איידענטיטי קרייסיס

די סיבה פארוואס זי האט מורא פון טויש איז ווייל זי וויסט נישט ווי עס גייט זיך ענדיקן און ווי מען גייט אנקומען
אדרבא פרעג דיר אליין וואס איז באמת מיין גבול ? האב איך בכלל א גבול ? אויב נישט וויאזוי קען זי זיך בלינדערהייט פארלאזן?
זיץ קודם מיט דיר אליין אדער מיט א מוראדיקע דרך שטעל דיר אויס וואס זענען באמת דיינע ווירקן און איינמאל דו אליין וועסט באמת זיין קלאר וועט זי עס פיהלן און זי וועט גרינגער אננעמען צו טוישן געוויסע זאכן
עניטינג וואס איז נישט אסור עפ'י הלכה דאס איז מיין גבול
 
עס איז דא פרויען וואס טוען דאס פאר פרנסה, זיי העלפן צו דעוועלעפן די femininity. ווי למשל די וואס איך אטטעטש.
Login • Instagram
איך האב אויך א pdf. פון 10 pages פון איר, איינער ווייסט וויאזוי מען לייגט ארויף א גרויסע פייל?
לייג עס ארויף אויף דרייוו און לייג א לינק
 
הרב גאלדענע אדלער, כ'סקראול אזוי דורך דיינע אלע מלא חיזוק'דיגע תגובות געריכטעט צו דעם אומגליקליכען משתוקק.

און - במחילת כבודכם הרמה - קוקט מיר אויס אז דו היייבסט בכלל נישט אן צו באגרייפן דעם אינגערמאן'ס ביטערן שיקזאל, דא שטייט (ליגט) א אינגערמאן וואס האט א נאטורליכע דראנג צו האבן אינטימע באציאונגען מיט זיין לעבנס באגלייטער, ער וויל עקספיריענסן ראמאנץ אויף א תורה'דיג אויסגעהאלטענע פארנעם, אן דארפן מקיים זיין אנהייב פרשת כי תצא... דערווייל אבער איז זיין ווייב סתם א ROOMATE. ער פארטראגט זיך מיט איר גאר פיין. אלעס פארט געשמירט ממש ווי אין דארמיטארי. אבער וויאזוי זינגט מענדל ראטה: איך וויל ליב האבן א מיידעלע

און מאך נישט קיין טעות: די מיידעלע זיינע איז פולקאם LIKABLE און וואלט בעצם געווען ATTRACTIVE טאמער וואוינען זיי אין טעקסאס... ליידער אבער וואוינען זיי אין די טאליבאן ד'אמעריקע ווי מ'האט אויסגעריסן יעדן זיק של פעמיניניטי מכל וכל. און דער חשש וואס חז"ל האבן זיך אזוי געפארכט "שלא תתגנה על בעלה" איז פארווירקליכט געווארן מיט אלע פשטים. חרד'יזם האט ערפאלגרייך באוויזן צו פאר'מיאוס'ן טויזענטער בנות ישראל אין די אויגן פון זייערע מענער.

View attachment 832

דאס וואס די תורה האט געוואלט אז די בת ישראל זאל פארמאגן שיינע האר און די גוי'טע זאל זיין פאר'מיאוס'ט, האט חרד'יזם מהפך געווען מיט'ן אפשערן און מנוול זיין בנות ישראל, און וויאזוי זאגט שוין רש"י? בַּבַּיִת שֶׁמִּשְׁתַּמֵּשׁ בּוֹ, נִכְנָס וְנִתְקָל בָּהּ, יוֹצֵא וְנִתְקָל בָּה, רוֹאֶה בִּבְכִיָּתָהּ, רוֹאֶה בְּנִוּוּלָהּ, כְּדֵי שֶׁתִּתְגַנֶּה עָלָיו, דאס וואס האט געזאלט פאסירן צום אשת יפת תואר, טוט אצינד פאסירן צו אונזערע בנות מלכים. און דער אינגערמאן איז סטאק מיט איר פארן לעבן, ווייל ביי טיים ער כאפט זיך וואס דא גייט פאר האט ער שוין מקיים געווען מצות פוריא ורוביא, וואס דאס באדייט אז אפילו טאמער ער איז יא גרייט זיך צו גט'ן (און באקומען די גרוש סטיגמע והמסתעף) מיינט דאס פארט אז (אין בעסטן פאל) וועט ער ברויכן שפייזן 2 פאמיליעס אינדערצייט וואס זיין מאגערע געהאלט קלעקט קוים פאר איינס. און טאמער וועט ער נישט עפאורדען CHILD SUPPORT ווערט ער אויטאמאטיש פארוואנדלט אין דער רשעות'דיגע טאטע וועלכע זארגט זיך נישט פאר זיינע אייגענע קינדער (ליין: געוועזענע ווייב). און די תוצאות זענען אז מ'לאזט אים נישט זעהן די קינדער/קומען צו זייערע שמחות, און דערנאך פירט עס צו זעלבסטמארד רח"ל.

