א פריש-באקומענער טעקסט (איבערגעטייטשט אין אידיש)

לייענענדיק די טעקסט מעססעדש וואס איר האט באקומען פון איינעם וואס שפירט זיך אליין אין זיין געזעלשאפט, עס שטייט נישט קיין פרטים ווי צום ביישפיל אויב רעדט מען דא פון א בחור /סינגעל צי איינער וואס איז פארהייראט, צי ער האט קינדער אדער ווי אלט ער איז וכו'

אבער צווישען די שורות זעט אויס ווי דער אישו איז אז ער האט עפעס וואס דרוקט אים אין לאזט אים נישט מנוחה אפילו ווען ער איז צווישען חברים אין דאס געבט אים די געפיל פון איינזאמקייט אפילו צווישען אנדערע

למשל אן עלטערער בחור וואס אלע זיינע חברים האבען שוין חתונה געהאט קאן זיך שפירן אליין אפילו ווען ער זיצט אין פארברענגט מיט זיינע חברים ווייל די פאקט אז ער איז נישט פארהייראט ווערט אים כסדר דערמאנט שלא בכוונה, דא קלינגט איינעמ'ס ווייב, דא דערציילט איינער א מעשה פון זיין שווער, דא רעדט איינער פון זיין בעבי אדער דשאב, רענט, מארגעדש וכו, וואס די אלע זאכען דערמאנען אים כסדר אז ער איז אנדערש ווי זיי.
 
לייבוש, 'קיינער זעט נישט מיין עכטע מיך', וואס מיינט ער צו זאגן, קיינער זעט נישט איין אין מיינע כישרונות אדער I wanna be seen?
מ'רעדט פון געפילן פון א מענטש, און די נקודה איז עס נישט אפצולערנען ווי א שטיקל גמרא, נאר אים בעסער צו פארשטיין פרעג איך עס.
זעט אויס ווי ער איז ארויפגעקוקט אויף א זאך וואס איז נישט עכט ער
און פארשטייט זיך אז אפילו נאכ'ן פארשטיין פינקטלעך וואס ער האט געמיינט גייט נישט זיין די ענטפער וואס גייט זיין די כמים קרים על נפש עיפה... ווייל אין אמת'ן גערעדט, די ריכטיגע ענטפער צו א מענטשנ'ס פראבלעם ליגט אינעם מענטש אליין! דורך זיך אליין פארשטיין, וכו קען מען אנקומען דערצו כידוע. און, האבן א נאנטע חבר/טערעפיסט וכדומה, וואס קען פארשטיין און אויסשמועסן און בעיקר זאגן ווי א מענטש איז סטאק אין לעבן, איז געווען העלפפול פאר מיר און נאך.
 
איך וויל גיבען א משל ווי מען קען אויך פילען די זעלבע וועג.

א גאר שיינע פרוי, וואס האט זייער געלונגנע טאלאנט סיי און ארבעט און סי און שטוב, די בעלהבית פראמאוט איר כסדר, אבער עס איז דא דארט נאך איינע, וואס איז אויך פונקט געלונגען ווי איר, וואס איז א זעלטענהייט, אבער יענע איז נישט א שיינע פרוי און די בעל הבית פראמאט איר נישט, יעצט די פרוי האט הנאה אז אירע לוקס ברענגען איר וואס זי דארף און לעבען, און האט איר אלעמאל געברענגט זייט זי האט זיך אנגעהויבען ארויס זעהן, אבער דאך פילט זי אלעמאל אז קיינער זעהט נישט טיפער ווי די אויבירשטע שיכט.

ביי די וועי: מיין עצה פאר די מענטש וואס האט געשיקט די טעקסט איז אינטערדוס אים צו קרעמעל, דא איז דא מענטשען וואס וועלען קאנעקטען צי אים אויף זיין וועג.

אזוי מיין איך.
 
Back
Top