- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 162
- רעאקציע ראטע
- 581
אין די לעצטע וואך צוויי טוט זיך א העפטיגע, סעמי-היציגע, וויכוח אינערהאלב די דתי לאומי אינטעלעקטואלע דתי לאומי קרייזן אין מד"י ארום שלום צדיק און זיין בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן "קריאה לתחייתה של הפילוסופיה הדתית". די נושא פון די וויכוח איז, צווישן אנדערע, ארום די ריכטיגע השקפה פון רמב"ם און צו דאס איז כפירה. מעין די גרויסע פולמוס הרמב"ם אין די 13'טע סענטרי נאר דאסמאל ווערט עס געפירט איבער די סאושעל מידיע נעצן בפני קהל ועדה וואס זיצט אינדערהיים קייעט פאפקארן און פאלגט נאך מיט נייגער די אינטערסאנטע אינטעלעקטואלע דעבאטע.
אנגעהויבן האט זיך עס פאר עטליכע יארן צוריק ווען הרב שמואל אריאל האט זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן אלץ ר"מ אין די דתי לאומי ישיבה עתניאל. ער האט נישט אנגעגעבן קיין קלארע סיבה דערצו אבער אבישי גרינצייג האט דעמאלט גע'טענה'ט אז דאס איז געשען צוליב א וויכוח פון הרב אריאל מיט די ישיבה איבער געוויסע דעות כפירה וואס זיי ערלויבן צו ווערן געהערט. און ספעציפיש, ארום א מאמר וואס שלום צדיק, א אנדערע ר"מ האט געשריבן אין א עלון אין ישיבה.
צדיק איז א פראפעסאר אין מחשבת ישראל, א שומר תורה ומצוות און דתי לויט זיין הגדרה. ער האט געשריבן עטליכע ביכער איבער דער רמב"ם און פילאסאפיע אין ימי הביניים, ער איז באקאנט אין אסאך שפראכן, און מאכט א רושם פון א אינטערסאנטע גאונ'ישע כאראקטער.
לעצטע חודש האט צדיק ארויסגעגעבן א בוך ווי ער פארברייטערט זיין מאמר און די שיעורים און לייגט ארויס זיין טעזע באריכות. לכבוד דעם האט הרב אריאל געשריבן א פאוסט אויף פעיסבוק ווי ער שרייבט וואס זענען געווען זיינע אישו'ס מיט צדיק'ס אידעאלאגיע בשעתו ווען ער האט זיך אפגעזאגט. צווישן אנדערע באשולדיגט ער אים אין האלטן די פאלגענדע דעות (איך שרייב א חלק):

- גאט מישט זיך נישט אריין אין די מציאות. נישט פאר השגחה און נישט פאר שכר ועונש. ווען די תורה רעדט פון שכר ועונש איז עס שקר און עס געצילט צו די מאסן זאלן מקיים זיין מצוות.
- גאט מישט זיך נישט אריין אין מציאות אויך נישט כדי זיך צו באווייזן זיך צו מענטשן. נביאים זענען פילאסאפן וואס פארשטייען וויאזוי עס איז כדאי זיך צו פירן.
- כנ"ל איז ריכטיג לגבי משה רבינו וואס האט געשריבן די תורה מכח זיין הבנה וויאזוי די אייבערשטער האט געוואלט מען זאל זיך פירן. מעמד הר סיני איז די מעמד וואס משה האט פרעזענטירט זיין ספר צו כלל ישראל.
- א איד דארף נישט גלייבן אין גארנישט אויך נישט אין די עקזיסטענץ פון גאט.
- די עיקר פון אידישקייט איז קיום המצוות און אמונה איז נאר אן אמצעי דערצו.
- תפילה העלפט נישט במציאות עס ווירקט בעיקר פסיכאלאגיש.
הרב אריאל טענה'ט אז דאס איז כפירה און אז ער האט נישט געקענט בלייבן אין א ישיבה וואס לאזט דאס צו. די פאוסט האט אנגעמאכט א שטורעם און עס טוט זיך דעות לכאן ולכאן און דעבאטעס אין די דעת הרמב"ם אל אווער עגעין. הרב @יששכר כץ האט געשריבן א שארפע קורצע פאוסט קעגן דעם ספר, הלוואי קען ער דא מאריך זיין איבער דעם.