אין קורצן: קיין שום שיינע פערל רייד טוט/וועט נישט לינדערן דעם אינגערמאנס פראבלעם, און ווען איר - נשר הזהב - פרובירט אים נאך צו 'טרייסטן' אז רוב מענטשן זענען נישט אזוינע בני מזל צו טרעפן גוטע דיעלס אויף אתרוגים/הייזער צייגט עס אויף א האראויפשטעלנדע איגנאראנץ! כ'מיין סיריעסלי ווער רעדט דא פון אתרוגים? משתוקק קעירט נישט אויף געלט!! ס'דא זאכן וואס זענען בעיסיק הומען נידס. לעבן איז גרעסער ווי געלט! און ניין! רוב (אלגעמיינע) מענטשן זענען נישט סטאק פארן לעבן מיט איימיצן וואס זיי זענען נישט ATTRACTED צו!! ממילא דער 'צרת רבים חצי נחמה' טרייסט טאקטיק איז נישט רעלעוואנט אין דעם פאל. און דא קומט נישט אריין 'מזל'! מ'ברויך נישט האבן 'מזל' צו ווערן עטרעקטעד צו די ווייב, דער כלל פון "חן אשה על בעלה" (סוטה מז.) איז גילטיג אפילו ביי שלימזלנים אויכעט - AS LONG אז דו ביסט נישט געגאנגען און בידיים צוגרינד געלייגט דעם חן.

וויאזוי האט דער פייטן היינט געקלאגט:

וְהֵן אָנוּ אַתָּה:

...כִּשְׂנוּאִים וְאֵין לֶאֱהֹב: ...כַּחֲסֵרִים וְאֵין לְמַלֹּאת... כַּאֲנוּסִים וְאֵין מָנוֹס:...וּמַה יֵּשׁ לָנוּ עוֹד צְדָקָה וְלִזְעֹק עוֹד אֶל פְּנֵי הַמֶּלֶךְ
פאר די דאזיגע וועלכע נויטיגן זיך אין אן עקסטרע דאזע איבערצייגונג איבער די תורה'דיגע שטאנד אין באצוג צו "שיינקייט ביי פרויען" טוה איך דא באהעפטן דעם "פרק יופי האשה על פי תורה" פונעם וואונדערבארן ספר מה טובו אוהליך, און אפילו אויב דו ביסט שוין פולקאם איבערצייגט קען עס זיין בייהילפיג פאר דיין ווייב וועלכע איז נאך שטעקן געבליבן אינעם טאליבאן פון חרד'יזם (ס'איז געשריבן אין אידיש)
 
בייגעלייגטע פיילס

לעצט רעדאגירט:
א פיינע שנירל דאס!! ס'איז נישט נארמאל וויפול קריגס געליטענע ס'דא, אזויפיל מי טא'ס, וגם אני בתוכם...

@משתוקק איך האף אז זאכן זענען געפאלן און פלאץ, און די האלסט שוין נאך די סעודת הודאה!!

מדארף וועין עפענען א שנירל פון סוקסעס סטאריס.

@שעפטאל , @מר שושני, @חדשים... ס'זיכער דא נאך... לאטס ענק הערן... איך רעדט צי ענק,
ווייל (שעפטאל/מר שושני) ענק האבן געוואטשט מיט די ווייב פעגי/נחי,

ס'מיינט אז ענק האבן געבראכן זייער אסאך נאו נאו'ס פון די ווייב...

אפשר קומען ענק אריין ווי אזוי די דזשארני איז ציגעגאנגען...
 
האסט מיך אויסגעלאזט... איך האב עס אויך געוואטשט מיט איר... אונז זענען ליידער דורכגעפאלן בשעת מעשה אין די נושא פון judging people... איך האלט נישט אז דאס איז א שפיץ אקאמפלישמענט, אבער שוין...
 
