פראטעסטן אין איראן

שוין, יעצט האט פרעזידענט טראמפ יר"ה געטוויט אז ער האט אפגעהאקט אלע דיפלאמעסי מיט איראן, און אז די פראטעסטירערס זאלן ווייטער אנהאלטן די פראטעסטן און הילף איז אויפן וועג.
הלוואי ווי שנעלער, זאלן זיך שוין די הריגות אויפהערן און די אומשולדיגע איראנער זאלן שוין באפרייט ווערן פון די פארשאלטענע אייאטאלאס
 
שוין, יעצט האט פרעזידענט טראמפ יר"ה געטוויט אז ער האט אפגעהאקט אלע דיפלאמעסי מיט איראן, און אז די פראטעסטירערס זאלן ווייטער אנהאלטן די פראטעסטן און הילף איז אויפן וועג.
הלוואי ווי שנעלער, זאלן זיך שוין די הריגות אויפהערן און די אומשולדיגע איראנער זאלן שוין באפרייט ווערן פון די פארשאלטענע אייאטאלאס
IMG_1795.webp
 
דער כומעיני האט זיך די לעצטע פאר טעג גערייצט מיט טראמפ'ן... אלעס קען ער דולדן אחוץ זיין אייגענע כבוד. דער גייט כאפן מכות....
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260113_102414_X.webp
    Screenshot_20260113_102414_X.webp
    432.5 KB · געזען: 80
  • "הילף איז אױפ'ן װעג," פרעזידענט טראמפ טוט אוּרדזשן דעמאָנסטראַנטְן איבערצונעמען גאװערנמענט אינסטיטוציעס אין איראן און "סײװן די נעמען פון די רוצחים און אַבּיוּזערס".

  • טראמפ האט אױסגערופן אַן אימידיעט 25% טאַריף אױף סײ װעלכע לאנד װעלכע װעט טון ביזנעס מיט איראן.

  • טראמפ איז באריכטעט צוהאבן געװארן געבריעפֿט דורך זײנע מיליטערישע ראטגעבער איבער מיליטערישע אפציעס, פאר א פאטענציעלע יוּעס אינטערװענשאָן אין איראן, אין א צײט װען פראטעסטן עסקאַלירן אין איראן.

  • עפֿראַן סאָלטאַני, א 26יעריגער דעמאנסטראנט, איז דיוּ צוװערן הינגעריכטעט מארגן צוליב די זינד פון 'װײדזשן א מלחמה אנטקעגן גאט'.
 
יעדער קען זיך פארשטעלן אז אויב די אפיציעלע גאווערמענט אין איראן קומט ארויס מיט א מעלדונג אז דערווייל האלט מען "נאר" ביי בערך 2000 טויטע... אז די טויטע האלטן נענטער צו 20,000 ווי צו 500...
 
דער כומעיני האט זיך די לעצטע פאר טעג גערייצט מיט טראמפ'ן... אלעס קען ער דולדן אחוץ זיין אייגענע כבוד. דער גייט כאפן מכות....
ויתלו את המן על העץ אשר הכין למרדכי
לאמיר האפען
 
יעדער קען זיך פארשטעלן אז אויב די אפיציעלע גאווערמענט אין איראן קומט ארויס מיט א מעלדונג אז דערווייל האלט מען "נאר" ביי בערך 2000 טויטע... אז די טויטע האלטן נענטער צו 20,000 ווי צו 500...
זיכער אזוי, די זענען רוצחים מיט די כח פון א ממשלה,וואס איז זייער א דענדזשערוס מיקס זיי האבען דאך די מיליטער און די פאליציי מיט זיי און דער בירגער וואס פראטעסטירט איז קאנאנען פלייש,
די סינעריא וואס גייט פאהר אין איראן איז דע ריזען פון די גאון עדוואקעיטס אין אמריקא .דו״ק ותשכח
 
