- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 268
- רעאקציע ראטע
- 1,445
- פונקטן
- 213
קלארשטעלונג: איך בין נישטא צי דיפענדען יעדע מנובל טעראריסט ומוכה שחין וואס טוט כל מה שליבו חפץ אין נאמען פון די סיסטעם. אויך בין איך נישטא צי דיפענדען ספעציפשע שטעלונגען פון די סיסטעם ווי למשל סמארטפאוןס און פרויען דרייווען.
איך האב שוין פיינט די סיסטעם מאז הייתי בישיבה גדולה, מיין משגיח פלעגט האלטן דרשות און חוזק מאכן אקעגן מצוות אנשים מלומדה, אז מענטשן טוען זאכן אן טראכטן און אזוי אריינגעברענגט א ווארימקייט און א ערענסטקייט אין תורה און מצות. אבער די קאסט פון ארויסנעמען די מצוות אנשים מלומדה איז אז מען הייבט אן אלעס צי קוועסטשענען (און יא מען קוועסטשענד גאט ברוך היא אליין, אבער דאס איז נישט די פלאץ פאר דעים און האפנוליך עוד חזון למועד) לגבי מיר איז עס בעיקר ארויסגעקומען צי קוועסטשינען די סיסטעם, און פון קוועסטשינען און נישט באקומען קיין ענפערס, און נאכמער מען האט מיר אנגעהויבען צי אוועקמאכן אלץ משכיל און שייגעץ האט זיך עס פארהאנדלט צי שנאת הסיסטעם, עס איז פשוט געווארען פאר מיר ווי א קולט (@דזשאוסעף קראוס איך האלט נישט אז עס איז ממש א קולט) די איידיע אז מען טאר נישט קוועסטשענען, און כל דבר אשר בשם סיסטעם יכונה איז ביי מיר פארפיינטעט געווארן.
(יעצט פאר דעי מענטשן וואס גייען פרעגן איך זעה נישט קיין סיסטעם, איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט לאמיר געבן א קורצע הסבר, סיסטעם = געזעצן פון מצות אנשים מלומדה און נאך ערגער קאפ און וואנט געזעצן וואס האבן שוין 1. עקספייערט 2. מען מאכט נייע געעזעצען, לאמיר געבן אפאר משלים.
חדש אסור מן התורה, מאכן די אדמור פאר א מיני-גאט, נישט טוישן לבוש, בכלל די עטיטוד אז מען רירט זיך נישט פון מסורה, הלכות וואס זענען סטאק געבליבען פאר טויזענט יאר צוריק און מען רירט זיך נישט פון עס, די מוסד וואס קאנטראלירט אא״וו)
ולעינינינו, בעצם שטייט דאך אין גמרא אז יעדע בית דין וואס איז גרעסער בחכמה ובמנין קען מבטל זיין א פסק פון א פריעדיגע בית דין, קומט אויס אז בעצם אויב שטעלן זיך אויף א גרויסע גרופע פון ערנסטע רבנים (נישט סתם רמ״ים וואס מען ניצט אויף א היתר מאה רבנים) און פסקנן אז אלע דינים דרבנים זענען בטל, איז עס בטל, יא זיי האבן די כוח דאס צי טון.
איז פארשטייט זיך גייען עס נישט טון ווייל די דרבנן׳ס זענען מתוקן געווארן פאר א סיבה און מען גייט עס נישט טוישן, אבער בעצם אויב זעהען זיי א נקודה וואס מען דארף טוישן קענען זיי עס רואיגעהייט טון, און פארשטייט זיך נישט נאר דרבנן׳ס נאר אלעס פון די גמרא וראשונים און אחרונים, איך ניצט נאר די עקסטרעמסטע ווערסיע כדי לסבר את האוזן.