מאנכע האבן באשולדיגט הרב אריאל אין מיספרעזענטינג די דעות פון צדיק אבער איך מיין אז אין עסענס איז ער גערעכט אין די דעות וואס ער איז מייחס צו אים און צדיק פרעגט דאס נישט אפ. ער טענה'ט אין רעקאציע אז די דאזיגע דעות זענען נישט זיינע נאר ער גייט אין די וועגן פון רי רמב"ם און פון די "ראדיקאלע פילאסאפישע רעליגעזע" school וואס איז געווען אין די מעינסטרים פון די הגות היהודית אין ימי הביניים און וואס ער וויל צוריק אויפלעבן היינטיגע טעג.
איך וויל פראבירן אראפלייגן צדיק'ס טעזע וויאזוי איך פארשטיי עס פון וואס איך האב געליינט (איך שרייב בעיקר בעיסד אויף זיין מאמר און אויף וואס כ'האב געליינט אויפן געוועב, די בוך האב איך דורכגעליינט פון אויבנאויף). איך האף דער עולם וועט פארבעסערן און פארברייטערן אין דעם לכאן ולכאן:
פאר איך גיי צו זיין שיטה אין דעם רמב"ם, די הויפט טענות וואס ליגן אין הארץ פון צדיק'ס טעזע איז ווי פאלגענד: די אידישע רעליגע האט נישט קיין זעלבסטשטענדיגע סעט פון בעליפס אין וואס מען דארף גלייבן. עס זענען פארהאן כל מיני 'עיקרי אמונה' אין רעליגע צו וואס מען דארף דערקלערן אז מען גלייבט כדי זיך צו האלטן א חלק פון די רעליגע אבער דאס איז ליידיגע דערקלערונגען אן קיין אייגענע משמעות. די תוכן וואס פונקטליך דאס מיינט זענען אפן צו באשטימט ווערן דורך ריין פילאזאפישע חקירה און אירע מסקנות (וואס זענען אנדערש פון איינער צום צווייטן און טוישן זיך פון צייט צו צייט). לדוגמה: צוויי מענטשן דערקלערן אז זיי גלייבן אין גאט, אבער איינער דעפיינט גאט אלץ א פערסאנעל ענטיטי וואס געפינט זיך 'אין הימל' און דער אנדערע דעפיינס גאט אלץ איידענטיקעל מיט די טבע. ביידע גלייבן אין גאט, די דעפיניציע וואס דאס מיינט איז אבער געוואנדן אין זייערע פילאסאפישע מסקנא.
ממילא דארף נישט צו זיין קיין סתירה צווישן פילאזאפיע און רעליגיע ווייל די מסקנות פון די פילאזאפישע חקירה, זיי זענען די וואס זענען מגדיר די בעליפס. כדי צו ממחיש זיין די טענה שרייבט ער אז די השקפה פונעם רמב"ם אין מעטאפיזישע אישוס ווי גאט, השגחה און נבואה איז אסאך נענטער צו די איסלאמישע פילאזאף אלפאראבי און די קריסטליכע פילאזאף טאמאס עקווינעס ווי צו זיינע פעלאו אידישע דענקער רש"י און רמב"ן. כלומר, די בעליפס זענען מוגדר דורך פילאסאפיע און נישט דורך רעליגיעזע פרינציפלס.
די קאמאן דינאמענעיטער צווישן די רמב"ם, רמב"ן און רש"י איז טאקע נישט די בעליפס נאר די כתבי הקודש און די סיסטעם פון געזעצן צו וואס זענען מחוייב. דערפאר טענה'ט צדיק אז די עיקר מהות פון אידישקייט איז נישט אירע דאקטרינעס און בעליפס נאר איר געזעצן און הלכות. און די געוויכט דארף מען לייגן נישט אויף וואס דער מענטש גלייבט נאר צו ער איז מחוייב צו די מסגרת ההלכתית פון אידישקייט. א מענטש קען זיין א מאטריאליסט, א נאטוראליסט און אן אטעאיסט און דאך זיין א כשר'ע איד א שומר תורה ומצוות.
וואס זאל זיין די סיבה פאר אזא מענטש צו בלייבן רעליגיעז? וועלן מיר שוין זען.