האסט מיך אויסגעלאזט... איך האב עס אויך געוואטשט מיט איר... אונז זענען ליידער דורכגעפאלן בשעת מעשה אין די נושא פון judging people...
סארי.. זיי האבן געזאגט אז זיי האבן געוואטשט.. דיר האב איך עס נישט געזעהן זאגן
 
א פיינע שנירל דאס!! ס'איז נישט נארמאל וויפול קריגס געליטענע ס'דא, אזויפיל מי טא'ס, וגם אני בתוכם...

@משתוקק איך האף אז זאכן זענען געפאלן און פלאץ, און די האלסט שוין נאך די סעודת הודאה!!

מדארף וועין עפענען א שנירל פון סוקסעס סטאריס.

@שעפטאל , @מר שושני, @חדשים... ס'זיכער דא נאך... לאטס ענק הערן... איך רעדט צי ענק,
ווייל (שעפטאל/מר שושני) ענק האבן געוואטשט מיט די ווייב פעגי/נחי,

ס'מיינט אז ענק האבן געבראכן זייער אסאך נאו נאו'ס פון די ווייב...

אפשר קומען ענק אריין ווי אזוי די דזשארני איז ציגעגאנגען...
איך האב אויך געוואטשט דעיס מיט מיין ווייב און אסאך גוישע וואס רעדן אינגאנצן אפן וועגן די נושאים, אין נאכאלס בין איך אינעם זעלבן פעקל.
יא, עפעס נענטער בין איך, און מיין ווייב גלייבט מיך מער ווייניגער מיט אמונה (כפירה) עניינים, אבער נאכאלס וויל זי זיין אין סאסייעטי פונקט ווי אלע, אין ס׳איז מער די חינוך/פילינגס וואס זי וויל נישט אפשאקלען, ממילא קיין גרויסע חילוק מאכט עס נישט.

איך האב נישט אלע עצות ווי אזוי דאס ביי צו קומען, אבער א חלק וואס איך וויל זאגן האבן שוין אנדערע גרויסע דא געשריבן, ומה אבוא אחר הארי, און איך דארף נישט איבער שרייבן, אבער כ׳וועל שרייבן מיינע צוויי סענס, וואס אפשר איז אויך א שטיקל חזרה.

קודם כל, קום נישט מיט די מטרה זי טוישן צו זיין עפעס אנדערש אפי׳ דו ווילסט שטארק, יא כ׳ווייס דו זעסט אנדערע און ביסט מקנא, אבער דאס וועט נישט ארבעטן, די ערשטע זאך הייבט זיך אן מיט עקסעפטענס, וויפיל ס׳איז שווער, און דו ווילסט נישט, אבער דאס איז די ערשטע שטאפל פון היילן.

איינמאל דו האסט עקסעפטעט די זאך פולי אז דאס איז דיין אומשטאנד, און דאס איז דיין מצב, קומסטו אן פון אינגאנצן א צוויטע זייט, נישט פון aggravation און נאגעטיוויטי, נאר פון פאזעטיוויטי, פון אפשר קען מען מאכן בעסער, נישט פון זיך טוישן, נאר פון אינהענסן און ארויף גיין א שטאפל, דאס איז שוין א זאך וואס וועט רעדן מער צו זי, נאר פאזעטיוויטי וועט זיין א מליץ יושר, זי איז אין איר קאָמפאָרט זאון, פארוואס זאל זי טוישן.. אבער צו מאכן נאך בעסער לייגט זיך לייכטער.

איך האב לעצטנס געהערט אין מרדכי וויינבערגס פאדקאסט ווי ער רעדט צו איינער וואס רעדט זיך אפ וועגן זיין ווייב וואס איז זייער גראב, און מוטשעט זיך ווי אזוי ער קען מאכן אז זי זאל זיך וועלן טוישן, און ער איז אויך געגאנגען מיט דעם מהלך, הער צו דא (די ערשטע שואל).
R' Mordechai Weinberger | Ask the Therapist #603: How Do I Get My Wife To Lose Weight Why Won't She Do It For Me

ער איז אויך מסביר אז די פאנטאזיעס וואס דו ווילסט וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן, און די גראז וועט אייביג זיין גרינער אויפן צווייטן זייט, (און דאס איז א גוטע זאך, ווייל דאס שטופט דיך ווײטער), און דו דארפסט עקסעפטן אז אזוי וועט עס אייביג זיין, פראביר צו ארבעטן מיט זי צוזאמען, פאר ביידענס טובה, ווייז זי אז ס׳איז גוט, ווי למשל כ׳האב לעצטענס געזען דעם אדווייז/איידיע (אויב ס׳איז א מעגליכקייט).

טרעף היתרים, ווייז מקורות אז ס׳איז א גאר בעסערע זאך צו מקיל זיין, רעד אויס דיינע רצונות אפן, וויפיל ס׳מיינט פאר דיך, און אז דו פארשטייסט אירע רצונות און פילינגס, הער אויס וואס באמת שטערט זי, ווי מ׳קען מפשר זיין צו פארפילן ביידענס רצונות, וכו׳.

און פארשטייט זיך נעם זאכן זייער שטייט, גאר נישט גייט נישט אויף איינמאל, און פארשטיי וואס און וויפיל ס׳איז שווער פאר זי, צוביסלעך צוביסלעך האף איך וועסט קענען מער ארבעטן מיט זי צוזאמען.
 
לעצט רעדאגירט:
שכח פאר די עצות!
איך האב אויך געוואטשט דעיס מיט מיין ווייב און אסאך גוישע וואס רעדן אינגאנצן אפן וועגן די נושאים, אין נאכאלס בין איך אינעם זעלבן פעקל.
יא, עפעס נענטער בין איך, און מיין ווייב גלייבט מיך מער ווייניגער מיט אמונה (כפירה) עניינים, אבער נאכאלס וויל זי זיין אין סאסייעטי פונקט ווי אלע, אין ס׳איז מער די חינוך/פילינגס וואס זי וויל נישט אפשאקלען, ממילא קיין גרויסע חילוק מאכט עס נישט.
ווי אזוי קען זיין אז די האסט געקענט רוקן דיין ווייב פון נישט קוקן אויף די אינטערנעט, צי קוקן פעגי/נחי?
ס'איז דאך אויך עפעס קעגן וואס מ'האט איר מחנך געווען, עפעס אא כח האסטו, נישט אזוי?
 
שכח פאר די עצות!

ווי אזוי קען זיין אז די האסט געקענט רוקן דיין ווייב פון נישט קוקן אויף די אינטערנעט, צי קוקן פעגי/נחי?
ס'איז דאך אויך עפעס קעגן וואס מ'האט איר מחנך געווען, עפעס אא כח האסטו, נישט אזוי?
אמת, איך האב שוין אמאל געשריבן באריכות וועגן דעם איך געדענק נישט וואו,
אבער בקיצור נמרץ אויפן שפיץ גאפל,
די עיקר איז געווען אז בשעת'ן אויפקלערן (טעימה אחר טעימה) האב איך געגעבן אן א שיעור סעקירוטי אז איך ווער נישט יעצט עפעס אנדערשט, גארנישט גייט זיך נישט שאקלען, און געגעבן הויפענעס פון לאוו, אבער רעד זיך נישט אריין ס'איז געווען לייכט נאר די פארקערטע, ס'איז געווען זייער שווער פאר זי עכ"ז, נאר כ'האב געהאלטן איר האנט אפי' ווען זי האט געזאגט אז זי קען נישט מער אזוי, ווייל דעמאלס דארף זי דיך די מערסטע, און יעדעס מאל וואס ס'איז אזוי געווען האב איך פראבירט צו ארויס באקומען וואס איז די עיקר נקודה וואס שטערט זי, כמעט ווי א טעראפי סעשאן, און אייביג איז די עיקר פראבלעם עפעס אזוי ווי סעקיורעטי, איידינטעטי, אדער ס'וועט ארויס קומען, קינדער, וכו' וכו' און כ'האב פראבירט צו ארבעטן צוזאמען, ווי מ'קען זיכער מאכן אז ס'זאל נישט זיין אירע פחדים..

