פראטעסטן אין איראן

איך רעד נישט פון אנטי מדינת ישראל פראפאגאנדע, איך רעד פון אלטמאדישע אנטיסעמיטיזם וואס דער גלח אין אוקריינע האט שוין געפרעדיגט פאר 200 יאר צוריק
כאילו די אנטי מדינת ישראל האט נישט מיט אנטיסעמעטיזם.
איז פארוואס שעלטן זיי מיך ווען זיי טרעפן מיך??

נאכמער, א חלק ניכר פון די יונגע ליבעראלן וואס פראטעסטירן קעגן איזראעל זענען אליין יודן.
ווער די נטורי קרתא מיט Norman Finkelstein?
איך בין צופרידן נישט שטיין אויף איין Page מיט זיי.

יונגע ליבעראלן האבן אייביג געהאט א "קאוז" וואס האט זיי געדרייווט, צו עס איז די אנטי איראק, די אנטי פאליציי ברוטאליטעט, אנטי קליימעט טשעינדזש,
דאס איז זיכער אז וואס די Woke האט איז נאר אנטי אנטי אנטי.

אבער פונקט ביי איזראעל (וואס לאמיר זיך נישט נארן, זיי האבן אראפגעקניידלט אסאך ציווילע און נאך בעפאר אקט 7 אויך אבער נאך אקט 7 איז עס פיל ארגער געווארן) האט מען זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן שרייען "אנטיסעמיטיזם!!",
ניין. אזוי ווי דו זאגסט, זיי זענען אויך אנטי הומען.
ווי נאר מ'קען דערנידערן די מענטשהייט.

רעב יוד, אפשר האסטו א PR דורכפאל און פרוביר עס צו פיקסן?
דאס בין איך מסכים. אבער פארוואס דארפן זיי א PR אין ערשטן פלאץ? אמעריקע דארף א PR אזוי ווי א"י ווען זיי גייען מלחמה? ענגלאנד האט געדארפט אמאל א PR?

אין איראק האט אמעריקע עט ליעסט זיך געמאכט ווי זיי קעירן, אבער דא מוזטו ארויסגיין אין מלחמה קעגן זיי און זיי טאקע מאכן פאר אנטיסעמיטן איזראעל נישט?
 
כאילו די אנטי מדינת ישראל האט נישט מיט אנטי סעמעטיזם.
איז פארוואס שעלטן זיי מיך ווען זיי טרעפן מיך??

ווער די נתורי קרתא מיט Norman Finkelstein?
איך בין צופרידן נישט שטיין אויף איין Page מיט זיי.

דאס איז זיכער אז וואס די Woke האט איז נאר אנטי אנטי אנטי.

ניין. אזוי ווי דו זאגסט, זיי זענען אויך אנטי הומען.
ווי נאר מ'קען דערנידערן די מענטשהייט.

דאס בין איך מסכים. אבער פארוואס דארפן זיי א PR אין ערשטן פלאץ? אמעריקע דארף א PR אזוי ווי א"י ווען זיי גייען מלחמה? ענגלאנד האט געדארפט אמאל א PR?

איך וועל אפשר שפעטער צוריקקומען צו אלע פוינטס דא אבער אמעריקא האט אבסעלוטלי געטון מאסיווע פי אר ביי די איראקע מלחמה, אנגעהויבן מיטן פראפאגאנדירן אז סאדאם שטיצט אל קאידא (סתם א שקר) ביז די טרויעריג בארימטע WMD ליגנטס אין די מידיע און די יו ען, אמעריקע מאכט אלס זיכער צו:

1. האבן שותפים אין יעדע מלחמה, אפילו די מלחמה קעגן אייסיס האבן זיי זיכער געמאכט אז עס איז א קאאליציע, אפילו אמעריקע האט לכאורה געהאט 90% פון די סאלדאטן און זיכער פון די באמבעס און מיסלס, אזוי זעט עס נישט אויס אז דו האסט פשוט א פערזענליכן חשבון מיט יענע לאנד (אפילו גענוג מאל איז עס אמת).

2. מען האט אייביג זיכער געמאכט אז די אייגענע פאליטישנס נוצן נישט לשונות ווי "פלאך מאכן גאנץ אפגאניסטאן/איראק/ליבי וכו', דו האסט מכלומרשט א מיסיע און דו מאכסט זיכער אז לפנים האלטסטו זיך אייביג דערצו.

דער שחצן ביבי האט נישט געטון קיינע פון די, ער האט געלאזט זיינע חברה רעדן פונקט ווי די כאמאס און אפילו ווען אמעריקע און אנדערע האבן געשיקט וואפן האט ער זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט ווייסט אז "ער אליין " פירט די גאנצע מלחמה.

