פולמוס שלום צדיק

דיסעגרי. חילוקי דעות אין די פרטים איז נישט שולל דער עיקר. מיר קענען האבן מחלקות וואס גלייבען מיינו, אבער צו זאגן אז מדארף בכלל נישט גליי בן איז נישט ריכטיג
וואס איז די עיקר? איינער וואס רופט אין סוף אלץ גאט און איינער וואס רופט די יוניווערס גאט און איינער וואס רופט א פיזישע ענטיטי אין הימל גאט וואס האבן זיי אין קאממען אלץ 'די עיקר' חוץ פון די טיטל 'גאט'?
 
זיי האבען אין קאמען א אמונה אין די עקסיטענץ אויף א בורא וואס האט will and agency. אויב דאס פעלט זענען זיי טאקע נישט קיין מאמינים. (ווי געזאגט, is fine with me, זייער ווערט איז נישט א כל שהו פארמינערט, אבער צו זאגן אז דאס איז אידישקייט איז פשוט נישט ריכטיג.)
 
איך האב עס דורכגעליינט.

איך עגרי מיט דיין קריטיק אויף די extreme interpretation פון די רביניק עססעיס אויף די מדרשים.

איך קום אבער נישט ארויס קלאר לגבי וואס איר האלט. איז דא ערגעץ ווי איר ערקלערט עס בעסער?

איר זאגט דארט
We should re-eximine philosophical terms, not quibble with established halachic norms

אפשר קענט איר אביסל אויסברייטערן איבער דעם?

שכוח פאר נעמען די צייט צו דיסקוסירן מיט אונז תינוק שנשבהס.
 
Ysoscher Katz
 
גם זה: Knowing vs Beliving-Edited (1)
 
זיי האבען אין קאמען א אמונה אין די עקסיטענץ אויף א בורא וואס האט will and agency. אויב דאס פעלט זענען זיי טאקע נישט קיין מאמינים. (ווי געזאגט, is fine with me, זייער ווערט איז נישט א כל שהו פארמינערט, אבער צו זאגן אז דאס איז אידישקייט איז פשוט נישט ריכטיג.)

אסאך ראשונים האבן נישט געהאלטן פון Agency and Will אויף גאט. ס'איז די דרייצען אני מאמין' לא ישיגו משיגי הגוף.
 
נישט יעדער וואס האט געלעבט אין די מעדיעוואל יארן איז א "ראשון." די "ראשונים" זענען אלע מסכים אז will and agency זענען prerequisites צו זיין א אידישער גאט.
 
זיי האבען אין קאמען א אמונה אין די עקסיטענץ אויף א בורא וואס האט will and agency. אויב דאס פעלט זענען זיי טאקע נישט קיין מאמינים. (ווי געזאגט, is fine with me, זייער ווערט איז נישט א כל שהו פארמינערט, אבער צו זאגן אז דאס איז אידישקייט איז פשוט נישט ריכטיג.)
וואס מיינט בכלל will and agency ווען עס קומט צו גאט? גאט וואלט געקענט טוהן אנדערש, וואס איז מיט גאט'ס שלימות? איינע פון די צוויי אפציעס איז דאך בהכרח וויניגער שלימות'דיג. און וואס מיינט א רצון ביי גאט? האט ער בכלל חסרונות וואס ער דארף ממלא זיין?

אז מ'טראכט אריין איז א All Knowing All Powerful Perfect Being געצווינגען ביי די אמת צו טוהן איין געוויסע זאך. וואו איז זיין will and agency?
 
דאס זיינען הנחות פון רמב"ם ויחיד הוא בדבר.
 
אבער פון די הנחות קומט אויס אז גאט האט נישט קיין אמת'ע will and agency מער ווי די געזעצן פון לאגיק האבן will and agency. מסכים? האסטו איינע פון די ראשונים (אנלעס דו גייסט טענהן אז ער זאגט עס למעשה נישט קלאר, דא זעה איך א דיון איבער דעת הרמב"ם בזה).
 