כ'ווייס ס'איז א מעס וויזוי כ'האב געשריבן אבער ס'מתוך א יאגעניש, סאררי
 
מיין ווייב האט מיר אמאל געכאפט מיט א טעלעפאן שבת, זי האט זיך גענומען וויינען און טענטראמן, בקיצור נאך די גאנצע מעשה האב איך ארויס באקומען פון איר אז זי האט שוין געבויעט אין איר קאפ אז איך גיי אפּפארן און זיך גט׳ן, נאך איך האב איר בארואיגט אז איך פאר נישט קיין ערגעץ און איך גט מיך נישט און איך לאוו איר איז די גאנצע טענטראם פארשווינדן געווארן.
היוצא לנו מזה די ווייב האט נישט אזא פראבלעם מיט די עצם אויפגעקלערטקייט, כאטש וואס עס איז נישט כדאי איר עס צי פראסקענען אין פנים, איז די אומסטאביליטי וואס זי באקומט און מען דארף איר בארואיגן און עמברעסען אז זאכן זענען סטעיבל.
 
איך האב געהאט א ענדליכע מעשה,
מיין ווייב האט מיך אויך געכאפט איינמאל שבת מיטן פאון, נאר ס'איז שוין געווען נאך א תקופה וואס כ'האב שוין געהאט א ביסל א אפנקייט מיטן נושא,
און זי האט מיך פארגעהאלטן אז "האסט געזאגט אז דו גייסט נאך היטן הלכות, און כ'האב געזאגט גערעכט איך בעט מחילה פאר נישט האלטן ווארט, "איך קען דיך נישט טראסטן" זאגט זי, כ'האב זיך נישט פארלוירן, (נישט האבן סעלף סעקיורעטי, איז די ערגסטע זאך) און געזאגט א מענטש קען אמאל דארכפאלן,
זי: "יא, אבער ווען דיינע מחשבות וואס דו האלסט וואלסטו נישט געהאט אזא ניסיון",
איך: אמת, אבער ס'מיינט נישט אז קענסט מיך נישט טראסטן, קענסט מיך טראסטן איך גיי נישט קיין ערגעץ, און איך בעט שטארק מחילה פארן דורכפאלן און נישט האלטן ווארט.
זי: אבער כ'האב מורא ס'וועט צום סוף ארויסקומען, און מענטשן וועלן וויסן.
איך: איה"נ איך האב נישט געטראכט פון דעם, היות ס'איז געווען בצנעה ממש, אבער גערעכט אז סוף סוף וועט אפשר איין מאל בטעות.. פון יעצט זע איך איין די וויכטיגקייט פון קורות ביתו יוכיחו, און אפי' קיין דארכפאל וועט נישט געשען בלי"נ מחומר הדבר.
מער ווייניגער אזוי איז געגאנגען די שמועס.

וואס איך וויל דא ארויס ברענגען וואס מ'זעט זענען די פחדים פון די ווייב
כ'האב א בריוו פון מיין ווייב וואס זי האט ארויסברענגט די סעקיורעטי אישיוס און וויפיל זי דארף מיך פאר א בעק באון און אז ווען זי וויינט און האט טענות, דארף זי נאכמער איך זאל האלטן איר האנט, ס'קומט נישט פון טענות נאר פון סטרעס און פחד,
איך גלייב נישט זי וועט מסכים זיין כ'זאל עס מיטטיילן מיטן ציבור, האב איך געשריבן נאר די מקצת
 
אמת, איך האב שוין אמאל געשריבן באריכות וועגן דעם איך געדענק נישט וואו,
אבער בקיצור נמרץ אויפן שפיץ גאפל,
די עיקר איז געווען אז בשעת'ן אויפקלערן (טעימה אחר טעימה) האב איך געגעבן אן א שיעור סעקירוטי אז איך ווער נישט יעצט עפעס אנדערשט, גארנישט גייט זיך נישט שאקלען, און געגעבן הויפענעס פון לאוו, אבער רעד זיך נישט אריין ס'איז געווען לייכט נאר די פארקערטע, ס'איז געווען זייער שווער פאר זי עכ"ז, נאר כ'האב געהאלטן איר האנט אפי' ווען זי האט געזאגט אז זי קען נישט מער אזוי, ווייל דעמאלס דארף זי דיך די מערסטע, און יעדעס מאל וואס ס'איז אזוי געווען האב איך פראבירט צו ארויס באקומען וואס איז די עיקר נקודה וואס שטערט זי, כמעט ווי א טעראפי סעשאן, און אייביג איז די עיקר פראבלעם עפעס אזוי ווי סעקיורעטי, איידינטעטי, אדער ס'וועט ארויס קומען, קינדער, וכו' וכו' און כ'האב פראבירט צו ארבעטן צוזאמען, ווי מ'קען זיכער מאכן אז ס'זאל נישט זיין אירע פחדים..

