פארוואס איך האלט פון די סיסטעם?

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
268
רעאקציע ראטע
1,445
פונקטן
213
קלארשטעלונג: איך בין נישטא צי דיפענדען יעדע מנובל טעראריסט ומוכה שחין וואס טוט כל מה שליבו חפץ אין נאמען פון די סיסטעם. אויך בין איך נישטא צי דיפענדען ספעציפשע שטעלונגען פון די סיסטעם ווי למשל סמארטפאוןס און פרויען דרייווען.

איך האב שוין פיינט די סיסטעם מאז הייתי בישיבה גדולה, מיין משגיח פלעגט האלטן דרשות און חוזק מאכן אקעגן מצוות אנשים מלומדה, אז מענטשן טוען זאכן אן טראכטן און אזוי אריינגעברענגט א ווארימקייט און א ערענסטקייט אין תורה און מצות. אבער די קאסט פון ארויסנעמען די מצוות אנשים מלומדה איז אז מען הייבט אן אלעס צי קוועסטשענען (און יא מען קוועסטשענד גאט ברוך היא אליין, אבער דאס איז נישט די פלאץ פאר דעים און האפנוליך עוד חזון למועד) לגבי מיר איז עס בעיקר ארויסגעקומען צי קוועסטשינען די סיסטעם, און פון קוועסטשינען און נישט באקומען קיין ענפערס, און נאכמער מען האט מיר אנגעהויבען צי אוועקמאכן אלץ משכיל און שייגעץ האט זיך עס פארהאנדלט צי שנאת הסיסטעם, עס איז פשוט געווארען פאר מיר ווי א קולט (@דזשאוסעף קראוס איך האלט נישט אז עס איז ממש א קולט) די איידיע אז מען טאר נישט קוועסטשענען, און כל דבר אשר בשם סיסטעם יכונה איז ביי מיר פארפיינטעט געווארן.
(יעצט פאר דעי מענטשן וואס גייען פרעגן איך זעה נישט קיין סיסטעם, איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט לאמיר געבן א קורצע הסבר, סיסטעם = געזעצן פון מצות אנשים מלומדה און נאך ערגער קאפ און וואנט געזעצן וואס האבן שוין 1. עקספייערט 2. מען מאכט נייע געעזעצען, לאמיר געבן אפאר משלים.
חדש אסור מן התורה, מאכן די אדמור פאר א מיני-גאט, נישט טוישן לבוש, בכלל די עטיטוד אז מען רירט זיך נישט פון מסורה, הלכות וואס זענען סטאק געבליבען פאר טויזענט יאר צוריק און מען רירט זיך נישט פון עס, די מוסד וואס קאנטראלירט אא״וו)

ולעינינינו, בעצם שטייט דאך אין גמרא אז יעדע בית דין וואס איז גרעסער בחכמה ובמנין קען מבטל זיין א פסק פון א פריעדיגע בית דין, קומט אויס אז בעצם אויב שטעלן זיך אויף א גרויסע גרופע פון ערנסטע רבנים (נישט סתם רמ״ים וואס מען ניצט אויף א היתר מאה רבנים) און פסקנן אז אלע דינים דרבנים זענען בטל, איז עס בטל, יא זיי האבן די כוח דאס צי טון.

איז פארשטייט זיך גייען עס נישט טון ווייל די דרבנן׳ס זענען מתוקן געווארן פאר א סיבה און מען גייט עס נישט טוישן, אבער בעצם אויב זעהען זיי א נקודה וואס מען דארף טוישן קענען זיי עס רואיגעהייט טון, און פארשטייט זיך נישט נאר דרבנן׳ס נאר אלעס פון די גמרא וראשונים און אחרונים, איך ניצט נאר די עקסטרעמסטע ווערסיע כדי לסבר את האוזן.

אבער למעשה גייט קיין איין סיסטעם רב עס נישט טון
(קודם כל ווייל די רגע א רב פרובירט נאר צי טון אזא זאך ווערט ער פארשריגען אלץ שייגעץ, ציוני, רעפארמער, אפיקורוס און מזרחיסט).
אבער די ערנסטערע סיבה איז ווייל איינמאל מען הייבט אן אפיציעל טוישן זאכן צופאלט אידישקייט. און השכלה וקאנסערוועטיזם יוכיח, ביידע זענען געקומען מיט גוטע כוונות און די ערשטע משכילים און קאנסערוואטיווען זענען אנגענומענע רבנים (דוגמת כסא דהרסנא און בשמים ראש) די פראבלעים איז אז עווענטועל ווערט עס פארדארבען. וואס איז טאקע געשען מיט השכלה און געווארען אנטי אידישקייט. און אין א גוטע פאל ווערט עס סתם צופאלן, וואס איז טאקע געשען מיט קאנסערוואטיזם. עס פאלט נאר מער און מער, אפילו אויב זיי האבן נאך א שיינע צאל מענטשען, איז זייער אידישקייט לעוועל זייער נידריג.