זעה איך אז @יששכר כץ האט היינט געשריבן א פרישע ארטיקל דערוועגן
Rambam is NOT the solution
ס'קוקט אויס ווי א טראנסלאציע פון זיין פאוסט אין עברית.

ער טענה'ט אז די פילעזאפיע פון דרייצענטע יאר הונדערט איז לאנג אויסגעוועפט. במחילות כבודו, די פילעזאפיע פון 13th century האט דערקלערט אין לשון קודש masses are asses. דאס אז די וועלט און טבע האט זיך נישט געטוישט און די עולם איז גולם ווייזט ווי אמת די טעאלאגיע איז.

נאר וואס דען? רב קוק האט שוין געשריבן דאס. די פרייע אידן און תל אביב קענען זיך נישט בריינגען צו ארטאדאקסיע מכוח זייער אמת'דיגקייט. יא, האסט גוט געהערט.

יעדער דענקער פארשטייט די שטיקל רב קוק. ס'איז שרעקליכע cognitive dissonance צו גלייבען אין מעשות פון ששת ימי המעשה כאילו מ'רעדט פון א היסטאריע בוק.

איך קען דיר דאס קלאר זאגן רב כ"ץ. בלי שום ספק איך טראסקע אריין די גאנצע תורה אין מיסט קאסטן אויב דארף איך גלייבן אז די וועלט איז באמת באמת באמת זעקס טויזענט יאר אלט אדער אז וכו' וכו'. די רמב"ם האלט מיר און צענדליגער אנדערע אידן וואס איך קען ביי אונז זאל מיר נישט גיין משוגע. כאילו אז דאס נארישקייט איז דער אמת אמת אמת. אונז זעמער זיך מעציק אין זיינע ווערטער און אונז כאפ מיר די need פאר פארק סלאפ און בארא פארקער וויסטע עמי הארצים צו פילן גוט און ספירעטואל. אבער שלום צדיק איז גערעכט. פאר אינטעלעקטועלן ארבייט היינט נישט א אנדערע שפראך. נאר thirteenth century radical philosophy.
 
כ'האב יעצט געענדיגט ליינען דעם ארטיקל. און וואס כ'פארשטיי דערפון איז, אז דאס וואס מיר רופן אן אמונה מיינט גלייבן און נישט זוכן צו פארשטיין אין וואס מ'גלייבּט נאר פשוט און פּראסט גלייבן. ווייל אויב לאזט מען זיך אריין אין די וויסן טייל דערפון דאן קען מען עס עווענטואל אפווענדן צו סייענטיפיש, היסטאריש, אדער ארכעאלאגיש, ביקורת המקרא וכדומה און די מצוה איז ענדערש צו גלייבן אפילו מ'האט נישט קיין ראיות מוכיחות דערצו, נאר דאס מיינט אמונה און דאס איז וואס אמונה אין די י"ג עיקרים זענען און פערטיג. אין אנדערע ווערטער אונזער רעליגיע אדער אמונה וויאזוי דו ווילסט עס אנרופן, קען בעצם זיין פארקערט פון סייענס, ארכעאלאגיע, היסטאריע וכו' אבער נישט דאס מאכט אונזער רעליגיע, ווייל אונזער אמונה איז נישט עפעס וואס האט צוטהן מיט א ריאליטעיט, ס'קען גאר זיין פארקערט פון ריעליטי נאר מ'ברויך גלייבן ווייל דאס איז וואס מיר זענען באפוילן געווארן און לויט דעם קומט אויס אז בעצם מוז בכלל נישט זיין אז די י"ג עיקרים אין וואס מיר גלייבן זענען פאקטיש פארהאן בכלל.

איך האב נאר עטליכע פראבלעמען מיט אט דעם מהלך וואס כ'פארשטיי נישט.

איינס, אויב קען מען נישט פרעגן קשיות נאר גלייבן דאן קוקט אויס די רעליגיע ווי גאר א שוואכע זאך, א רעליגיע אן יסודות סתם געבויעט אויף לופט.