כ'ווייס ס'איז א מעס וויזוי כ'האב געשריבן אבער ס'מתוך א יאגעניש, סאררי
און וויכטיג צו צולייגן אז כ׳האב קיינמאל נישט פראבירט זי צו אויפקלערן, נאר כ׳האב פראבירט צו מסביר זיין פון וואו איך קום, ווי ווייס איך וואס איך זאג איז אמת אא"וו.
איך האב זי קלאר געזאגט זי קען האלטן וואס זי וויל, איך כשלעצמי ווייס אז דאס איז די אמת.
ס׳איז געווארן אוטומאטיש.
 
טייערע ברידער הגדולים ממנו בחכמה ובזקנה
כ'לייג דא ארויף אן אישי פון א חבר (ברשות כמובן, כ'האב געטוישט נוסחאות וסגנון הכתיבה).
א ברידער דארף חיזוק און עצות. לאמיר ביטע האלטן דעם שנירל ערענסט און צום ענין.

וזה תוכן דבריו.
הער צו מיין ווייטאג.

כ'פיל זיך איינער אליין צומישט אין פארלוירן.

די ערשטע יארן פון מיין לעבן בינעך באדעקט געווארן מיט שיכטן און שיכטן פון דמיונות, שקרים, והבלים,

לעצטענס איז מיין גאנצע בנין פון השקפה און מהלך החיים געווארן צושאקלט אין צושטיקלט.

מיין ווייב איז נאך פארזינקען אין איר באקס, זי לעבט מיט אזא רואיגקייט אנע דאגות, שלאגן כפרות און צוהערן צניעות האטליין'ס איז איר לעבן....

וואס טוט מען דא??

איך לעב א פאלשע דאפלטע לעבן, פון אינערווייניג האלט איך נישט ביי גארנישט,
אבער איך ברויך געבן אן אנשטעל ווי א חסידישע אינגערמאן.

איך טראכט צו מיר וואס בינעך שולדיג אז איך בין געבוירן אין אזא פלאץ. ווי מען נעמט אוועק יעדע מיטל צו הנאה האבן פין די וועלט.

וואס בינעך שולדיג?!

פארוואס האט עס גאט (-מה זה?) געטון צו מיר?

איך קען מיר נישט ארויס זעהן אפילו איך וויל.

ווען איך בין העווי אריינגעווייערט אינעם סיסטעם, אקטיוו און אינוואלווד מיט א קאמיוניטי, חברים, איז איין זאך,
אבער איך האב דאס אויכעט נישט.

איך האב נישט געהעריג קיין קהילה מנהיג רבי, (אפציעל געהער איך קיין סאטמאר.)
איך האב נישט ביידע וועלטן.
עכ"ד
--

כ'הייב אן מיט אביסל אייגענס, ביטע זייטס מוסיף, און פאררעכטס מיך ווי כ'בין טועה.

איי איי איי
כ'הער דיך! כ'בין אריבער דעם סטעדש!

פראביר זיך צו באקענען מיט פרייליכע חברים.

פראביר נישט צו מאכן גרויסע טוישונגען ווייל ס'טוט סתם וויי פאר יעדעם און פאר זיך. אין א געזונטע פלאץ פעלט נישט אויס צו טוישן צופיל און דראסטיש פון די טראדישאן.

דאס האב איך געשריבן צו איינער אין אזא צייט.
כ'בין געבוירן א חרדי, כ'וועל קיינמאל נישט זיין צופרידן אן האבן שייכות מיט מיין אפשטאם.

*רעליגיע* איז געווען א מנגד צו מיין עקזיסטענס.
*דאוט* איז געווען מיין מציל ומושיע, נישטא קיין חיובים, קענסט לעבן ראוג.

אבער לעצטענס קומט דער זעלבער דאוט און האלט מיך צוריק פון גיין פאראויס מיט מיין געפיל, כ'קען נישט עקספיריענסן דאס לעבן צום מאקסימום, ווייל אויף יעדע הרגשה קומט דער דאוט און מאכט עס צונישט.

כ'לעב ווי א פליג אויפן וואנט וואס אבזאווירט יעדעמס טריפ אוו לייף, אבער איך האב כרת - פארשניטען פונעם טריפ.