צוריק צום רמב"ם: צדיק בויעט זיין טעזע אויף די רמב"ם, ער האלט אז דער רמב"ם אין מורה נבוכים האט אנגענומען די פילאסאפישע מסקנות עד הסוף אין יעדער נקודת מתח צווישן טראדישענעל קאנצעפטס און פילאסאפיע. צו עס איז די נעיטשער פון גאט, בריאת העולם, השגחה, התגלות, נבואה, שכר ועונש וכו'. דער רמב"ם שטופט אפ יעדער סופערנאטורליכע פענאמענען און פראבירט איינטייטשן אלעס זאל שטימען אין א נאטורליכע און אפשר אפילו מאטריאליסטישע וועג. ווי הרב אריאל האט געשריבן אין זיין פאוסט: התגלות און נבואה איז א אינטלקטואלע הישג פון משה רבינו וואס האט משיג געווען וויאזוי עס איז ריכטיג זיך אויפצופירן, השגחה איז א נאטורליכע רעזולט פון די מענטש'נס אויפפירונג, שכר ועונש איז א פאליטישע מיטל פאר די המון עם וכו'. דאס איז נישט קיין חידוש פון צדיק, איך מיין מען רופט דאס אין מחקר 'פרשנות רדיקלית' פונעם רמב"ם און צדיק טענה'ט אז ער גייט אין די וועגן פון אבן כספי, נרבוני, יצחק פלקאר, לוי בן אברהם, ניסים ממרסיי און לפחות א האלב פון די רמב"ם תלמידים און מפרשים אין ימי הביניים וואס האבן אזוי אפגעלערנט די מורה נבוכים.
די שאלה איז, אויב איז פילאסאפיע וואס איז קובע די בעליפס דעמאלט פארוואס משקיע זיין אזויפיל עפארט צו פראבירן עס אריינקוועטשן עס זאל שטימען מיט די כתבי הקודש וואס שטימען דאך נישט מיט דעם? וואס פעלט אים אויס די רעליגיע? און בכלל: פארוואס זאל א 'רעליגיעזע פילאסאף' ווי שלום צדיק ווייטער אפהיטן די תורה און די געזעצן אן די מעטאפיזישע געשיכטע אונטער דעם וואס גיבט עס א תוקף? וואס איז זיין מאטיוואציע?
די תירוץ איז אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז רעליגיע האט בענעפיטס אויף די פערזענליכע לעוועל אבער בעיקר אויף די פאליטישע לעוועל ווייל עס איז וויכטיג כדי צוזאמענצוהאלטן די געזעלשאפטליכע ארדער און דערפאר איז אים געווען וויכטיג צו פראבירן 'שפילן די שפיל' כאילו די כתבי הקודש שטימען מיט די פילאסאפישע כדי צו פארמיידן (פאלשע) כפירה אין די דורך דעם זיך אפלאזן אינצגאנצן פון אידישקייט.
אויך לויט צדיק איז רעליגיע וויכטיג פאר געזעלשאפט און אויך פאר די פעמילי אינסטיטישון וואס איז לדעתו פון די יסודות פון א געזונטע געזעלשאפט. ער טענה'ט, משום מה, אז די היינטיגע מציאות ווייזט טאקע אז רעליגעזע געזעלשאפט איז בעסער און מער מצליח ווי א סעקולער געזעלשאפט, אפגערעדט פון פעמילי אינסטיטושן אין די מערב וועלט וואס איז וואקלדיג און ברענגט פראבלעמען ווי "ירידה בריבוי הטבעי, המצריכה לקלוט מהגרים בהגירה טבעית" כך כלשונו. דאס איז א האסטיגע דריי אין קאנסערוואטיווע ריכטונג וואס צדיק מישט אריין אין זיין טעזע.
א טענה וואס אסאך האבן ארויסגעברענגט קעגן צדיק איז די זלזול מיט וואס ער דרוקט זיך אויס קעגן די וואס האלטן נישט ווי אים. די וואס גלייבן אין טראדישענעל אמונות זענען 'מאמינים באמונות תפלות', די וואס גלייבן אין קבלה זענען 'מאמינים בעבודה זרה'... איך מיין אבער אז אויך אין דעם גייט ער אין די ועג פונעם רמב"ם.
זיין טעזע רעזאנעיט פאר מיר די השקפה פון ישעי' לייבוביץ' און יבלחט"א @מי אני וואס האט אסאך געשריבן דערוועגן בעיקר אין זיין גלארייכן אשכול "דו גלייבסט אין ג-ט?" - קאווע שטיבל
*
יעצט זעה איך אז עס האט זיך געעפנט א אפענע דעבאטע צווישן שלום צדיק און הרב שמואל אריאל פון איבער די גוגל דאקס בלעטער (...) מען קען עס מיטהאלטן דא:
דיון - גבולות האמונה, שיטת הרמב"ם

לעצט רעדאגירט: