פשט פון דיין ניק

איך מיין אז נאך דעם גאנצן שנירל דא בין איך מיט קיין אינטש נישט קלוגער..

איינער זאגט זיין ניק איז "פשוטו כמשמעו", א צווייטער טענה'ט "כשמו/י כן הוא", א דריטע זאגט "ווייל אזוי האב איך געפילט/מחליט געווען"..

אין אנדערע ווערטער פארוואס האט איר דעם ניק? ווייל דאס האט איר געוואלט! מזל טוב!! ס'האט זיך מיר זייער געדאכט אזוי נאך איידער איר האט עס געשריבן און יעצט האט איק עס מיר קאנפירמד.. יישר כח גדול!

אבער למען השם פארוואס טאקע האט איר דעם ניק?! וואס איז געלעגן אונטער דעם? וואס האט איר געגעסן, געזען, געטראכט, געמיינט, געחלומ'ט יענע בייזוויליגע טאג אז איר האט געלאנדעט אויף דעם ספעציפישן, מאדנע, קריאזע, אייגנארטיגע ניק נאמען?

Thank you for your attention to this matter
 
איז אזוי. מיין ניק איז ארגינעל געפענט געווארן אין ק"ש דורך א חבר וואס האט עס מיר איבערגעבן.
כ'האב קיינמאל נישט ליב געהאט דעם איבריגן אלף פון שעפטאל (ס'הערט זיך גאר ווי שעֶפטָאֵל... אדער ווי איינער וואס קען נישט ספעללן זיין אייגענער נאמען) כ'האף דער עולם רופט עס שׁעֶפטְל.

כ'וואלט עס שוין פון לאנג געטוישט, אבער ס'איז שוין מיין ניק און מ'געדענקט עס אזוי.

דעריבער גייט עס מיטן פארקערטן אויפן, שמא קא גרים, די נאמען האט אן השפעה.

היות מיין נאמען איז פעלערהאפטיג און אומפערפעקט מיט א צוגעלייגטן אלף, אזוי אויך איז מיין שרייבן מיט איבריגע אותיות, איבריגע ווערטער, מעססי, אום געפארטיגטע מחשבות, זייער רוי און בלתי מוגה, פנימי שבפנימי וואס ראולט זיך בריש כל חוצות כגרוגרות דר' צדוק.

די מעסעדש וואס שעפטאל געט איז
דו ביסט א צדיק - ווייל דיין נקודה פנימי וויל צדק.
דו קענסט נישט זיין פערפעקט - אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.
ערלויב דיין נקודה פנימי צו שיינען און דיר פירן - שטעל זיך נישט אפ צו פראבירן פערפעקשאן.
 
כשמו כן הוא
איינער זאגט זיין ניק איז "פשוטו כמשמעו", א צווייטער טענה'ט "כשמו/י כן הוא"
ווען איך האב געפיקט די נאמען בין איך געווען סופרייזט אז ס'איז בכלל אוועילעבל, אזא נאמען איז אזוי ווי "ווערטער זענען איבריג"

אבער האסט אזוי שיין געבעטן וועל איך מסביר זיין,

מיין קרוז קאנטראל וואס האט געארבעט פון אלס קליין אינגל האט זיך אויסגעלאשן בערך צוויי יאר צירוק די זעלבע צייט וואס קאווע שטיבל האט געגעבן זיינע לעצטע אטעמעס,

איך האב אריינגעשטורעמט דארט מיט א מעסעדזש וואס האט געזאגט אין קורצן אז 'איך זיך לעבן' 'איך זיך פארפעס' 'איך זיך שמחה', מ'האט זיך ווארעם אנגערופן דארט, אין איך האב געזען אז כ'בין נישט די איינציגסטע,

אדערווייל האב איך ווייטער געזיכט, איך האב געפילט ליידיג, ער סאם פאונט האב איך געטראכט אז אפשר דארף איך מיר זעצן לערנען מיט א פעסטקייט, וועל איך אפשר באקומען א שמחת החיים, ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן,

האב איך ווייטער געזיכט.. ביז איך האב איך געטראכט אז איך דארף האבן א שטארקע פילטער אין אויפהערן קוקן 'ווי מ'טאר נישט' ס'האט אויך נישט געהאלטן פאר לאנג, ווייל קיינער איז נישט געשטאנען מיט גאן אויב איך קוק, טא פארוואס זאל איך נישט קוקן?

