װער האט שױן געהערט די אינטערװיאו צװישן װיזעל און מאיר שילער, דער סקװערער בעל תשובה. ער קומט ארײן זײער קלאר און אינטרעסאנט. די װעקער האט אמאל געהאט א אינטערװיאו מיט אים.
אײן זאך װאס כ'האב למשל אױפגעפאסט װאס װײזט װי קײרפול מען דארף זײן צו פארשטײן נוּאַנס פון קולטור, איז װי מאיר זאגט פאר פריִדא אז װען ער איז געװען אין YU דאכצעך, פלעגן זײ זאגן הלל אין יום העצמאות און ער תחנון. האט זי קודם אױסגעטײטשט אז ער האט "געטרױערט" דעם טאג. האט ער שנעל פארראכטן: נײן, ער האט געטוהן װי-אזױ די נאָרמעטיװ איז, אז אין די אַבּסענס פון א שמחה זאגט מען תחנון - נוּטראַל.