פון א פראגמאטישן ווינקל, אלץ סורווייוועל דארף איך בדייקא יא טראסטן מיין אינטואישין (דמיון?) וואס פיהלט אז כ'בין דא פאר א סיבה, און ס'דא אן אויפטוה מיטן העלפן אנדערע מענטשן, וכדו'.

אבער דער זעלבער דאוט (עמלק - ספק) לאזט נישט.

כ'בין צוגעקומען צום הכרה אז איך גלייב אין דעם גם זו לטובה. דעם מצב הנפש איז אויכעט לטובה.

דאס איז רצון השם אז איך קען נישט גלייבן אין דעם דערווייל. און אויב דער רבוש"ע הייסט אריינגיין אין גיהנום (בפועל, בהאי עלמא, על ידי מיצר הלוגיקה) בינעך דארטן בשמחה ווייל דאס איז זיין פלאן.

איך זינג הכל לטובה, וגם זו לטובה.
--

בנוגע דעם ווייב

כ'מיין אז ס'פעלט נישט אויס אפצולאכן, ס'סאך מער אפעקטיוו אויב מ'זאגט כ'האב נישט די כוחות יעצט אזוי ווי אמאל. און מ'שאפט התירים.

מ'מאכט דעם טויש זייער צוביסלעך, בעיקר אין השקפה, די רבוש"ע האט ליב יעדע איד, יעדע איד האט אן אנדערע עבודה, אמאל איז די עבודה צו מקיל זיין ווען ס'פעלט אויס אויף צו זיין מער בשמחה. וכדו'

מ'זאגט נאך מימרא'ס פון צדיקים וואס האבן מקיל געווען ווען ס'דא א חשש מ'וועט צוקומען צו כעס, אדער ס'וועט נישט זיין באקוועם פאר א איד, (די אייגענע קינדער זענען דאך אויך אידן, און זיך אליין אויך ❤️)

און אז חזקיהו המלך האט ניטאמאל געדאווענט ביי מלחמות, ער האט געזאגט כ'האב נישט קיין כוח, איך ליג אין בעט און דער באשעפער וועט העלפן.

דעם מיינדסעט טוישט אסאך.

בכלל אויב דו האסט ליב צו זיין ספירטול קענסטו דאך פאוקעסן טאקע אויף גם זו לטובה, און יעדע גשמיות'דיגע ריר פון א איד איז חשוב ביים באשעפער. די גאנצע לעבן איז שירה צום באשעפער.

ווען די מוח איז אביסל מער לויז פון פרעשור קען מען צוביסלעך טוישן אויך בפועל אביסל אויף אמאל. נאכדערצו אז די רוח איז נישט אז מ'לאזט אפ דעם סעיף רעליגיע נאר אז מ'הייבט זיך אויף צו אן העכערן גאולה'דיגן עבודה. מ'האט מער ספירוטאלעטעיט.

אבער דאס איז סתם מיין השערה. לאמיר האפן אידן וואס האבן ידיעה וועלן נישט צוריק האלטן.
צום אלעם ערשט, איך פארשטיי דיר 100 פראצענט, די פעין איז אין לשער, ס'זייער ווייטאגליך צו דארפן לעבן א דאפעלטן לעבן.
און איך גיי דיך נישט יעצט שרייבן וואס און וויאזוי דו זאלסט טון, דאס האבן שוין גרעסערע בחכמה ובמנין גענומען פאר א פליכט, כ'וויל נאר ארויפברענגען א נקודה'לע צו טראכן.

געווענליך ווען א מענטש וויל מאכן עקסטערנעל טוישונגען קומט עס פון א אינערליכע פלאץ וואס איז נישט צופרידן פון זיך אליין און דאס איז די דרייוו פאר טויש.
און מ'רעדט זיך אליינס איין, אז אויב כ'גיי מאכן די טויש גייט עס האבן אַ השפעה אויף די אינערליכע ווייטאג אויך.
לדוגמא, א אינגערמאן וויל טוישן זיין לבוש, אבער ער קען נישט ווייל ער האט מורא פון זיין ווייב'ס רעאקציע, רעדט ער זיך איין אז אויב מיין ווייב גייט זיין אויף מיין פעידזש גייט אלעס זיין גוט, אבער באמת, וואס ער וויל עכט איז אינערליכע שטארקייט צו קענען טון וואס איז ריכטיג פאר אים, אפילו ס'דא דזשאדזשמענט פון זיין ווייב/ קאמיונעטי וכו'.
לאמיר זיך נישט נער'ן, ווען איינער טוישט לבוש, קאמיונעטי, רעליגיע א.א.וו. קומט עס פון א internal need זיך צו טוישן, אבער ווי לאנג דו האסט נאך נישט געמאכט די אינערליכע טויש גייט דיך עס נאכלויפן עד מאה ועשרים, און אפשר אפילו נאך דעם אויך....
 