ביז איך בין אנגעקומען דא אין קרעמל אלס איינער וואס זוכט דעספערטלי ליכטיקייט פון ווי אימער ס'שיינט נאר,

איך האב נישט קיין איינונג ווי איך גיי אנקומען, אבער מיט איין זאך בין איך קריסטעל קלאר,
איך גיי נאר גיין ווי איך זעה מיט מיינע פליישיגע אויגן אז ס'שיינט

איין זאך בעט איך דער פון אויבן, אז דעי רייד זאל נישט געדוירן לאנג, ווייל איך קען ווערן זייער נארשעס,

דעטס די סטארי פון 'איש מבקש'
 
לעצט רעדאגירט:
בעצם האב איך מיך געוואלט רופן איש יהודי היה, אבער דאס איז צי לאנג און איך האב מורא געהאט אז ווען מען ענדיגט ליינען מיין ניק וועט מען שוין נישט האבן קיין נערוון צי ליינען די תגובה
 
די שלום עליכם אשכול איז שוין צו לאנג זעהט אויס, מ'האט געדארפט עס דא איבערפרישן מיט שטיקל טוויסט. זייער שיין.

מיין ניק האב איך גענומען פאר קאווע שטיבל (ממש צום סוף), און למען האמת געדענק איך נישט פונקליך פארוואס. איך מיין איך האב א שטיק צייט פארדעם געליינט אלי וויזעל'ס בוך און קאננעקטעד מיט דעם שושני כאראקטער. וויבאלד שושני איז נישט זיין עכטע נאמען איז עס כאילו ער האט שוין גענוצט די נאמען אלס א ריל לייף ניק. ס'האט געפילט פאסיג.
 
די שלום עליכם אשכול איז שוין צו לאנג זעהט אויס, מ'האט געדארפט עס דא איבערפרישן מיט שטיקל טוויסט. זייער שיין.

מיין ניק האב איך גענומען פאר קאווע שטיבל (ממש צום סוף), און למען האמת געדענק איך נישט פונקליך פארוואס. איך מיין איך האב א שטיק צייט פארדעם געליינט אלי וויזעל'ס בוך און קאננעקטעד מיט דעם שושני כאראקטער. וויבאלד שושני איז נישט זיין עכטע נאמען איז עס כאילו ער האט שוין גענוצט די נאמען אלס א ריל לייף ניק. ס'האט געפילט פאסיג.
מ'דארף עס טאקע ריקן צי 'לאמיר זיך באקענען'
 
איז אזוי. מיין ניק איז ארגינעל געווארן געפענט געווארן אין ק"ש דורך א חבר וואס האט עס מיר איבערגעבן.
וועלכע תקופה האסטו עס בקומען? הייסט די ערשטע מעסדשעס איז נישט די ריעל שפטי?
 
וועלכע תקופה האסטו עס בקומען?
ביי בערך צוואנציג מעסעדשעס אריין. (כ'געדענק שוין נישט)
איך האב אנגעהויבן מיט הודעות איבער חכמת היד... 🫣 בושות...
הייסט די ערשטע מעסדשעס איז נישט די ריעל שפטי?
אוואדע ריעל שעפטי, אבער נישט מיר נאר דער פותח הניק.
 
לאור די אשכול האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א ריברענד.
 
מיין נאמען האב איך געקליבן ווייל דאס איז מיין נאטור
און די פראפייל פיקטשער האב איך גענומען א בילד פון א פערזאן וואס איך גלייך זייער און זיין סטארי האט מיך זייער באנומען
ה״ה הרה״ק ר׳ יצחק נחום טווערסקי משפיקעוו ואבד״ק ראווא-רוסקא וחתן האינקוויזיטור הגדול הרה״ק מהרי״ד מבעלז ובעל מחבר המכתב המפורסים אל הסופר הדגול יעקב דינעזאהן מווארשע
 
און די פראפייל פיקטשער האב איך גענומען א בילד פון א פערזאן וואס איך גלייך זייער און זיין סטארי האט מיך זייער באנומען
אפשר דערציילסטו זיין מעשה
 
Back
Top