מילא האט מען געמוזט ״מחדש זיין״ חדש אסור מן התורה, אזא ״סיסטעם״ וואס מען רירט זיך נישט פון אמאל, און מען טוישט מער נישט קיין זאכן, כאטש וואס טעכניש קען מען ווען יא ארום טוישן, כמו שכתבתי לעיל.

וויאזוי פונקטליך די סיסטעם זאל צוגיין איז נישט אזוי נוגע, אבער די ליטווישע האבן זיך אויסגעטראטען זייער סיסטעם, און די חסידים האבן עדאפטעד די חתם סופר׳ס סיסטעם. און אזוי קען מען האלטן ווייטער אידישקייט.

איי למעשה מוז מען דאך צומאל טוישן זאכן, יעדער איינער טוישט, סיי לחומרא און סיי לקולא, וואס טוט מען דעמאלט, אה דעמאלטס נעמט מען א גרויסן שיך לעפל און מען שטופט עס אריין אין א גמרא צי אין א ראשון, אזוי האט מען א Win Win, סיי מען האט “למעשה” געטוישט וואס מען האט געווילט, און סיי מען האלט ווייטער אן די סיסטעם און מען רירט זיך נישט פון די מסורה, נאר מען טייטשט עס אריין.

יעצט זענען טאקע דא אסאך רבנים וואס האבן נישט קיין שכל, און די סיסטעם איז געווארן א אפגאט פאר זיך, אנשטאט ניצן די סיסטעם פאר פראקטישע סיבות כדלעיל, דארף מען דינען די סיסטעם, און פון דא שטאמט אלע שמוציגקייטן פון די סיסטעם, וויבאלד מען טאר זיך נישט רירן. פעריאד. און אויב רירט מען זיך איז עק וועלט, קומט פון דעים ארויס אזא פארשטינקענע סיסטעם, מיט רולס וואס מאכן נישט קיין סענס, און סמארטפאונס ווערן עבודה זרה׳ס וואס מען טאר נישט דינען, און אדמורים ווערן עבודה זרה׳ס וואס מען מוז דינען.

ועוד כהנה רבות ווי למשל פרויען טארן נישט דרייווען, אלץ מען רירט זיך נישט פון סיסטעם. ולכן גייען זיי זיך מייחד זיין מיט מענער אין א טעקסי און עובר זיין אויף יחוד וואס פילע מכשולות קומען ארויס.

אויף דעים וויינט די שכינה, הלואי אותי עזבו די סיסטעם-גאט לאטס אפ, ואת תורותי שמרו אבער היט די תורה..

אין קורצן סיסטעם איז א גוטע זאך, ווי לאנג ער דינט זיין דזשאב, איינמאל ער ווערט א אפגאט דעמאלטס קומען ארויס אלע חורבנות, און ליידער דא האלטן מיר היינט…
 
זייער שיין. די קעפל טויש נאר. פארוואס איך האלט נישט פון די סיסטעם.

ווי דו פירסט טאקע אויס...

(אן איידיע ווי א קאנסטראקטיוו קאלט?)

די פראבלעם איז אויב א סיסטעם קען נאר שטיין טאמער מענטשנ'ס רעכטן ווערן צוגענומען וכדו'. וואס טוט מען דאן?
 
נישט קיין קאנסטראקטיוו קאלט. אבער די סיסטעם פון רבנים און רעלאטיווער אויסגערעכנטע-פיר-עקיגקייט, די שטעקן פון מוסדות, באשפרינקעלט מיט פיער פרעשור. די אויפטוה איז צי האלטן אידישקייט.
די איידיע פון מענטשן רעכטן איז א סעקולארע, און מען קען דאס דן זיין אין א צווייטע פלאץ, אבער יהדות מיט מענטשן רעכטן גייען לאו דוקא צוזאמען.
 
