פרידא וויזל

אוי וויי. דאן ווייס איך נישט אויב ס'איז א שיינע זאך צו מאכן א פרענק פאר א קראנקע מאמע כאילו מ'איז צוריקגעקומען צום אלטן לעבנסשטייגער און דאן זאגן אז ס'איז בלויז געווען א שפיל.
שטארקע נקודה
 
מארגן קומט ארויס אן אינטערוויו וואס פרידא האט געהאט מיט מאטי נאכדעם וואס איר ווידיאו וועגן דעם אומקום פון איר ברודער דורך סועסייד האט באקומען נאנט צו צוויי טויזנט views
דא האט מען גערעדט דערפון און געברענגט די לינק

View: https://www.instagram.com/reel/DNt8NXc0iuU/?igsh=MWcxc2J1ZmtxenBybg==
 
װער האט שױן געהערט די אינטערװיאו צװישן װיזעל און מאיר שילער, דער סקװערער בעל תשובה. ער קומט ארײן זײער קלאר און אינטרעסאנט. די װעקער האט אמאל געהאט א אינטערװיאו מיט אים.

אײן זאך װאס כ'האב למשל אױפגעפאסט װאס װײזט װי קײרפול מען דארף זײן צו פארשטײן נוּאַנס פון קולטור, איז װי מאיר זאגט פאר פריִדא אז װען ער איז געװען אין YU דאכצעך, פלעגן זײ זאגן הלל אין יום העצמאות און ער תחנון. האט זי קודם אױסגעטײטשט אז ער האט "געטרױערט" דעם טאג. האט ער שנעל פארראכטן: נײן, ער האט געטוהן װי-אזױ די נאָרמעטיװ איז, אז אין די אַבּסענס פון א שמחה זאגט מען תחנון - נוּטראַל.

אה, נאך עפעס, ס'קוקט אױס װי ר' מאיר האט איר נישט געהאט אױפ'ן סקרין. מען זעהט אז ער קוקט (אדער קוקט נישט) אױף א בּלענק סקרין.
 
לעצט רעדאגירט:
א ריזיגן יישר כח @פרידא, איך האב זייער הנאה געהאט פון די אינטערװיאו מיט מאיר שילער. איך האב אריינגעלאגט נאר דיר צו געבן א ש'כח.
הצלחה!
 
איך האב געשמײכלט װי ער זאגט 'עד כאן'..
 
װער האט שױן געהערט די אינטערװיאו צװישן װיזעל און מאיר שילער, דער סקװערער בעל תשובה. ער קומט ארײן זײער קלאר און אינטרעסאנט. די װעקער האט אמאל געהאט א אינטערװיאו מיט אים.

אײן זאך װאס כ'האב למשל אױפגעפאסט װאס װײזט װי קײרפול מען דארף זײן צו פארשטײן נוּאַנס פון קולטור, איז װי מאיר זאגט פאר פריִדא אז װען ער איז געװען אין YU דאכצעך, פלעגן זײ זאגן הלל אין יום העצמאות און ער תחנון. האט זי קודם אױסגעטײטשט אז ער האט "געטרױערט" דעם טאג. האט ער שנעל פארראכטן: נײן, ער האט געטוהן װי-אזױ די נאָרמעטיװ איז, אז אין די אַבּסענס פון א שמחה זאגט מען תחנון - נוּטראַל.

René Guénon און Frithjof Schuon 😆
 
עס פלעגט זיין א ווערטל אויף אים אז ה אייר ביי שחרית זאגט ער הלל און ביי מנחה ליינט ער ויחל מיט נטורי קרתא
 
א שבת'דיגע סעודה ביי מימי רויז אינדערהיים (ספוילער צום סוף)
View: https://youtu.be/ckTzr7Dy9uw
ס'דערמאנט מיך די מעשה מיט די חסידים פון די בעל התניא וואס גייט ווי פאלגענד

די חסידים האבן געוואלט וויסן צו די הייליגקייט וואס זיי שפירן שבת ביים טיש איז טאקע אמת'דיג צוליב קדושת שבת, אדער איז עס נאר דמיון, און א הרגש?

האבן זיי אויפגעקומען מיט א פלאן אז זיי גייען פראווענען א שבת'דיגע טיש אינמיטן די וואך און זיי גייען אלעס מאכן פונקט ווי אויף שבת, די שבת'דיגע בגדים און אפילו די תפילות מיט קבלת שבת און א שבת'דיגע נוסח, אזוי וועלן זיי וויסן צו די הרגשים זענען עכט אדער נישט.

וכך הוה, מ'האט אפגעפראוועט א גאנצע שבת טיש מיט שטארקע דביקות און זמירות פונקט ווי אויף שבת, אבער אין א גרינעם מיטוואך.
און די הרגשים איז געווען ממש פונקט ווי שבת אז זיי האבן אפילו פארגעסן אז ס'איז נישט שבת.

די חסידים נאכן טיש זענען געווען זייער פאדראסן אז די הרגשים קומען גאר נישט פון שבת נאר פון די מצב רוח פון ארום.

זענען זיי צו געגאנגען צום רבי'ן מיטן ווייטאג, אז וואס מיר האבן געמיינט אז מיר שפירן קדושת שבת לאזט זיך אויס אז גארנישט מיט נישט??

האט זיי די בעל התניא געענטפערט אז פונקט פארקערט, ווען זיי פראווענען א טיש אינמיטן א וואכן טאג קומט טאקע אראפ די קדושת שבת אינעם וואכנטאג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top