וואס בינעך שולדיג?!

פארוואס האט עס גאט (-מה זה?) געטון צו מיר?

איך קען מיר נישט ארויס זעהן אפילו איך וויל.
'פארוואס האט עס גאט (יענע זאך.....) געטון צו מיר?'
ס'קען זיין טאקע וועגן דעם...
'כ'קען מיך נישט ארויס זעהן' איז עצת היצר, די חלק אין דיך וואס וויל דיך האלטן סעיף (זעהן סטאָק) אלעמאל...
 
אגב, ס'קען אויסקוקן ווי איך האלט נישט פון change,
בכלל נישט, אין מיין לעבן האבעך שוין געמאכט אסאך אסאך טוישונגען, קיין איינס איז נישט געווען האניג, אבער ווי מער כ'האב געקענט זעהן די need אונטער דעם, איז עס געווען א חלק פון מיין עבודת השם...
 
צום אלעם ערשט, איך פארשטיי דיר 100 פראצענט, די פעין איז אין לשער, ס'זייער ווייטאגליך צו דארפן לעבן א דאפעלטן לעבן.
און איך גיי דיך נישט יעצט שרייבן וואס און וויאזוי דו זאלסט טון, דאס האבן שוין גרעסערע בחכמה ובמנין גענומען פאר א פליכט, כ'וויל נאר ארויפברענגען א נקודה'לע צו טראכן.

געווענליך ווען א מענטש וויל מאכן עקסטערנעל טוישונגען קומט עס פון א אינערליכע פלאץ וואס איז נישט צופרידן פון זיך אליין און דאס איז די דרייוו פאר טויש.
און מ'רעדט זיך אליינס איין, אז אויב כ'גיי מאכן די טויש גייט עס האבן אַ השפעה אויף די אינערליכע ווייטאג אויך.
לדוגמא, א אינגערמאן וויל טוישן זיין לבוש, אבער ער קען נישט ווייל ער האט מורא פון זיין ווייב'ס רעאקציע, רעדט ער זיך איין אז אויב מיין ווייב גייט זיין אויף מיין פעידזש גייט אלעס זיין גוט, אבער באמת, וואס ער וויל עכט איז אינערליכע שטארקייט צו קענען טון וואס איז ריכטיג פאר אים, אפילו ס'דא דזשאדזשמענט פון זיין ווייב/ קאמיונעטי וכו'.
לאמיר זיך נישט נער'ן, ווען איינער טוישט לבוש, קאמיונעטי, רעליגיע א.א.וו. קומט עס פון א internal need זיך צו טוישן, אבער ווי לאנג דו האסט נאך נישט געמאכט די אינערליכע טויש גייט דיך עס נאכלויפן עד מאה ועשרים, און אפשר אפילו נאך דעם אויך....
האסט זיכער א פוינט,
אבער איך בין נישט זיכער אז ביסט גערעכט אין יעדער פאל, למשל: אויב איינער פילט א תשוקה צו קענען לעבן א פולע לעבן, און זיך קענען עקפרעסן פולערהייט, און אינעווייניג אין די צוימען פון די קאמיוניטי, און מיט וואס זיין ווייב/מאן'ס constraints איז עס נישט שייך צו עקפיריענסן, און קען נישט זיין אינגאנצן זיך און זיך לאזן וואויל גיין, דאס קומט למשל פון א פלאץ פון א צורך אויף discovery, ווייל אזוי קען ער זיך מער אנטפלעקן, און אויך די מענטשהייט בכללות.

אין אזא פאל לכאו' אפי' אז ס'איז א אינערליכע באדארף, אבער ס'פעלט אויס לכא' דרויסנדיגע עקפיריענסן כדי צו זיך אינגאנצן אנטפלעקן און אנטפלעקן די וועלט בכללות.

עכ"פ אפי' אויב ס'איז דא א וועג צו אנטפלעקן אן דעם אבער ס'איז א אומוועג, די בעסטע וועג דאס צו טון איז אודאי מיט עקפיריענס, און עקפלארעישן
 
Back
Top