פארוואס איך האב געוואוט פאר טראמפ

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
641
רעאקציע ראטע
2,746
פונקטן
413
איך האב געוואוט פאר אים ווייל אזוי.
דורכאויס זיין גאנצע קאדענץ, איז געווען קלאר אז ביידען איז אין סעריעס מענטל דעקליין. די דעמאקראטישע מידיע, אויסער טשענק יוגהור, אנשטאט דאס דעקן, זענען זיי געווען ביזי לייקענען שמש בצהרים! ווען ''דזשורנאליסטן'' האבן געפובלישט א בוק דערוועגן נאך זיין קאדענץ, איז דאס געווען א באמבשעל אין די סי. איבער אמעריקא האט דאס יעדער געוואוסט! ווען איינער האט דאס ארויפגעברענגט, אנשטאט דאס אדרעסירן, איז יענער אטאקירט געווארן!
דערנאך איז געקומען קאמאלע הערריס. פאר וואטעווער ריזאן, האבן דעמאקראטן, אנשטאט איר עקספאוזן צו וואס מער מידיא, האט מען איר באהאלטן, געפרעגט לייכטע שאלות, און איר נאר געלאזט רעדן לופט.
איך בין גראדע פארעקלט פון טראמפ. ווען דעמאקראטן ברענגען ווען ארויף א געווין ניוסאם, וואלט איך לכאורה געוואוט פאר אים.
פאקטיש אבער, טראמפ פארשטייט אז וואוטס דארפן ווערן פארדינט. געווין ניסאם פארשטייט דאס אויך. הערריס איינציגסטע סיבה פארוואס מען דארף וואוטן פאר איר איז ווייל וואוטן פאר טראמפ איז האומאופאוביק, סעקסיסט, רעיסיסט וכו' זי האט קיינמאל נישט געמאכט דעם קעיס פאר זיך אין פובליק! טראמפ איז געגאנגען צו פיינטליכע פלעצער. הערריס נישט! זי האט זיך קיינמאל נישט אויסגעפראסקעט מיט קיינעם צו פארדינען וואוטס! לופטיגע סטעיוטמענטס פון joy איז נישט גענוג!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top