צווייטענס, די תורה איז מעיד אז מיר זענען דער עם נבון וחכם, לויט דיין מהלך פארשטיי איך נישט פינקטלעך ווי די נבונות און חכמה ליגט פינקטלעך, א חוץ אויב וועסט טענה'ן אז דאס אליין אז ס'האבן זיך צוזאמען גענומען א גאנצע חברה און אויס געפונען א מהלך וויאזוי צוזאמען האלטן א סאסייעטי וועלכע זאל זיך ציען לעולמי עד, דורך גלייבן אין א איינציגע גאט, און אז די תורה איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני דורך א פיגור וועלכער האט געהייסן משה און ער האט עס מקבל געווען פונעם איינציגן גאט, און אז ס'איז פארהאן שכר ועונש, און אז משיח גייט איין טאג קומען און אויסלייזן די אידן, און אז דער באשעפער האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים אאז"וו די אלע י"ג עיקרים, און למעשה זעהט מען טאקע די גרויסע חכמה וואס ליגט דערין ווייל אונזער רעליגיע ציהט זיך שוין פאר טויזענטער יארן. אויב אבער גייט מען מיט דעם מהלך דאן איז די קריסטליכע רעליגיע און ווי אויך אלע אנדערע רעליגיעס פונקט אזוי גוט און פונקט אזוי אמת ווי די אידישע רעליגיע, הינדואיזם, טשינטואיזם, בודהיזם, איסלאם וכו' וכו' קוקט אויס ווי זיי האבן עס אויך אויסגערעכנט, די אלע רעליגיעס ציען זיך שוין אויך פאר טויזענטער יארן.

דריטענס, לויט ווי דו לייגסט עס אראפ אין דעם ארטיקל קומט אויס אז בעצם ווען איינער מאכט אפּ אז ער/זי וויל נישט גלייבן מער פאר סיי וועלכע סיבה, איז אויסגעשלאסן פונעם כלל אזוי ווי מ'זעהט טאקע אין גמ' סנהדרין פרק חלק, ווייל למעשה איז דאס די רעליגיע וועלכע די אידן האבן מקבל געווען אויף זיך און אויף זייערע קינדער (וויאזוי אינקלוד עס די קינדער פארשטיי איך נישט פינקטלעך, שוין אבער לאמיר זאגן אז יא) איז ווען איינער מאכט אפ נישט צו גלייבן מער און מ'נאיז אזא איינעם מחרים מוז עכט נישט זיין אז יענער ווערט טאקע מוחרם אין פראקטישן זין, נאר לויט די פארשריפטן פון די רעליגיע אבער ס'האט גארנישט צוטוהן מיט ריאליטעיט, פונקט ווי רעליגיע האט גארנישט צו טוהן מיט ריאליטעיט לויט דיר?
 
לעצט רעדאגירט:
איך פארשטיי נישט וואס מיינט דאס ''פשוט און פראסט גלייבן'', גלייבן מיינט אז מען גלייבט אין 'עפעס'. און אדער גלייבט מען אין דעם אדער נישט מען קען נישט אפמאכן ביי זיך צו גלייבן ווייל 'מען ברויכט' אדער ווייל מען איז 'באפוילן צן גלייבן'
 
עקזעקטלי! גלייבן איז א פילינג. אדער האט מען עס אדער נישט, א פילינג קען מען נישט באצווינגן. כ'האב געניצט דעם לשון "פשוט און פּראסט גלייבן" דאס וואס כ'האב פארשטאנען פון הרב @יששכר כץ'ס ארטיקל איז וואס ער וויל ארויסברענגן, אבער אין אמת'ן אריין פארשטיי איך עס אויך נישט
 
לעצט רעדאגירט:
ס'קוקט אויס ווי א טראנסלאציע פון זיין פאוסט אין עברית.

ער טענה'ט אז די פילעזאפיע פון דרייצענטע יאר הונדערט איז לאנג אויסגעוועפט. במחילות כבודו, די פילעזאפיע פון 13th century האט דערקלערט אין לשון קודש masses are asses. דאס אז די וועלט און טבע האט זיך נישט געטוישט און די עולם איז גולם ווייזט ווי אמת די טעאלאגיע איז.

נאר וואס דען? רב קוק האט שוין געשריבן דאס. די פרייע אידן און תל אביב קענען זיך נישט בריינגען צו ארטאדאקסיע מכוח זייער אמת'דיגקייט. יא, האסט גוט געהערט.

יעדער דענקער פארשטייט די שטיקל רב קוק. ס'איז שרעקליכע cognitive dissonance צו גלייבען אין מעשות פון ששת ימי המעשה כאילו מ'רעדט פון א היסטאריע בוק.

איך קען דיר דאס קלאר זאגן רב כ"ץ. בלי שום ספק איך טראסקע אריין די גאנצע תורה אין מיסט קאסטן אויב דארף איך גלייבן אז די וועלט איז באמת באמת באמת זעקס טויזענט יאר אלט אדער אז וכו' וכו'. די רמב"ם האלט מיר און צענדליגער אנדערע אידן וואס איך קען ביי אונז זאל מיר נישט גיין משוגע. כאילו אז דאס נארישקייט איז דער אמת אמת אמת. אונז זעמער זיך מעציק אין זיינע ווערטער און אונז כאפ מיר די need פאר פארק סלאפ און בארא פארקער וויסטע עמי הארצים צו פילן גוט און ספירעטואל. אבער שלום צדיק איז גערעכט. פאר אינטעלעקטועלן ארבייט היינט נישט א אנדערע שפראך. נאר thirteenth century radical philosophy.
אבער לויט דער רמב"ם (לפי שלום צדיק) איז נישטא קיין חילוק צווישן דיר און די בארא פארקער עם הארץ, ביידע היטן תורה ומצוות און דאס איז דער עיקר. די סיבה פארוואס איז נישט קיין נפק"מ. פאר איינעם איז גוט די טראדישענעל אדער ספירעטואל תורות און פאר אן אנדערע איז גוט די פילאסאפישע תורות, אבער דער עיקר איז דאס היטן די מצוות וואס ברענגט בענעפיטס פארן געזעלשאפט און פארן מענטש. כך הבנתי

אגב, פאר א פרייע איז אסאך מער Plausible צו אנהייבן מצוות דורך ווערן קאנווינסד פון א זמיר כהן סטייל אפאלגעטיק אדער דורכן כאפן א בתלהבות דקדושה וואס לייגט די Cognitive dissonance אין א זייט. מיטן ערקלערן אז מען מוז נישט גלייבן וועט ער נישט ווערן קיין שומר תורה ומצוות
 
אלע עמי חכמים און עמי הארצים האלטן די אמעריקאנער געזעץ? א חכם האט אמאל געקרעכצט אז ער דארף האלטן די אמעריקאנער געזעץ? וואס איז די הייליגע תורה אנדערש?

אגב אויף אייער אגב, היינט צוטאגס ווייל תורה מיינט ליגענט און טיפשות צו טויזענטע אידן אז אפילו אזוי ווייט אז הגאון יששכר כ"ץ האלט אז מ'מוז גלייבען ליגענט צו זיין אן ארטאדאקסישע איד. פארשטייט זיך מ'דארף האבן snake oil salespeople ווי זמיר כהן צו באווייזן איינעם אז תורה און מצוות איז שיין. קיינער גרויסע חכמים כאפט ער נישט. ווען די אמונה פון די דרייצענטע יאר הונדערט וועט זיין אויפגעוועקט דורך שלום צדיק אויפן גאס, וועט אפשר די שפראך כאפן טיפע אינגע דענקער און פון דארט גייט עס שנעל און גרינג און די אוניווערסיטעטען צו גלייבען אין די הייליגע אלוהי הרמב"ם וואס רב כ"ץ האט דערקלערט טויט.

טויט איז ליגענט! לאנג לעבן זאל די תורה, אמת, און וויקיפעדיע!
 