אבער למעשה גייט קיין איין סיסטעם רב עס נישט טון
(קודם כל ווייל די רגע א רב פרובירט נאר צי טון אזא זאך ווערט ער פארשריגען אלץ שייגעץ, ציוני, רעפארמער, אפיקורוס און מזרחיסט).
אבער די ערנסטערע סיבה איז ווייל איינמאל מען הייבט אן אפיציעל טוישן זאכן צופאלט אידישקייט. און השכלה וקאנסערוועטיזם יוכיח, ביידע זענען געקומען מיט גוטע כוונות און די ערשטע משכילים און קאנסערוואטיווען זענען אנגענומענע רבנים (דוגמת כסא דהרסנא און בשמים ראש) די פראבלעים איז אז עווענטועל ווערט עס פארדארבען. וואס איז טאקע געשען מיט השכלה און געווארען אנטי אידישקייט. און אין א גוטע פאל ווערט עס סתם צופאלן, וואס איז טאקע געשען מיט קאנסערוואטיזם. עס פאלט נאר מער און מער, אפילו אויב זיי האבן נאך א שיינע צאל מענטשען, איז זייער אידישקייט לעוועל זייער נידריג.
מילא האט מען געמוזט ״מחדש זיין״ חדש אסור מן התורה, אזא ״סיסטעם״ וואס מען רירט זיך נישט פון אמאל, און מען טוישט מער נישט קיין זאכן, כאטש וואס טעכניש קען מען ווען יא ארום טוישן, כמו שכתבתי לעיל.
וויאזוי פונקטליך די סיסטעם זאל צוגיין איז נישט אזוי נוגע, אבער די ליטווישע האבן זיך אויסגעטראטען זייער סיסטעם, און די חסידים האבן עדאפטעד די חתם סופר׳ס סיסטעם. און אזוי קען מען האלטן ווייטער אידישקייט.
איי למעשה מוז מען דאך צומאל טוישן זאכן, יעדער איינער טוישט, סיי לחומרא און סיי לקולא, וואס טוט מען דעמאלט, אה דעמאלטס נעמט מען א גרויסן שיך לעפל און מען שטופט עס אריין אין א גמרא צי אין א ראשון, אזוי האט מען א Win Win, סיי מען האט “למעשה” געטוישט וואס מען האט געווילט, און סיי מען האלט ווייטער אן די סיסטעם און מען רירט זיך נישט פון די מסורה, נאר מען טייטשט עס אריין.
יעצט זענען טאקע דא אסאך רבנים וואס האבן נישט קיין שכל, און די סיסטעם איז געווארן א אפגאט פאר זיך, אנשטאט ניצן די סיסטעם פאר פראקטישע סיבות כדלעיל, דארף מען דינען די סיסטעם, און פון דא שטאמט אלע שמוציגקייטן פון די סיסטעם, וויבאלד מען טאר זיך נישט רירן. פעריאד. און אויב רירט מען זיך איז עק וועלט, קומט פון דעים ארויס אזא פארשטינקענע סיסטעם, מיט רולס וואס מאכן נישט קיין סענס, און סמארטפאונס ווערן עבודה זרה׳ס וואס מען טאר נישט דינען, און אדמורים ווערן עבודה זרה׳ס וואס מען מוז דינען.
ועוד כהנה רבות ווי למשל פרויען טארן נישט דרייווען, אלץ מען רירט זיך נישט פון סיסטעם. ולכן גייען זיי זיך מייחד זיין מיט מענער אין א טעקסי און עובר זיין אויף יחוד וואס פילע מכשולות קומען ארויס.
אויף דעים וויינט די שכינה, הלואי אותי עזבו די סיסטעם-גאט לאטס אפ, ואת תורותי שמרו אבער היט די תורה..
אין קורצן סיסטעם איז א גוטע זאך, ווי לאנג ער דינט זיין דזשאב, איינמאל ער ווערט א אפגאט דעמאלטס קומען ארויס אלע חורבנות, און ליידער דא האלטן מיר היינט…