זאגסטו א אידישליכע סיסטעם קען זיך האלטן אן סיסטעמאטישע פראבלעמען(?)
 
איך פארשטײ קײנמאל נישט װען מען זאגט פון השכלה איז נישט געבליבן, די קאנסערװאטיװן שרינקען וכו' וכו'. אװדאי איז געבליבן. קודם איז געבליבן טױזנטע ספרים און נאכדעם, די חרדישע אדער חסידישע "ריעקשאן" איז נאר אדאנק די השכלה ודומיהם.

און נאכדעם, די פרושים זענען אױך נישט געבליבן. מיר זענען גאר אנדרעש הײנט פון זײ. העלל, אפי' די חסידי בעש"ט זענען גאר אנדערש פון אונז געװען.
 
און דריטנס, װאס הײסט בכלל "בלײבן"? דאס אז ס'איז דא הײנט א קינד װאס איז נאך בן אחר בן פון יענעם חסיד פון מעזשביזש?

און טאמער ר' יואליש טט"ב האט נישט איבערגעלאזט קײן קינדער אדער טאמער איז א פרײער מחליט צו װערן א בעל תשובה נוסח סאטמאר, זענען דיע זאכן דען עפעס א ראיה אז סאטמאר איז יא אדער נישט געבליבן?
 
פינפטנס: די השכלה, די קאנסערװאטיװן וכדומה זענען בּײ דעפענישן גרופעס װאס שטעלן זיך צו צו די קאנדישנס הזמן. אז די צײטן טױשן זיך, דארפן די גרופעס אױטאמאטיש זיך טױשן. בטל װערן אדער טױשן ראדיקאַלי. זײ האבן זיך געשאפן מיט "טױש" אינטעגראל צו איר פיליזאפיע און פראַקטיס.
אבער חסידות פון בעש"ט אדער לב-טהור װאס זענען אזעלכע גרופעס װאס איגנארירן די קאנדישנס ופגעי הזמן, פײפן זיך בּײ דעפענישן ארײן אין די מציאות החײם, נו אוודאי אז זײ ברױכן זיך נישט אפדעיטן. בלײבן זײ די זעלבע מעזיאוּם שטיקער װי זײ זענען שטענדיג געװען.
 
איך פארשטײ קײנמאל נישט װען מען זאגט פון השכלה איז נישט געבליבן, די קאנסערװאטיװן שרינקען וכו' וכו'
מען רעדט פון די ארגינעלע משכילים און קאנסערוואטיוון וואס זענען געווען יראי שמים.
. אװדאי איז געבליבן. קודם איז געבליבן טױזנטע ספרים און נאכדעם, די חרדישע אדער חסידישע "ריעקשאן" איז נאר אדאנק די השכלה ודומיהם.
אמת, אבער פון זייערע מענטשן איז נישט געבליבן קיין ערליכע דורות
און נאכדעם, די פרושים זענען אױך נישט געבליבן. מיר זענען גאר אנדרעש הײנט פון זײ. העלל, אפי' די חסידי בעש"ט זענען גאר אנדערש פון אונז געװען.
אויך אמת. די גאול איז נישט זיין פרושים אדער חסידים, די גאול איז צי בלייבן ערליכע ״אידן״
 
אמת, אבער פון זייערע מענטשן איז נישט געבליבן קיין ערליכע דורות
אויך אמת. די גאול איז נישט זיין פרושים אדער חסידים, די גאול איז צי בלייבן ערליכע ״אידן״
אװדאי איז געבליבן. אפשר נישט קײן בן-אחר-בן דירעקט אבער איך און דו זענען זעכער מושפע געװארן א געװאלד פון לײענען איבער די משכילים און ציוניסטן. אלזא, מיר זענען זײערע יורשים. װאס איז שלעכט? כ'האב מיך גארנישט װאס צו שעמען. איך בין פּראַוּד!
 
בקיצור די פרעגסטע די זעלבע קשיא אויף פילע אנדערע אופנים, די תירוץ אויף אלעס איז אז כדי די דורות זאלן בלייבן יראי שמים פעלט אויס א סיסטעם. עס איז טאקע נישט קיין חילוק צי זיי וועלן זיך רופן באטשיס, חסידים , ליטוויש, אויבערלענדיש אדער משכילים. די שאלה איז וועלכע סיסטעם האט מצליח געווען צי האלטן די דורות פרום?
השכלה איז דורכגעפאלן אין דעם אספעקט.
 