כאטש איך בין נישט קיין מאן דאמר אין די ענינים, וויל איך מיר שטעלן אויף די זייט פון ר' יששכר. די עצם שמועס אים צו פרעגן וואס עס מיינט גאט למשל, איז גענומען א איד און אריינגעשלעפט אין די גריכישע בלאטע.

ווען איינער האט דערגרייכט א מדריגה אין חסידות/קבלה, פארשטייט ער אז אלעס איז אמת, אדער גארנישט, און היינו הך. די אלגעמיינע וועלט איז אנגעקומען צו פאוסט-מאדערניזם פאר די זעלבע סיבה.

אויב ביסטו פארנומען מיט ראציאנעליזם בענייני אלוקות, פארדרייסטו אידישקייט לויט תנ"ך, משנה, תלמוד, גאר אסאך ראשונים און אחרונים, אר"י און דער בעל שם.

און ווען מען וויל רעדן צו א חכם פון היינטיגע טעג, איז מער ריכטיג צו רעדן די פאוסט-מאדערן שפראך ווי די מאדערן שפראך. די סיבה פארוואס אסאך פון די חכמים צווישן אונז רעדן דווקא די מאדערן שפראך, ווי געזען דא למשל, איז ווייל אונז זענען אויפגעוואקסן אין א שעלטערט קאמיוניטי וואס איז סטאק ערגעץ צווישן די מיטל-אלטער און די רענעסאנס.
 
אויב איז ער איינער וואס כאפט פּאָסט מאדערניזם געדאנקן פארשטייט ער זייער גוט אז שלום צדיק מעג רעדן שארף פון די עובדי עבודה זרה. ס'מיינט נישט מ'דארף זיי הרג'נען. פאָסט מאדערניזם טראכטארס זענען אנשי משיח. מצוות בטילות לעתיד לבא!
 
ס'קוקט אויס ווי א טראנסלאציע פון זיין פאוסט אין עברית.

ער טענה'ט אז די פילעזאפיע פון דרייצענטע יאר הונדערט איז לאנג אויסגעוועפט. במחילות כבודו, די פילעזאפיע פון 13th century האט דערקלערט אין לשון קודש masses are asses. דאס אז די וועלט און טבע האט זיך נישט געטוישט און די עולם איז גולם ווייזט ווי אמת די טעאלאגיע איז.

נאר וואס דען? רב קוק האט שוין געשריבן דאס. די פרייע אידן און תל אביב קענען זיך נישט בריינגען צו ארטאדאקסיע מכוח זייער אמת'דיגקייט. יא, האסט גוט געהערט.

יעדער דענקער פארשטייט די שטיקל רב קוק. ס'איז שרעקליכע cognitive dissonance צו גלייבען אין מעשות פון ששת ימי המעשה כאילו מ'רעדט פון א היסטאריע בוק.

איך קען דיר דאס קלאר זאגן רב כ"ץ. בלי שום ספק איך טראסקע אריין די גאנצע תורה אין מיסט קאסטן אויב דארף איך גלייבן אז די וועלט איז באמת באמת באמת זעקס טויזענט יאר אלט אדער אז וכו' וכו'. די רמב"ם האלט מיר און צענדליגער אנדערע אידן וואס איך קען ביי אונז זאל מיר נישט גיין משוגע. כאילו אז דאס נארישקייט איז דער אמת אמת אמת. אונז זעמער זיך מעציק אין זיינע ווערטער און אונז כאפ מיר די need פאר פארק סלאפ און בארא פארקער וויסטע עמי הארצים צו פילן גוט און ספירעטואל. אבער שלום צדיק איז גערעכט. פאר אינטעלעקטועלן ארבייט היינט נישט א אנדערע שפראך. נאר thirteenth century radical philosophy.
פיין מיט מיר, אבער פרוביר נישט מיך איינרעדען אז דאס האט סיי וואס א שייכות מיט קלאסישער אידישקייט. בינו לבין יהודית אין שום קשר כלל וכלל.
 
Back
Top