דאס איז חוץ פון דעם וואס ביבי האט די לעצטע 15 יאר אפגעמאכט אז ער גייט מאכן איזראעלי שטיצע פאר א "רעכט ווס. לינק" אישו, ער האט זיכער געמאכט אין יעדן לאנד אז מען ווייסט קלאר אז ער שטיצט דעם איכון קאנדידאט, צוביסלעך האט ער געמאכט אז לינקע פארטייען אין די גאנצע וועלט ווערן קעגן איזראעל, עס איז זייער גוט געווען צו סעיוון זיין בענקל עטליכע מאל אבער האט געברענגט א בכי' לדורות אז עס איז כמעט נישטא מער קיין לינקע פארטייען אין די מערב וועלט וואס זענען שטארק פרא איזראעל, נאר איין עקזעמפל קוק ווי ער האט געווארפן ביידן אונטערן באס בשעת ער האט לכאורה מקריב געווען זיין פארטיי'ס שאנסן אין 2024 מיטן גיין קאפ אין וואנט מיטן שטיצן איזראעל קעגן די טראדיציאנאלע וואוטער בעיס פון מוסלמענער און שווארצע.
 
די אומגלויבליכע שטילקייט פון די פרא פאלעסטיין מאוומענט, אין ליכט פון די אנגייענדע פראטעסטן אין איראן איז שטוינענד. און איך האב נאכנישט קיין ריכטיגע תשובה פאר דעם.
דר. תומר פרסיקו שרייבט אז דאס קומט וועגן די חברה גלייבן אז אלע שלעכטס אויף די וועלט, קומט פון די וועסטערן ציוויליזאציע, און קענען נישט אנעמען אז איראן זאל אויך טון שלעכטס.
View: https://x.com/TomerPersico/status/2011013334464606499

איך בין נייגעריג צו איינער האט נאך עפעס מהלכים דאס צו פארשטיין

דאס אז זיי זענען פלעינע אנטיסעמיטן, און No jews no news, ווייס איך אויך. איך זיך עפעס קראנטער.
אריינגעבאמפד אין דעם ארטיקל
An undercover reporter joined France’s anti-Israel movement. Here’s what she found
 
וואס א טאג שפעטער ווערן זאכן קלארער איבער די פראטעסטן אין איראן. מ'רעדט פון ארום 30,000 טויטע. די רעזשים האט אינטערדריקט די פראטעסטן מיט מאקסימום פרעשור.

די שאלה איז אויף ווייטער. עס קען זיין עס האט זיך דא געענדיגט, א שטייגער ווי טשיינע 1979. אדער האט עס איינגעזייעט קערנדלעך פאר די קומענדיגע פולקאמע אויפשטאנד א שטייגער ווי סיריע און עגיפטן יארן צוריק.
שכל זאגט 30,000 טויטע וועט נישט גיין אומגעענטפערט אין די היינטיגע וועלט. די שאלה איז נאר צו די רעזשים איז גאר שטארק אין לאנד אזוי ווי טשיינע. דעמאלטס איז אן אנדערע מעשה
 
הער איך יעצט אז א אידישע משפחה איז גע'רצח'ט געווארן דארט רח"ל
א טאטע מאמע,טאכטער און מומע
😭😭😭😭

(כ'ווייס נישט אויב זיי האבן אנטייל גענומען אין די הפגנות)
 
איך וועל אפשר שפעטער צוריקקומען צו אלע פוינטס דא אבער אמעריקא האט אבסעלוטלי געטון מאסיווע פי אר ביי די איראקע מלחמה, אנגעהויבן מיטן פראפאגאנדירן אז סאדאם שטיצט אל קאידא (סתם א שקר) ביז די טרויעריג בארימטע WMD ליגנטס אין די מידיע און די יו ען, אמעריקע מאכט אלס זיכער צו:

1. האבן שותפים אין יעדע מלחמה, אפילו די מלחמה קעגן אייסיס האבן זיי זיכער געמאכט אז עס איז א קאאליציע, אפילו אמעריקע האט לכאורה געהאט 90% פון די סאלדאטן און זיכער פון די באמבעס און מיסלס, אזוי זעט עס נישט אויס אז דו האסט פשוט א פערזענליכן חשבון מיט יענע לאנד (אפילו גענוג מאל איז עס אמת).

2. מען האט אייביג זיכער געמאכט אז די אייגענע פאליטישנס נוצן נישט לשונות ווי "פלאך מאכן גאנץ אפגאניסטאן/איראק/ליבי וכו', דו האסט מכלומרשט א מיסיע און דו מאכסט זיכער אז לפנים האלטסטו זיך אייביג דערצו.

דער שחצן ביבי האט נישט געטון קיינע פון די, ער האט געלאזט זיינע חברה רעדן פונקט ווי די כאמאס און אפילו ווען אמעריקע און אנדערע האבן געשיקט וואפן האט ער זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט ווייסט אז "ער אליין " פירט די גאנצע מלחמה.

דאס איז חוץ פון דעם וואס ביבי האט די לעצטע 15 יאר אפגעמאכט אז ער גייט מאכן איזראעלי שטיצע פאר א "רעכט ווס. לינק" אישו, ער האט זיכער געמאכט אין יעדן לאנד אז מען ווייסט קלאר אז ער שטיצט דעם איכון קאנדידאט, צוביסלעך האט ער געמאכט אז לינקע פארטייען אין די גאנצע וועלט ווערן קעגן איזראעל, עס איז זייער גוט געווען צו סעיוון זיין בענקל עטליכע מאל אבער האט געברענגט א בכי' לדורות אז עס איז כמעט נישטא מער קיין לינקע פארטייען אין די מערב וועלט וואס זענען שטארק פרא איזראעל, נאר איין עקזעמפל קוק ווי ער האט געווארפן ביידן אונטערן באס בשעת ער האט לכאורה מקריב געווען זיין פארטיי'ס שאנסן אין 2024 מיטן גיין קאפ אין וואנט מיטן שטיצן איזראעל קעגן די טראדיציאנאלע וואוטער בעיס פון מוסלמענער און שווארצע.
ווען האט ביבי געווארפן ביידן אונטערן באס?
 
איינער קען מיר ביטע מסביר זיין ווי אין די וועלט ס'קומט דא אריין נוקלארע וואפן? איז ער מיט אלעמען?

1769622183507.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער זאגט וואס אמריקא פארלאנגט, אז ער זאל אויפגעבען זיין שטרעבונג צו נוקליארע וואופען .
ריכטיג, ער סטראשעט נישט מיט אטאם. ער זאגט מאך א דיעל וועגן די נוקלעאר וואפן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער קען מיר ביטע מסביר זיין ווי אין די וועלט ס'קומט דא אריין נוקלארע וואפן? איז ער מיט אלעמען?

View attachment 12624
לויט ווי איך ליין פון אנדערע נייעס קוועלער (ניו יארק טיימס) פארלאנגט טראמפ אז איראן מוז שוין אפשטעלן שטיצע פון זייערע פראקסיס אינעם מיטל מזרח ווי צב"ש די חותיס, חאמאס און חיזבאללה און ווי אויך צו באגרעניצן זייערע באליסטישע מיסלס
 
אין זיין טרוט רעדט טראמפ פון נאקלארע וואפן קיין ווארט וועגן שטיצע פאר פראקסיס אדער פון באליסטישע מיסלס.

אבער בכלל, נאר איך נער מיין אז די גאנצע אמעריקע יא באמבאדירן נישט באמבאדירן האט ציטון מיט די פראטעסטן דארט?
 
הער איך יעצט אז א אידישע משפחה איז גע'רצח'ט געווארן דארט רח"ל
א טאטע מאמע,טאכטער און מומע
😭😭😭😭

(כ'ווייס נישט אויב זיי האבן אנטייל גענומען אין די הפגנות)
אין די נייעס קוועלער ווערט עס אפגעלייקנט דורך די אידישע קהילה דארט.

ווייס איך נישט צי זייער הכחשה איז ריכטיג אדער נאר צו געפעלן דעם רעזשים
 
אין די נייעס קוועלער ווערט עס אפגעלייקנט דורך די אידישע קהילה דארט.

ווייס איך נישט צי זייער הכחשה איז ריכטיג אדער נאר צו געפעלן דעם רעזשים
געזען א ווידיאו ווי די מיידל וואס איז מכלומרשט געהרגט געווארן קוקט די נייעס ווי מען מעלד אויף ערוץ12 אז מהאט איר געהארגט אין אירן ווען אויפן סקרין פון די TVאיז דא א פיקטשער פון איר
 
נישט קיין פשוטע מצב אין ארץ ישראל.
8 געהרגעטע אין בית שמש.
באריכטן אז עס איז ארויף צו 12.
דער מעיאר זאגט אז 20 פעלן נאך, נישט זיכער יעדער איז געווען אין די געגנט פון די מיסיל.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20260301-WA0075.webp
    IMG-20260301-WA0075.webp
    232 KB · געזען: 16
  • 6245a732-0d02-4b4b-a20e-4dfe5e6b4e0b.webp
    6245a732-0d02-4b4b-a20e-4dfe5e6b4e0b.webp
    344.5 KB · געזען: 16
  • IMG-20260301-WA0083.webp
    IMG-20260301-WA0083.webp
    378.6 KB · געזען: 15
Back
Top