יודן נאר ווייל ער האט געעפנט א קען פון ווערים וואס ער קען נישט (און וויל נישט) צומאכן.
דאס איז א באזונדערע ויכוח.
אבער צוריק צו קאלעדזשעס און יוניווערסיטיס.
איך קען איינעם פערזענליך וואס פלעגט ארום פארן אין די קאלעדזשעס אין די טריי סטעיט עריע אין די גאר פריע 2000 יארן ווען ס'נאך נישט געווען קיין חלום פון מאגא מאוומענט און ניטאמאל פון טראמפ און פלעגט ארום פארן פשוט צו דעבאטירן די סטודענטן און כ'געדענק ווי ער האט מיר דאן געזאגט ווי אינפעסטעד מיט אנטיסעמיטיזם די קאלעדזשעס זענען.
 
זייט אקטאבער 7,
נישט זייט מאגא.

ווייל די אפרעסאר אידיעלאגיע ארבעט בעסער בשעת מלחמה.
סא מען פרעדיגט נישט אויף ווייט-רעכטע טשעננעלס פאר די לעצטע 10 יאר אז די יודן זענען אין אלעמען שולדיג? איך רעד נישט פון אנטי מדינת ישראל פראפאגאנדע, איך רעד פון אלטמאדישע אנטיסעמיטיזם וואס דער גלח אין אוקריינע האט שוין געפרעדיגט פאר 200 יאר צוריק

היינטצוטאגס איז פארהאן א נייע מין אנטיסעמיטיזם וואס רופט זיך מאדערן דעי אנטיסעמיטיזם וואס טראגט דעם שיינעם קלינגעדיגע נאמען אנטי זייעניזם און זיי באהאלטן עס אינטער א שלייער פון יושר און כשר'ן עס מיט דעם אז בעצם האבן זיי גארנישט קעגן אידן נאר קעגן ציונות.
די פראבלעם איז נאר אז דער חזיר פיסל טראגט נאך א גאנצער גוף העכער זיך און באשטייט נישט נאר פון דעם כשר חזיר פיסל
עס איז זייער א שיינע פורים תורה פון ביבי וואס לעבט אויף די זאכן אבער מיר ווייסן אז עס איז ב"ש פון קאפ ביז פיס, רוב פון די א. ג. "פרא פאלעסטינע אנטיסעמיטן " האבן נישט קיין פראבלעם מיט יודן אוועראלל, נאכמער, א חלק ניכר פון די יונגע ליבעראלן וואס פראטעסטירן קעגן איזראעל זענען אליין יודן.

יונגע ליבעראלן האבן אייביג געהאט א "קאוז" וואס האט זיי געדרייווט, צו עס איז די אנטי איראק, די אנטי פאליציי ברוטאליטעט, אנטי קליימעט טשעינדזש, אנטי אבארשן רעסטריקשנס פראטעסטן וכדו' יעדע 2 יאר עפעס אנדערש אבער פונקט ביי איזראעל (וואס לאמיר זיך נישט נארן, זיי האבן אראפגעקניידלט אסאך ציווילע און נאך בעפאר אקט 7 אויך אבער נאך אקט 7 איז עס פיל ארגער געווארן) האט מען זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן שרייען "אנטיסעמיטיזם!!", רעב יוד, אפשר האסטו א PR דורכפאל און פרוביר עס צו פיקסן? אין איראק האט אמעריקע עט ליעסט זיך געמאכט ווי זיי קעירן און אפילו אזוי ביי די אבו גרעיב סקאנדאל איז געווען פראטעסטן דערקעגן, איבעראל קענסטו עס אנלייגן אויף ליבעראלן זיך אננעמען פארן יעצטיגן "וויקטים" אבער דא מוזטו ארויסגיין אין מלחמה קעגן זיי און זיי טאקע מאכן פאר אנטיסעמיטן?
 
סא מען פרעדיגט נישט אויף ווייט-רעכטע טשעננעלס פאר די לעצטע 10 יאר אז די יודן זענען אין אלעמען שולדיג? איך רעד נישט פון אנטי מדינת ישראל פראפאגאנדע, איך רעד פון אלטמאדישע אנטיסעמיטיזם וואס דער גלח אין אוקריינע האט שוין געפרעדיגט פאר 200 יאר צוריק

עס איז זייער א שיינע פורים תורה פון ביבי וואס לעבט אויף די זאכן אבער מיר ווייסן אז עס איז ב"ש פון קאפ ביז פיס, רוב פון די א. ג. "פרא פאלעסטינע אנטיסעמיטן " האבן נישט קיין פראבלעם מיט יודן אוועראלל, נאכמער, א חלק ניכר פון די יונגע ליבעראלן וואס פראטעסטירן קעגן איזראעל זענען אליין יודן.

יונגע ליבעראלן האבן אייביג געהאט א "קאוז" וואס האט זיי געדרייווט, צו עס איז די אנטי איראק, די אנטי פאליציי ברוטאליטעט, אנטי קליימעט טשעינדזש, אנטי אבארשן רעסטריקשנס פראטעסטן וכדו' יעדע 2 יאר עפעס אנדערש אבער פונקט ביי איזראעל (וואס לאמיר זיך נישט נארן, זיי האבן אראפגעקניידלט אסאך ציווילע און נאך בעפאר אקט 7 אויך אבער נאך אקט 7 איז עס פיל ארגער געווארן) האט מען זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן שרייען "אנטיסעמיטיזם!!", רעב יוד, אפשר האסטו א PR דורכפאל און פרוביר עס צו פיקסן? אין איראק האט אמעריקע עט ליעסט זיך געמאכט ווי זיי קעירן און אפילו אזוי ביי די אבו גרעיב סקאנדאל איז געווען פראטעסטן דערקעגן, איבעראל קענסטו עס אנלייגן אויף ליבעראלן זיך אננעמען פארן יעצטיגן "וויקטים" אבער דא מוזטו ארויסגיין אין מלחמה קעגן זיי און זיי טאקע מאכן פאר אנטיסעמיטן?
פארוואס האט קיינער נישט געקעירט אז אמעריקא האט געהארגעט 40 ציווילע אין ווענעזואלע???
 
Back
Top