לעצט רעדאגירט:
מען זעהט יעצט א רעפארט אז די פערזענליכע פארמעגן פון דעם מושל איאטאולע אין איראן דערגרייכט איבער צוויי הונדערט ביליאן דולר
דערמאנט פון המן ורוב עשרו
 
טראמפ האט געזאגט עפעס אינטערעסאנט אין זיין דרשה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז דא א אינטערעסאנט ארטיקל אין ניו יארק טיימס פון ברעט סטיפענס, ווי ער ברענגט ארויס אז היסטאריש איז דוקא די אלע אנטיסעמיטען מדור דור וואס האבען זיך אויך גיבוייעט מיט אנטיסעמיטיזם מיט שנאה צו יידן, איז דאס גופא גיוועהן דער גורם פאר זייער מפלה,- פון המן ביי אחשוורוש ביז דער יעצטיגער ממשלה פון די איסלאמיסטען- ,וואס האט אריינגישטעלט אין זיין מגילת יסוד , די פארניכטונג פון מדינת ישראל, ווייל יידן זענען גיוועהן די ערשטע- אזוי זאגט ער- וואס האבען זיך אקעגן גישטעלט די פארשפרייטונג פון איסלאם אויף דער וועלט, און עס איז א פליכט און זיייער גאול להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים -
( ער איז א האלאוקאסט דענייער וואס מיינט בלשון נקיה אז ער איז מיט היטלער אין איין מיינונג )
די פארבליבענע יידן אין זיין לאנד לאזט ער איבער אויף שפעטער היל״ת ,און דאס גופא גייט איהם יעצט אונטער ברענגען ווייל מיט די אייפער צואומברענגען כלל ישראל, האט ער נישט געקוקט אז זיין אייגען לאנד גייט צוגרינד עקאנאמיש .
נזכה ונחיה ונראה באבוד רשעים רנה.
 
די אומגלויבליכע שטילקייט פון די פרא פאלעסטיין מאוומענט, אין ליכט פון די אנגייענדע פראטעסטן אין איראן איז שטוינענד. און איך האב נאכנישט קיין ריכטיגע תשובה פאר דעם.
דר. תומר פרסיקו שרייבט אז דאס קומט וועגן די חברה גלייבן אז אלע שלעכטס אויף די וועלט, קומט פון די וועסטערן ציוויליזאציע, און קענען נישט אנעמען אז איראן זאל אויך טון שלעכטס.
View: https://x.com/TomerPersico/status/2011013334464606499

איך בין נייגעריג צו איינער האט נאך עפעס מהלכים דאס צו פארשטיין

דאס אז זיי זענען פלעינע אנטיסעמיטן, און No jews no news, ווייס איך אויך. איך זיך עפעס קראנטער.
 
און איך האב נאכנישט קיין ריכטיגע תשובה פאר דעם.
מ'ברויך נישט זיין קיין איינשטיין דאס צו פארשטיין.
די פרא פאלעסטינער מאוומענט איז בכלל נישט דא צו זיך אנצונעמען אויף די מענטשן רעכטן פון די פאלעסטינער אדער פאר ווייטאג אז מענטשן רעכטן ווערן פארלעצט בכלל, נאר זייער מאטיוו איז שנאת ישראל גארנישט מער.
הא ראי, ווייל ווען הונדערט טויזענט קריסטן ווערן געהארגעט אין ניישזיריע וועסטו גארנישט הערן פון זיי. אדער די צענדליגער טויזענט טויטע יעצט אין איראן הערסטו נישט פון זיי אדער ווען מ'זעגט קעפ אדער הענט און פוס אין סעודי אראביע הערסטו נישט קיין פּיפּס פון זיי אדער ווען אייסיס אדער אנדערע אראבישע מוסלמענישער רוצחים טוהן זיך אפ מאסן הריגות און רציחות זענען די פרא פאלעסטינער מענטשן רעכטן גרופעס נישט צום געפונען אין ערגעץ.
 
Back
Top