ס'נישט אמת. פרום איז נישט אן ענד in and of itself. עכ"פ נישט לפי התורה. די ציהל איז מען זאל זײן גוטע און עטישע מענטשן. זיך אױפפירן געזעצליך. קאנטריביוטן צו די װעלט. העלפן אנדערע. לערנען דעם באשעפער'ס חכמות. זײן העפפי און ארומגענומען מיט פאמיליע און נאך, די זעלבע ציהלן װאס די גוטע גוים האבן. נאר מיר האלטן אז דאס װאס ברענגט צו צו זײ איז דער תורה בעסער װי סײ װאס אנדערש. די מצות און לא-תעשהס אין די תורה ברױכן ארױסהעלפן צו דיע ציהלן. זײ זענען נישט די ענד-גאול לכשעצמם. אזױ מײן איך, נײן?
מ'קען זאגן אז מיט די אױבן-דערמאנטע ציהלן זענען די משכילים למשל מער סוקסעספול געװען. זײערע קינדער, אסאך פון זײ, זענען גרױס אױסגעװאקסן און פיהל ערפונדן און צוגעגעבן צו די װעלט אין אלע תחומי החכמה.

אױב מ'פארגעסט פון די ענד-גאול, קומט מען קײנמאל נישט אהן צו איר.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אמאל געפרעגט א פראפעסאר, א מאדערן-ארטאדאקסישע איד אױב ער האט נישט מורא אז זײנע זוהן װעלן אװעקפאלן און װעלן זיך נישט פירן אזױ פרום װי אים (רוב זענען טאקע אביסל װינציגער פרום). האט ער מיר געענטפערט אז ס'איז נישט זײן חוב זיך צו פירן אזא לעבן װאס זאל מאכן זיכער זײנע קינדער פירן זיך גענױ װי אים. זיכער טאר ער נישט לעבן א חײם, פרומער װי ער האלט פאר ריכטיג נאר װעגן א חשבון פון זײנע קינדער. אױב װעלן זײ אװעק פאלן, װיל דעיס דער באשעפער. זײן הצלחה אין אידישקײט מעסט זיך נישט אינדעם צו זײנע קינדער פירן זיך אױף װי אים אדער נישט. מ'דארף זײן א איד װײל ס'גיבט פאר זיך אלײנס סיפוק החײם, נישט כדי אז די קומענדיגע דור זאל'ן אױך זײן אידן. נאר מען האפט אז אױב װעט מען האבן א געשמאק אין סיפוק החײם אין דאס אײגן לעבן, װעלן די קינדער דאס אױטאמאטיש שפורן און דערפאר אױך װעלן נאכמאכן.
 
איך ״פערזענליך״ בין מסכים מיט דיר יעדע ווארט, אבער דאס איז נישט תורה׳דיגע אידישקייט.
 
איך האב אמאל געפרעגט א פראפעסאר, א מאדערן-ארטאדאקסישע איד אױב ער האט נישט מורא אז זײנע זוהן װעלן אװעקפאלן און װעלן זיך נישט פירן אזױ פרום װי אים (רוב זענען טאקע אביסל װינציגער פרום). האט ער מיר געענטפערט אז ס'איז נישט זײן חוב זיך צו פירן אזא לעבן װאס זאל מאכן זיכער זײנע קינדער פירן זיך גענױ װי אים. זיכער טאר ער נישט לעבן א חײם, פרומער װי ער האלט פאר ריכטיג נאר װעגן א חשבון פון זײנע קינדער. אױב װעלן זײ אװעק פאלן, װיל דעיס דער באשעפער. זײן הצלחה אין אידישקײט מעסט זיך נישט אינדעם צו זײנע קינדער פירן זיך אױף װי אים אדער נישט. מ'דארף זײן א איד װײל ס'גיבט פאר זיך אלײנס סיפוק החײם, נישט כדי אז די קומענדיגע דור זאל'ן אױך זײן אידן. נאר מען האפט אז אױב װעט מען האבן א געשמאק אין סיפוק החײם אין דאס אײגן לעבן, װעלן די קינדער דאס אױטאמאטיש שפורן און דערפאר אױך װעלן נאכמאכן.
גערעכט, אבער אויב וויל מען יא אז עס זאל זיך האלטן, איז דאס די וועג.
 
Back
Top